file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS" /> פורום: כל העולם כולו - אויפדעקונג! די שטר הסכם פון ברך משה'ס לויה – בחדרי חרדים
בית פורומים כל העולם כולו

אויפדעקונג! די שטר הסכם פון ברך משה'ס לויה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2009 05:13 לינק ישיר 
אויפדעקונג! די שטר הסכם פון ברך משה'ס לויה

file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-8.png" src_cetemp="file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-8.png" alt="">file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-9.png" src_cetemp="file:///C:/DOCUME%7E1/ADMINI%7E1/LOCALS%7E1/Temp/moz-screenshot-9.png" alt=""> אזוי עס איז שוין אדורך עטליכע יאר פון ווען עס איז אונז אוועק אונזער הייליגע רבי דער בעל ברך משה זי"ע.
ווער ס'געדענקט נאר זיין לויה, ווער עס שמועסט נאר פון די לויה אייביג קומט ארויף א געוואוסע נקידה וואס מ'האט שוין געבויעט דערויף שטאקן מיט שטאקן און בנינים איבער בנינים. ווער עס האט געבראכן דעם שטר הסכם? האט מען בכלל געבראכן דעם שטר הסכם? ווי אזוי האט מען געבראכן דעם שטר הסכם? איז בכלל געווען א שטר הסכם?

פאריגע וואך האט מיר מיין נאנטע חבר געשיקט א E-MAIL מיט די שטר הסכם. בעטענדיג אז מען זאל אראפ נעמן די חתומות פון די צוויי קינדער וועלכע עס האט אויף זיך (כ'וועל באלד מסביר זיין וואס איך מיין), כדי מ'זאל נישט וויסן פון ווי עס קומט.עס איז שוין געקומען די העכסטע צייט אז די עולם זאל דאס זעהן

ווען די ברך משה איז אוועק. איז אליעזר קעסטנבוים געווען דער פארמיטלער צווישן די צוויי צדדים. ביי אים האט מען געשריבן דעם שטר הסכם. ער האט דאס קודם גע'פעקסט צו רבינו שליטא'ס הויז. מ'האט געטוישט פארשידענע טוישענגן, אהין און צוריק. ביז די רבי מיט הרה"ג רבי שלום אליעזר האבן עס אינטערגעשריבן. דאן האט מען עס צוריקגעפעקסט. און אליעזר האט צוריקגעשיקט מיט הגרז"ל מיט הגר"ל (ביידע די זעלבע גאונים) אינטערשריפטן. דאן האט מען זיך געשטעלט צו די לויה.

במשך די לויה האט הגרז"ל זייט עטליכע מאהל געבראכן די שטר הסכם.

קודם: אז משה מנחם טירנוער האט מספיד געווען (ס. ב)
צווייטענס: ליפא איז געשטאנען אויפן ארון הקודש אין קרית יואל (ס ח)
דריטענס: די סטאפ פאר וויזניץ מאנסי רבי (עס שטייט קלאר אז נאך ווילימסבורג וועט די רבי מחליט זיין ווי מ'גייט ס. ג)

אבער אזוי ווי עס גייט מיר נישט ארויף צולייגן א קאפי פון די שטר הסכם, ווער עס קען זיין מיר ביטע שיקן אין אישי ווי איך קען אים עס שיקן אז ער זאל דאס ארויף לייגן.
ייש"כ



תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 30/10/2009 5:15:23




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 05:30 לינק ישיר 

וואס ביזטו מחדש דא, א אלטע זאך
די הסכם האט געשריבען אויב איך בין זיך נישט טועה משה  יונה מאנדל אדער זין ברידער אהרן בנציון פון בארא פארק, משה יונה מאכט אלע שטרות פאר אליעזר קעסטענבוים בדרך כלל


איך האב דאס אין די ארכיווען פון יענע תקופה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 05:37 לינק ישיר 

אדרבה. לייג עס ארויף.
עס איז קיינמאל נישט אויסגעליפטערט געווארן ברבים, איך האב עס געזוכט א שטאק מיט יארן ביז איך האב עס געטראפן
 ידע הקהל וישפוט.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 05:43 לינק ישיר 

איך האב דאס אהן קיינע חתימות
און אפשר נאך פאר די הגהות
לייג ארויף דיינס, איך וועל בל"נ זיכען מיין קאפי מארגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 06:22 לינק ישיר 

איך דערמאן זיך יעצט אז ס'איז אויכעט געווען א הסכם בנוגע די ימי השבעה, וואס איז למעשה נישט צושטאנד געקומען, פון דעם צווייטען הסכם האב איך זיכער נישט קיין קאפיע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 18:21 לינק ישיר 

אי"ה איך האף אריינצולייגן די הסכם פון די שבעה. (ןואס איז געווען נאר אויף פאפיר, קיינער האט עס נישט אונטערגעשריבן)
בנוגע די הסכם. איך האב עס יעצט געשיקט צו איינעם דא. ער דארף דאס ארויפצולייגן בקרוב




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 18:47 לינק ישיר 

די הסכם האט מען קיינמאל נישט אונטער געשריבען.

משה גבאי האט שנעל געמאכט די שטר, נאך דעם וואס די ריכטער ראזענוואסער האט ארויס געגבען אן עמרדזשענסי פסק אז די אהרונים זענעם פולקאם בעל הבית אין ראדני ביי די לווי'.

איר ער געקומען צו לויפן מיט די צעטיל, אבער מען האט עס נישט אונטער געשריבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 18:59 לינק ישיר 

איך שטעל מיר פאר אז עס איז נישט דיין ערשטע טעות אין דיין לעבן.

לויט מיטב ידעתי איז משה נישט געווען אריינגעמישט אויפן טיש (אפשר אינטערן טיש) בנוגע די הסכם.
אפשר ווען די צייט וועט ערלויבן וועל איך שרייבן ווער עס איז געווען פארמיטלער פון די ארונישע זייט (גאר א גרויסע פערזענדליכיקייט ביי די ארונים). אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן. האבן די ארונים קודם אינטערגעשריבן (אין סיגוט'ע ביהמ"ד אין די שלאף צימער אין די בעק- אויב די געדענקסט ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן). מ'האט צוריקגעפעקסט די אינטערשריפטן און מען האט עס צוריקבאקומען מיט הגרז"ל און הגר"ל אינטערשריפטן.
בארא פארקע רב האט נישט געדארפט אינטערשרייבן
מאנטריאלע רב האט נישט אינטערגעשריבן
אזוי אויך די מאנסי רב.

הרה"ג ר' שלום אליעזר מיט רבינו האט אינטערגעשריבן אין סיגוט (דאס האט גענומען אזוי לאנג ביז די רבי איז ארויס צום הכתרה פונעם רבי'ן אדורך בערל פר"מ). או ןפאר דעם האט די רבי נישט גענומען קיין קוויטלעך נאר פון בערל פר"מ, ווייל ער האט געדארפט צוריקגיין אין בעק זעהן די פעקס וואס עס איז צוריגעקומען.



תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 30/10/2009 19:01:00




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 19:01 לינק ישיר 

דבר ווייניגער אין לייג עס שוין ארויף פאר שווארץ יאר

אמור מעט ועשה הרבה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2009 19:04 לינק ישיר 

GIMPELE דארף עס ארויף לייגן. איך האב עס אים שוין געשיקט איבער א לאנגע צייט צוריק. אויב דו ווילסט שיק איך עס צו דיר (אדער סיי ווער עס בעהט מיר) אז דו זאלסט עס קענען ארויף לייגן. . איך האב עפעס פראבלעצען עס ארויפצולייגן.


תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 30/10/2009 19:05:56




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 19:06 לינק ישיר 

רבינו שליט"א האט די צעטיל קיינמאל נישט אונטערגעשריבען.

קענסט זאגן שרייבן וואס די ווילסט.

נאכמאהל - די צעטיל האט רבינו שליט"א נישט אונטערגעשריבען.

רבינו שליט"א האט געהאט בעסער וואס צו טאן פאר זיין טאטע לווי', ווי צו זיין ביזי מיט צעטלעך וואס משה גארביטש הייסט אונטער שרייבן.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/10/2009 19:09:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2009 19:11 לינק ישיר 

שרייב עס נישט נאכאמאל ווייל דו מאכסט א גרויסע טעות. (איך וויל נישט שרייבן שקר)
עס איז נישט קיין בושה אז די רבי האט אינטערגעשריבן- דארפסט עס נישט לייקענען.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 19:15 לינק ישיר 

איך האב דיר געשיקט מיין אימעיל אדרעססע
שיק עס מיר אין בליץ פאסט




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2009 19:18 לינק ישיר 

ס'איז זייער גרויס איך קען עס נישט ארויפלייגן.

איך האב עס איבערגעגעבן פאר מער טויגליכע פון מיר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2009 19:19 לינק ישיר 

ארגינעלער דו באקומסט עס יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/10/2009 19:21 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:

רבינו שליט"א האט די צעטיל קיינמאל נישט אונטערגעשריבען.

קענסט זאגן שרייבן וואס די ווילסט.

נאכמאהל - די צעטיל האט רבינו שליט"א נישט אונטערגעשריבען.

רבינו שליט"א האט געהאט בעסער וואס צו טאן פאר זיין טאטע לווי', ווי צו זיין ביזי מיט צעטלעך וואס משה גארביטש הייסט אונטער שרייבן.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/10/2009 19:09:09


גערעכט. אבער וואס קעו זיין בעסער ווי אז עס זאל זיין א בכבודיגע לויה פון זיין הייליגן טאטען?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אויפדעקונג! די שטר הסכם פון ברך משה'ס לויה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext