שמחת בית פשעווארסק, די רבי שליט''א ציגאסט אין נ''י
תושבי וומ''ס וועלן האבען די כבוד צו מקבל פנים זיין כ''ק אדמו''ר מפשעוואסק וועלכע וועט אנקומען מארגען מאנטוג לך
צו די חתונה פין זיין ''מיטוואך'' אין מיט די טאכטער פין ר' פנחס אליעזר מייזליש אין זאל פין עטרת אברהם
די שבת שבע ברכות, וועט אי''ה געפראוועט ווערן אין וומ''ס מיטן השתתפות פינעם רבי'ן שליט''א, וועלכע וועט די ערשטע מאל פירן א עפענטליכע טיש אין וומ''ס זינט ער האט איבערגענומען די כת הרבנות.
ביטע דא פאוסטען בילדער וכו'
נשלח ב-25/10/2009 23:44
אגב, די זאלי'ס פארלייגען גרויסע כוחות אז מ'זאל לאזען דעם קינדערגארטען מלמד א' דאסקאהל - זייער פארפענגאנדע שיק יונגעל, אויסרופן אויפן מייק ''אז זיי פירן די חתונה''
נאכדעם וואס זיי זענען לעצטעס זייער אנטוישט געווארען פין די ''קרבות'' וואס פשעווארסקער רבי שליט''א האט ארויסגעוויזען פאר רז''ל די לעצטע פאר יאר.
סיי ווען ער האט אים כמעט גענצליך איגנארירט ווען ער איז געווען אין אנטווערפן, ער האט געפירט טיש יענע וואך (ער פירט מער וואכען אין יאר ''נישט'' קיין טיש), וואס דאס האט גורם געווען אז רז''ל'ס טיש זאל אויסקוקען כמעט ווי זיינע וועכענטליכע טישען אין ראדני....
סיי, מוצ''ש איז ער געקומען אינגאנצען קוים פאר 10 מיניט אין ארויסגעגאנגען פאר'ן די דרשה פין רז''ל
(אין ווען הגאון אב''ד סאטמאר וומ''ס איז געווען אין אנטווערפן אפאר חדשים דערויף אויף 1 טאג, צו באשיינען די דינער פינעם בארימטע צענטראלען כולל וואס ער האט מייסד געווען, איז די פשעווארסקער רבי שליט''א געזיסען דארט איבער א האלבע שעה {אגב, אלע אנוועזענדע ביים טיש געדענקן אז ווען דער רב פלעגט אנקומען אינמיטן די תורה ביים רבין'ס טיש אלס סאטמאר - אנטווערפענער רב פלעגט דער רבי נאכמאל אנהייבן די תורה לכבודו})
די זעלבע זאך האט יעדער געזעהן ביי די לעצטע חתונה פין פשעווארסקע רבין'ס אייניקעל אין וומ''ס, האט מען אים געהאלט אין מיטשען ער זאל זיך אויפשטעלן טאנצען מיט רז''ל אין ער האט איגנארירט, אין שפעטער ווען ער האט זיך יא אויפגעשטעלט האט ער אריינגעשלעפט נאך אפאר רבנים אינעם רינג...
דאס איז טראץ וואס די זאלי'ס דרייען זיך ארום אים 24/7 אין מ'העצט אין ארבייטן ביטער שווער,
ספעציעל האט ער דעם שוואנץ פ', וואס האט געמאכט פין אים פורים ווען ער האט געוואלט באזיכען דעם סאטמערן רבין שליט''א אין ק''י אין זיך משתתח זיין אויפן ציון הק' אין ק''י - ''אין ס'נישט געווען קיין צייט''.....
(מאנכע לייגען עס אן, ציליב דעם וואס טראץ די גרויסע הבטחות, נעמט נאך די בית רחל אין אנטווערפן געלט פין די רעגירונג, אין רז''ל האט קלאר פארשפראכען פאר א ''לאנגע'' צייט ציריק אז ער גייט זעהן מ'זאל אויפהערן, אין.......
(דערווייל לערנען פשעווארסקער רבי'ס אייניקליך אין די נייע פרימע מיידעל שולע אין אנטווערפן, וועלכע נעמט נישט קיין געלט))
ווי אויך שעלטן זיי געפערליך, דאס אז די וועד החתונה האט אריינגעלייגט א עד אין די בלאט, טראץ זייער פארלאנגען אין הבטחות....
(נאר קהל אין ק''י זענען חיות פאר'ן פארלאנגען נישט צו לייגען אינעם שמיציגען צייטונג... א קשיא אויף א דערביטערטער)
ספעציעל זענען די מרי לב דערשראקען, וויבאלד אין עטליכע וואכען ארום וועט פארקומען נאך א חתונה פין רבין'ס אייניקעל מיט די זין פין הגאון ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ אין דעמאלטס וועלן זיי נישט מעגן קומען...... ווילן זיי יעצט.....
שושו ושמחו בשמחת התורה!
תוקן על ידי rebyankel ב- 25/10/2009 23:49:18
נשלח ב-25/10/2009 23:54
האסט פארגעסן נאך א פוינט
אז ווען דער פשעווארסקער רבי שליט"א האט געשיקט זיין זון לערנען אין די סאטמארער ישיבה אין אמעריקע האט מען אים פשוט אויסגענארט און אנשטאט צו גיין לערנען ביי דיין רשכבה"ג האט מען אים געשיקט אין עפעס א ישיבה'לע אין קווינס וואס רופט זיך ווי סאטמאר...
נשלח ב-26/10/2009 00:06
אגב, דער זון האט עפעס יעדע נאכט געלערנט אין סאטמאר ביהמ''ד, אינעם היכל תהילות יהוסף.
סוי אויב זיין טאטע האט אים געשיקט אין יענע ישיבה, מן הסתם האט ער אים געשיקט אין יענע ביהמ''ד
אין אחרי ככלות הכל האבן די זאליס פין נישט קיין איין סטעימענט ער ווייזט נישט ארויס קיין שום קרבות פאר ר' זלמן לייב נאך אלע לעקרייען וואס ר' זלמן לייב טוט פאר אים
אין דעס פארוואס די זאליס לויפן אים נאך איז פאר איין סיבה
זיי האבן נישט קיין שום סיפוק אינדערהיים ביי זייער רבי'ן מיזן זיי ארויס גיין זיכן א פליגש
פאר סיפוק
ר' לייביש איז א ציבראכנער מענטש ער האט אסאך צרות מיט געמאכט אין ער מאכט נאך יעצט אסאך צרות ס'איז נישט קיין קינץ אים צי פארדרייען א קאפ
נשלח ב-26/10/2009 02:26
מיר זענען ב"ה נישט אנגעוויזן אויף שטיצע פון ר' לייבוש דער פשעווארסקער רבי שליט"א ווי איר זענט אנגעוויזן אויף יעדע ווארט חיזוק פון הגר"ש וואזנער, דער קלויזענבורגער פון נתני', און דער באיאנער פון ירושלים. מיר האבן ב"ה אייגענע ערליכע אידן חברי הביד"ץ שליט"א און נאך. נאר אז מ'רעדט שוין וויל איך ענק פשוט מעלדן אז דער שבע ברכות המרכזי בחצר פשעווארסק וועט פארקומען אין היכל הישיבה גדולה אין קווינס ווי דער חתן דינן האט געלערנט.
נשלח ב-26/10/2009 02:35
ווער געדענקט נאך ווי אלע זאליס האבן געמפאמעט אויף די מאסע הקוידש נסיעה אויף אנטווערפן אז מען גייט זיך קישן מיט ר' לייביש אין מען גייט ווייזן אז אינז האמיר ר' לייביש
( אין שטעלטס ענק דעס איז נאך ווען זיי זענען נישט אנגעוויזן אויף אים )
ווי קענסטו מדמה זיין די שמחה צו די שמחה ביי די אהרונים נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך געטראפן מיטן קלויזענבורגער פון נתני' און די אהרונים האבן גע'יובלט פון פרייד "מ'האמיר אים"... (וואס ר' אהרן האט געהאט פון אים באזיכן ווייסט נאך עד היום קיינער נישט, חוץ אויב ווערט איינס מיט איינס פאררעכנט פאר א חלה דעקל.)
נשלח ב-26/10/2009 02:45
איך זע באלנאד ר' אהרנ'ס מהלך טוט זייער וויי
עצה טובה אז 'סטוט וויי שווייגט מען.
נשלח ב-26/10/2009 16:03
ווער געדעקט נישט,
ווען לשיטת הזאלי, ווען דער ברך משה זי''ע האט נאך גהערט די ''גאר געלינגענע דרשה שבת הגדול תשנ''ט'', וואס ר' זלמניו האט נאך געניצט די צעטליךפונעם סאטמארען ראש הכולל שליט''א ( נישט וואו א יאר דערויף ווען דער ראש הכולל האטשוין נישט צוגעשטעלט די צעטליך, האט דער גנב העולמי געמיזט נאך זאגען א שטיקעלסמיכה לחיים פאר אברמי ברוין און די אנדערע האנד פולע צוהערער,
דעריבער האט דער ברך משהזי''ע באשלאסען, אז אזא געלונגען יונגעל, מיז קימען קיין וומ''ס, און ער האט איםבאפטראגט צו פאקען פעק, (די ספרים איז נאך געליגען אויף דער 50סטער גאס, זעט אויסאז ער האט זיך נישט אזוי גענויטיגט און ספרים דארט און די יהודה בערג) און קימעןקיין וומ''ס,
און אונזער עניו האט קאטאגאריש ציריק געוויזען זיין הייליגערטאטענס פארלאנג, און ער האט אנגעקאלט ר' לייביש, און ער דער נאך פארציילט אז ר' לייביש האט אים ממש געצווינגען צו ווערן זאב''ד און ווומ''ס, ( אשרי מי שראה פניובחלום... )
זיין טאטע א רבן של ישראל, א צדיק יסוד עולם, ''הייסט אים'' ווערן זאב''ד, און דער חצוף פייפט זיך אויס, ביז ''ר' לייביש הייסט אים''
דאן איז ר' לייביש געווארען זייער פארהייליגט ביי זאליס - בנ''י, זיי האבןפליצלינג אונגאנצען פאארגעסען די היסטאריע פון ר' לייביש מיט סאטמאר, (די שרייםאונטערן טיש, די פראסק פון ר' איציקיל זי''ע ביום חיפתו, דאס אריבער לויפן דיאנדער זייט גאס, וואו האט ר' סענדער דייטש געזאגט ביי זיי דרשה,? קיין ציווישעןריפען''
יא! יא! ער איז א ערליכע יוד! אבער די זאליס לייגען אים אראפ פאר א צדיק יסוד העולם, איז פשוט וויכטיג צו וויסען די סיבה דערפון!!!
נשלח ב-26/10/2009 19:01
פארשטיי
פינקט ווי קיינער קויפט נישט אפ פין די זאלי'ס אז ר' לייבוש זאל האבען געהייסן רז''ל ווערן רב, צו קענען ציברעכן סאטמאר אין אנזייען אזא ביטערע מחלוקה וחילל ש''ש
וועט קיינער נישט אפקויפן דיינע שטותים.
אין פאקט קען ''יעדער'' ''אליין'ס'' אריינגיין צו ר' לייבוש, {ער איז זייער א ציגעלאזענער}
אין אים אליין'ס פרעגן זיין דעה, אין די סאטמערע מחלוקה, אין אויף די רבנים בפרט.
די זאלי'ס קענען פארקויפן זייערע קינדערישע שטותים, אבער ס'ציפאלט ווען מ'רעדט צו ר' לייבוש פערזעליך.
נשלח ב-26/10/2009 19:03
פשעווארסקער רבי שליט''א וועט במשך זיין באזיך איינשטיין אין זיין דירה אויף ראדני
אין וועט דאווענן טעליך אין ביהמ''ד כוונת הלב בשכניתו, (געוועזענע לאנצוהט בנשיאת פין זיין שווער ז''ל)
נשלח ב-26/10/2009 19:26
אונטערסאנט צו באמערקען, פארוואס לויפן אלע זאליבאנער צו ר' לייביש? דאס דארף דאך האבן א שטיקעל הסבר ניין?
טאמער וואלט אמת געווען דיין טעאריע, אז ר' לייביש, איז מער סימפאטיש צו כ''ק רבינו שליט''א, דאן וואלטען די זאליבאנער אים נישט נאך געלאפן, ניין?
איך האב נאר געשריבען א הסבר פאר די זאליבאנער לויפן צו ר' לייביש,
נשלח ב-26/10/2009 19:35
איך האב געהערט א גוט ווארט:
אז דאס דיבעיטן צו וועט פשעווארסקער רבי שליט"א יא גיין אדער נישט גיין באזוכן דעם מאנראוער רבין, איז שוין גענוג א שאנדע פאר איינעם וואס האט אמאל געפלאנט צו זיין דער רשכבבה"ג.
וואס דארף מען מער פון דעם: דאס לעצטע מאל וואס דער פשעווארסקער רבי איז געווען אין ניו יארק האט ער זיך אויפגעהאלטן אין מאנסי וואו סאיז פארגעקומען די חתונה פון אן אייניקל. איז ער געפארן קיין ק"י צום ציון הק'. ווען איז ער געפארן? 4 אזייגער פארטאגס ער זאל נישט מוזן אריינגיין צום "כמעט געווארענער רשכבה"ג".