הרחוות גבולי הקדושה אין אנטווערפן, קיט''ל קויפט אפ 2 בנינים
עס איז ב ''ה געלונגען פאר די סאטמערע קהילה אין אנטווערפן אפצוקויפן 2 גרויסע בנינים אין הארץ פין שטאט לשמחת לב
תושבי העיר בכלל וחסידי סאטמאר בפרט
די בנינים האבען ביזט יעצט געדינט פאר א סקול, אין קהל האט מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא באוויזען עס אפצוקויפן פאר א גיטע פרייז, מיט די הילף פין אחים לדעה תושבי לאנדאן.
די ביז יעצטיגע שול אויף די אסטען גאס, איז לעצטנס (ענדליך...) קליין געווארען, נאכדעם וואס ביז היינט פלעגן רוב יונגעלייט מופן קיין ענגלאנד, אבער לעצטנס איז אנשטאנען א שינו
אין דער ביהמ''ד האטזיך אנגעהויבן אנפילן אין דער געדרענגט האט אנגהויבען וואקסען,
אין די ביז יעצטיגע ביהמ''ד זענען ווי באקאנט, רוב מתפללים חסידי מהר''א, וועלכע האבען די לעצטע איבער 10 יאר שטארק אויפגעלבט דעם ביהמ''ד מיט די בארימטע כולל אבריכם בראשות הגה''צ ר'בעריש קאהן שליט''א אין די הערליכע שיעורי תורה, פין די התאחדות אבריכם בראשות הג''ר מאיר וויינבערגער מגי''ש בביהמ''ד, איז שוין צרמהכיל,
(די מרי לב, זענען שוין אנטלויפן פין ביהמ''ד ווען דער סאטמאר וומ'סבערגער רב האט געפירט דאס ביהמ''ד, די תפילות אין ש''ש)
אין מ'הפט אז גאר נאנט ווען מען זיך קענען גומר זיין אויפן מקח.
די עסקנים ארבעטן יעצט צו שאפען דעם גאנצען סכום
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
נשלח ב-27/10/2009 00:52
אנ''ש האבען דווקא נישט געוואלט אריינלייגען געלט אין אויסברייטערן דעם ביז יעצטיגען שול (וואס וואלט געקאסט זייער אסאך געלט, ציליב דעם וואס די לאט לעבן ביהמ''ד איז א קליינע ליידיגע הויף אין מ'דארף ווען געהעריג ארויףציען שטאקען) ציליב דעם וואס די ביהמ'ד איז לעצטנס בגניבה איבערגעשריבן געווארען אויף די נאמען פין די שלוחים פין די גנבים פין וומ''ס וואס זענען מסרב זיך צו שטעלן צו א נייטראלען בי''ד אדער א זבל''א,
אבער ס'האט זיך ב''ה גיט אויסגעצאלט, אין דער בנין וואס קהל האט יעצט געטראפען, ממש פאר א מציאה, איז גרעסער אין מער אין צענטער
אין לויטן פלאן, האפט מען דארט אויפצובויען א היכל התורה
נשלח ב-16/11/2009 15:43
איך הער איצט די פרייליכע מעלדונג, אז די לעצטע צוויי וואכן אום דאנערשטאג נאכט זענען זיך צוזאמגעקומען די יונגעלייט דקהלתינו הק' אין אנטווערפען (איינגעטיילט דורך א געוויסן סדר) ווי א גרויסע צאל האבן גע'חתם'ט זיך צו באשטייערן מיט סכום פון פינף טויזענט יורא!
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!
נשלח ב-16/11/2009 19:12
ב"ה
פונקט ווי ענק האבן געטאן אין וומס"ב, מאנסי, מאנטריאל, לאנדאן, ירושלים
און בנוגע דעם ציבור אין אנטווערפען וויל איך נאר אנווייזן 2 זאכן ווער עס זענען "רוב מתפללים":
1) פארוואס האבן די אהרונים נישט געוואלט קיין געהעריגע וואלן נאכן הסתלקות פון מרן רבינו בעל ברךמשה זי"ע?
2) ווען מרן רבינו מהרי"י שליט"א איז געווען שבת אין אנטווערפען און האט געדאווענט אינעם גרויסן אסטן שוהל, האבן געדאווענט אין יעצטיגן סאטמארער ביהמ"ד א קנאפע 30 טליתים! דער ראב"ד פון אנטווערפען הגאון רבי אלי' שטערנבוך שליט"א האט יענעם שבת צופרי געשיקט א שליח צו זען וויפיל מענטשן עס דאווענען דארט און זיך איבערצייגט ווער עס איז דער רוב...
און יא!, אזוי ווי מיר האבן געטוהן אין אלע אויבנדערמאנטע מקומות,
ובשם ה' נעשה ונצליח.
פרעג דיך נאך אין אנטווערפען, די זאלי'ס האבן מרי לב ונפש א כאפטע פון אום נארמאלע מענטשן, ווי אויך שלאגן זיי זיך צווישן זיך בנוגע "מי בראש" ווען ר' מרדכי שטויבער האט זיך אפגעטיילט פון ר' הערשל דרעזדנער, און געמאכט א אייגענע הנהלה פאר די בית רחל וואס שטייגט לשם ולתפארת!
נשלח ב-24/12/2009 20:14
*Mazel Tov* Hanhulas KYL Satmar Antwerpen on Closing Today The Sale of New Bies Hamedrish!
נשלח ב-27/2/2011 21:45
עסקני קהלתינו הק' פון אנטווערפן מיט עסקני קהלתינו הק' אין קרית יואל ארבעטן אויס די בוי פלענער פון בנין הגדול והחדש דקהלתינו הק' אין אנטווערפן
ווערן געזעהן: הרה"ח מוה"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו משמש דביהמ"ד הגדול בקרית יואל, הרה"ח מוה"ר אביגדור ראזענבערג הי"ו, און הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו בריח התיכון פונעם קרן הבנין דקהלתינו הק' אין אנטווערפן
♦♦♦
נשלח ב-16/3/2011 22:00
פתיחת שערי בית מדרשינו המפואר אין אנטווערפן יצ"ו
מיט גרויס פרייד האבן אנ"ש איבער די גארער וועלט בכלל און אנ"ש תושבי אנטווערפען בפרט אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז אי"ה אויף דעם קומענדיגן שב"ק פ' שמיני-פרה וועט געעפענט ווערן שערי בית מדרשינו המפואר דחסידי סאטמאר אין אנטווערפען יצ"ו.
נאך די גרויסע פארלאנג פון חברי קהלתינו הק' צו האבן אן אייגענעם מקום תפילה - כאטשיק אויף די תפלות שבת ויום טוב - נישט קענענדיג אויסווארטן ביז ווילאנג די בוי-ארבייט אויף די מקוה טהרה און היכל ביהמ"ד הגדול וועט פארענדיגט ווערן בשעטומ"צ אין א גוטע שעה, האט די הנהלת הקהלה מחליט געווען נאכצוקומען דעם פארלאנג פונעם ציבור, און ווי געמאלדן וועט דעם קומענדיגן שב"ק פ' שמיני-פרה געעפענט ווערן די שערי הביהמ"ד ברוב פאר והדר.
אין די טעג גייט אן די העפטיגע בוי ארבייט די רענאווירן דעם גרויסן היכל הביהמ"ד, און די עושי המלאכה טוהן די ארבייט מן הבוקר ועד הערב.
פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.
בכבוד רב
המערכת
נשלח ב-2/1/2012 01:34
קהל יטב לב ד'סאטמאר-אנטווערפן שרייבט אונטער אין א גוטע שעה קאנטראקט מיט בוי קאמפאני'ס
מיט א פרייליכע געמיהט האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די בשורה מרנינה אז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פ' מקץ האט די הנהלת קהלתינו הק' אין אנטווערפן יצ"ו, אונטערגעשריבן אין א גוטע שעה די בוי קאנטראקט מיט א בוי קאמפאני און מען גרייט זיך ב"ה אין די נאנטע וואכן אנצוהייבן מיט די פאקטישע בוי ארבייט.
די בוי פירמע האט זיך אונטערגענומען אהערצושטעלן אין א קורצע תקופה די ערשטע פאזע פון די בוי פראיעקטן דורך הנהלת קהלתינו אין אנטווערפען, וואס דאס נעמט אריין אין זיך: די "היכל בית המדרש הגדול", און אונטער איר די הערליכע "היכל התורה", און די פראכטפולע מקוה טהרה.
צוליב וואס ווי פארשטענדליך וועט די בוי ארבייט אריינציען אין פאנטאסטישע סכומים, וועלן אין משך פון די קומענדיגע חדשים פארקומען אין ניו יארק קלענערע און גרעסערע אקציע'ס, מיטן ציהל אויפצוטרייבן סכומים אדירים מנדבת לבם הטוב פון שלומי אמוני ישראל.
אזוי אויך וועט אין שטאט אנטווערפן פארקומען אין עטליכע וואכן ארום א גרויסן "דינער" לטובת די קרן הבנין.
-פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען-
•♦•
נשלח ב-2/1/2012 20:59
בוי ארבייט ביי די בניני קהלתינו הק' אין אנטווערפן
די 2 גרויסע בניני קהלתינו הק'
די בוי ארבייט איבערצומאכן די דעכער פון די 2 בנינים
נשלח ב-2/1/2012 22:03
ביטע טוישן דאס קעפל צו "הרחבת"
נשלח ב-2/2/2012 19:10
הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן
ורב ביהמ"ד ישמח משה
באזוכט אין אנטווערפן
לרגל דעם מעמד הדינער והכרת הטוב לטובת קרן הבנין שע"י קהלתינו הק'
חלק א'
דרשת חיזוק והתעוררות אום ליל שישי העעל"ט
דער ציבור נעמט שלום בעת דער חשובע'ר גאסט שליט"א קומט אהן אין ביהמ"ד
הרה"ג ר' ברוך וואסינג שליט"א ראה"כ "תורת חיים" אויפטרעטנדיג ביים מעמד
האדמו"ר מ'שאץ-אנטווערפן שליט"א ערשיינט צום מעמד
העסקן מוה"ר ישראל יצחק היימאן הי"ו שטעלט פאהר די פלענער
פאר הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א חדב"ן
הגאון ר' אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן ערשיינט צום מעמד
האדמו"ר מ'ספינקא אנטווערפן שליט"א ביים מעמד
זקני אנ"ש ובעלי בתים חשובים ביים מעמד
דער יו"ר המעמד מוה"ר ישראל יצחק היימאן הי"ו
ביים אויסרופן די זכותים וואס זענען אפגעקויפט געווארן דורך נדיבי לב אין שטאט אנטווערפען
ביי די דרשה פון אנטווערפנ'ער רב שליט"א
ביי די צענטראלער דרשה פון הגה"צ ר' שמען זאב שליט"א חדב"ן, רב ביהמ"ד ישמח משה בק"י
חלקים פון ציבור ביים מעמד
חלקים פון אובן אהן ביי די דרשה
♦♦♦
נשלח ב-2/2/2012 23:33
נשלח ב-5/3/2012 22:59
בשעה טובה: אנגעהויבן בוי ארבייט ביים בנין הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן
גרויס פרייד הערשט ביי סאטמארע חסידים מיט'ן אנהייב פון די איבערבוי ארבייט ביים בנין ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק' אין אנטווערפן די פארגאנגענע וואך לס' "ועשו לי מקדש בשעטומ"צ ווי אצינד האט מען אנגעהויבן די פאקטישע בוי-ארבייט ביי די גרויסע מהודר'דיגע מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין אנטווערפען יצ"ו.
אזוי ווי די מקוה וועט בעז"ה אויפגעשטעלט ווערן אין די גרויסע קעלערן פונעם עקזיסטירנדן בנין, האבן די עושי המלאכה קודם אנגעהויבן מיטן אראפצונעמען די אלע ווענט אינעם קעלער, און זיי אונטערהאלטן.