לעצטענס האט ריח''מ פר''מ געלאזט פאלן סטעימענטס פאר עטליכע מענטשן, ווי מ'האט געקענט אפען זעהן אז ער באוויינט זיין עבר, ער האט באוויינט זיין רילעישאןשיפ צווישען אים אין רבינו שליט''א,
אין ווי אויך האט ער שטארק אויסגערימט רבינו שליט''א אין שטאלצירט אז ער האט אזא תלמיד.
מענטשן האבען ג'טעהנ'ט אז דאס קומט ציליב זיין עלטער אין די זכרון ארבעט שוואכער
אבער נאך די סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר'ן קרית יואל'ע דיין די וואך, שטעלט זיך ארויס די בילד זייער קלאר {כ'האב עס נאר געהערט פין א כלי שלישי, אין כ'וועל נישט ברענגן די לשון, אבער ווער עס ווייסט די פינקטליכע לשון זאל עס ביטע פאוסטען)
ער האט נעבעך באמת אנגעזעהן ווי ער איז אנגעקומען,
באמת האט זיך שוין אנגעזעהן צייכענס דערפון פאר א לאנגע צייט ציריק ווען רבינו שליט''א איז אים געווען מנחם אבל אין עס איז דאן פארפירט געווארען זייער א ווארימע שמיעס, בייגעלייגט די באקאנטע בילד דערפון
אין זינט דאן האט ער שוין געלאזט פאלען סטעיטמענטס פאר עטליכע מענטשן רוב דערפון במסיח לפו תומו, ווי ער שטאלצירט אז רבינו שליט''א איז זיין תלמיד, (א זאך וואס ער האט שטארק ארויסגעברענגט פאר 25 יאר ציריק ביי די הכתרה פין רבינו שליט''א, ווי ער האט אים שטארק אויסגערימט) אין ביי געוויסע פעלער באוויינט די רילעישאןשיפ, - ווי ער האט בפ' געזאגט פאר ק''י דיין די וואך.
די זעלבע האט יעדער געזעהן די וואך ביי די טארטיקאוו-קאסאן'ער חתונה ווי האט זיך אויפגעשטעלט פאר רבינו שליט''א אין געהעריג בארגריסט, אין געוען אנוועזנד ביי די מצווה טאנץ פין רבינו שליט''א וכו'
ספעעציעל האט רעפלעקטירט זיין אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס ביה''ח, אין ביי די גענעראל פארזאמלונג דערנאך א' סליחות אין ראדני, וואס געצויגען אויפמערקזאמקייט, נאכדעם וואס ער איז פאקטיש די רעספעקפולסטער אטאריטעיט ביי די זאליס.
(כ'פארשטיי אז די זאלי'ס וועלן זייער ווילד ווערן אויף דעם אשכול, אבער פארמעגליך וועט שוין פארבעצירן עפעס א נחמה)
תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 7:09:39
נשלח ב-30/10/2009 14:06
דער גאנצער שמועס איז אירלעווענט
ר' ישראל חיים מנשה איז א מורא'ידגע שוואכלינג אין יעדן הינזיכט סיי אין פסקים אין סיי אין זיך לאזן אויף העצן.
ר' ישראל חיים מנשה האט זיך געלאזט אויף העצן קעגן רבינו שליט"א ביי די נשים מקוה אין וויליאמסבורג וואס ווער ס'איז באקאנט איז די גאנצע פרשה ווייסט אז ס'איז א שקר גס זיין גאנצע איינרעדעניש.
ער האט זיך געלאזט אויף העצן ביי די ירושלימער רבנות פרשה ווי ער האט זיך איינגערעדט אז רבינו שליט"א האט געשטערט זיין נאמנעציע אלץ ווערן רב, ווי ר ' ישראל חיים האט עס געזאגט פאר ר' לייביש וויינפעלד יענעם יאר ערב שביעי של פסח מיט טענות קעגן רבינו שליט"א.
(און נאכ'ן ארויס געבן דעם פסק דין אז אלע אונזערע ראשי קהלה זענען רשעים און בוגדים, האטער געמאלדען אז אויב וויל מען איבערהערן דעם פסק דין, קען מען קימען צו אים, און ערוועט עס אונז איבערזאגען, נאכן אונז געבן דער פראוועליגיע פון אויס הערן אונזער טענות, אבער די ראשי הקהלה האבן ענדערש אויסגעקליבען ר' זלמן גרויז שליט''א, וואס האט נאך נישט ארויס געגעבן דעם פסק אז דיראשי קהלה זענען בוגדים - רשעים, אד''ג)
עס איז אויך קלאר אז ער האט גובהעידות געווען פון די צוויי ליצים ווידער - שטערן נאכן הסתלקות פון רבינו הקוה''טדער ברך משה זי''ע, כאילו דער ברך משה זי''ע האט געוואלט אז ר' זלמניו זאל אים ח''וממלא מקומו זיין,
טראץ וואס ער האט גוט געקענט ר' זלמניו, ער האט אפי' אנגעווארענט זיי נעפיו, הרה''ג ר' ישראל חיים האראוויטץ שליט''א, אז ער זאל פון ר' זלמניושטיין מיילען ווייט, ווייל ער האט נישט קיין פינטעל יראת שמים,
ער איז געווען דער מג''שפון ר' זלמניו, און ער האט אים גוט געקענט, און ער האט אויך גאנץ גוט געוויסט, וואס דער רבי דער ברך משה זי''עהאט געוואלט, און ער האט קלאר געוויסט אז די גאנצע מציאות פון אזא ר' זלמניו, איז פשוט א פאליטישע מאנווער, פון א פאר מפיאנערען, וואס ווילן בלייבן מיטן שטעקן, און עס האט מיטן ברך משה גארנישט,
איז אנשטאט אוועקשטיין פון די ''גובה עידותצערעמאניע'' און עס לאזען פאר די צוויי הרב פילאף - וויינבערגער, האט ער זיך צילובווייטאג אויף רבינו שליט''א אנטייל גענימען און די צערעמוניע וואס דער בן פראדעלמיט זיין גאלד פרענד, האבן ארגענעזירט, אז זיי זאלן קענען ווייטער זיין דיפילאטען,
מיט דעם אלעם, קענען די זאליס נישט אנווייזען, ווען מען האט דעםדיין ח''ו מבזה געווען, נאר קאפויער, ביי איינער פון די אלף שמות מסיבות, האטאיינער פון די חשובע רענדער אנגעווארענט דעם ציבור, אז מען זאל נישט רעדען אויף דידיינים, אפי' מען זעט אז זיי פירען זיך אפשר נישט אזוי דיינים, דארפן זיך פירען, ווייל זענען זיי זענען פארט דיינים,
אונזער שטעלונג בנוגע ר' יח''מ שליט''אאיז אלע מאל געווען, אז אונז ארנעקענען נישט זיין אויטריטעט, בנוגע יעדע זאך וואסהאט צו טאן מיט הנהגת הכלל, אויף דעם האבן מיר אונזער גרויסען הייליגען רבי'ן זאלזיין געזונט, מיר אנערקענען ר' ישראל חיים מנשה שליט''א אלס א ערליכע וואוילער יוד, טראץ וואס זיינע מעשים זענען מילד גערעד היפש קאמפלעצירט,
דאס איז אויךגעווען די סיבה, פאר וואס מיר האבן אזוי געארבייט אז דאס שטול פון די ירושלימעררבנות, זאל פארפילט ווערן דורך הגהרי''ט שליט''א, און נישט דורך דעם חשובן דיין, ווייל מיר אנערקענען אים נישט אלס אן אויטריעטעט, צוליב זיינע פעילות בעבר,
אבער ער זאל זיצען און אויף ראס סט, נעמען קוויטליך פון די וואס גיבן אים, כל הכבוד, קיינער לייקענט נישט אז ער איז א ערליכער יוד!
נשלח ב-30/10/2009 17:31
דער יו גא איגען
ר' מנשה מראסס סטריט איז פין גרעסטע פארברעכער אין די מחלוקה.
1) קודם ווי אזוי ער האט געהעצט דעם ברך משה וואס איז דא א טעיפ דערפין
ממש ווי א געשילטער נאצי ער האט ליידער אויס געניצט דעם ברך משה'ס מצב .
ער האט מתיר געווען אן עירוב אויף ראדני נאכדעם געאסרט!
ער האט געמאכט אן עירוב פאר פוילישע גוים נאכדעם געאסרט!
וכו'
נאר וואס איז איצט געשעהן...?
געשעהן איז ער האט זיך דערזעהן איצט באלד ביי די 80 יאר, אז ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען, טראץ וואס ער איז ראב"ד ראסס... ראב"ד פון א לישקע סיין.... נשיא מוסדת רמ"א....
ער האט געפייגערט צו ווערן ירושלימער רב, אבער די ירושלימער אידן האבן געזאגט ניין! זייי דארפן נישט א רב א פאשקאווילען שרייבער, איז ער געבליבען זיצן אויף ראסס סט. דאווענט אין זיין ביהמ"ד מיט אפאר מרה שחורה אידן. פון די אנדערע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער סאטמאר אידן און שעלטן אים, און אין די גאנצע וועלט איז ער אפ געפרעגט אפגעלאכט.
די זאליס פון די אנדערע זייט ניצן אים נאר אויס פאר שייגץ שטיק, פאשקאווילען שרייבן, מתיר צו זיין ערכאות, נישט לאזן קיין צו דין תורה, פארקויפן בדיעבד פלייש, וכו', זיינע קינדער האבן די זאליס נישט גהעריג קיין פרנסה געגבען, און פאר ר' לייבוש פריעדמאן האבן זיי קלאר געזאגט אז ער ווערט נישט דיין נאך די 120.
האט די דיין מיט זיינע מענטשן אפגעמאכט גענוג איז גענוג, זיי גייען מער נישט לאזן אז דער דיין זאל זיין די שייגץ שמאטע פון די זאליס, און ער גייט אויפהערן צו שרייבן פאשקאווילען, וכו'.
און דאס וואס עס גייט פאר די לעצטע צייט.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 30/10/2009 19:02:48
נשלח ב-30/10/2009 18:56
וויפיל עזות שטעקט ווען ר' מנשה מראסס סטריט פרעגט הרה"ג ר' געציל פארוואס די רבי האט א שווער הארץ אויף אים.
אין אז ער האט קיינמאל נישט וויי געטיען דעם רבי'ן.
דעס האט פאסריט די וואך מיטוואך נאכט ווען הרה"ג ר' געציל האט אים ארויף געטראגן זיין ספר אגלי דבש.
נשלח ב-30/10/2009 19:23
המזה ת"ח אין לו תרופה למכתו..(גמ' שבת)
המבזה ת"ח, אפיקורס, ואין לו חלק לעה"ב..(גמ' סנהדרין)
נשלח ב-30/10/2009 19:24
וואס הייסט ער ציט צוריק? האט ער דען בכלל צוריק געצויגן?
לאמיר זעהן ער זאל ארויס שרייבן קלאר און דייטליך אז
טעיתי טעיתי וטעיתי, (ער איז דאך געוואוינט חוזר צן זיין פון זיינע פסקים)
זאל ער שרייבן כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים סקול דיסטריקט,
כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים עירוב,
און דאס הייסט אפשר צוריק געצויגן,
נישט אז ס'וועט אויסמאכן אין מיינע אויגן,
ס'וועט פונקט אזוי אויסמאכן ווי זיינע פריריגע געמויזעכטס,
אבער קען מען אפשר אנרופן צוריק געצויגן,
ביי מיר אין חדר איז געווען עפעס א ווילדער צאפ,
איך וויל נישט פורס בשמו זיין, היינט איז ער שוין א חשובער אינגערמאן,
OK איך בין דאך א איש אמת, בין איך מודה... איך בין דאס געווען,
איך בין אין חדר געווען א געזונטער בארדאק, ווי מען זאגט א ווילדער חי',
און איינמאל נאך א גיט שטיקל בארדעריי
און נאכן כאפן צוויי געזונטע פראסקעס פון מיין רבי
גיב איך עהם א פרעג אזוי תמימותדיג "וואס האב איך געטוהן?"
נו... נו... מיין רבי כאפט דעם שטעקן און גיט מיר געזונטע
מכות און שרייט דאס כאפסטו פארן פרעגן וואס דו האסט געטוהן,
רבי ישראל חיים טייערער, דאס פרעגן פונעם דיין רבי געציל שליט''א
וואס איר האט געטוהן איז נאך ערגער פון די אלע שייגעצשטיקן,
יא, איך ווייס אז די רעבעצין פארפירט געפערליך אז זי וויל ליגן
דארט ווי אירע עלטערן און געשוויסטער ליגן, און ווילט איר
צופרידן שטעלן, אבער לא זו הדרך, דאס וועט אייך קנאפע העלפן,
בעטס אייער גבאי נחמי' קרויס זאל אזוי גיט זיין אייך אראפ טראגן
קיין 5 צאנז קט. טיט אייך אויס די שיך און גייטס אריין מיט בכיות נוראות
און זייט מקבל נזיפה און זייט מפייס דעם רבין שליט''א,
פון דארט כאפט א שטיקל נסיעה די פאר שפאן ביז צום ציון הקדוש
פון רבותינו הקדושים, און בעטס זיי איבער פארן חורבן עולם וואס איר האט
אנגעמאכט, (גייט אריין פון די בעק, וויגדור זאל אייך נישט זעהן),
און פון דארט ווען איר קומט אהיים מאכט א סטאפ אין אונזער
בית המדרש הגדול אויף הופפער, און שרייטס אויס פאר די הונדערטער
לומדים ומתפללים, חטאתי עוויתי ופשעתי, חטאתי לאלוקי ישראל, חטאתי
לרבותינו הקדושים, חטאתי לכל בני קהילתינו הקדושה ובראשם כבוד קדושת
רבינו הקדוש שליט''א, און דאן אולי ואולי וועט דאס הייסן צוריק געצויגן,
ואולי יחוס ואולי ירחם, אבער דעם פני תם וואס ווייסט אפילו נישט וואס ער
האט געטוהן, דאס וועט אייך קנאפע העלפן...
נשלח ב-30/10/2009 19:28
סקאט די רעדסט שוין אויפן דיין.
נשלח ב-30/10/2009 19:45
די ערשטע רעזולטאטען פין די זאליס:
א פרישע אשכול אין די זאלי פארום, ווי ער דרייט אויס זיין אייגענע דורכפאל אויפן ק''י דיין, ליינט אין האט הנאה:
די וואך ביי א שמועס מיט כ''ק הגה''צ הראב''ד שליט''א האט ער גערעדט גאר אפענע דיבורים אקעגן
ר' אהרן און די דארטיגע הנהגה נוצנדיג גאר שארפע דיבורים {איך וועל עס נישט אראפברענגען איעדער
קען זיך אליינס נאכפרעגן} און האט זיך מתנצל געווען פארן ראב''ד שליט''א אז ער איז א איינגעשטעלטער
די פראגע איז נאר יעצט צו דאס מיינט אז ער פלאנט צו דעפעקטירן און אריבערקומען
צו די ערליכע זייט אדער עולם כמנהגו נוהג און ווייטער טוהן וואס זיי הייסן און פריוואט
וועט ער ווייטער זאגן חוות דעתו האמיתית, דאס קען מען דעבאטירן
ונזכה ונחיה ונראה
וואס פאר א זאלי'ס קען אלס נישט בייפאלען, אנשטאט ענטפרן ווען מ'האט סיי ווי נישט וואס (דער שרייבער האט רשות כתיבה ביי אינז)
מאכט מען א מעשה, אין זארגט נישט, אלע קעלבעך וועלן שוין היינט נאכמיטוג וויסן ר' געציל ווערט דיין אין סאסמאן!
לאכט נישט!
תוקן על ידי rebyankel ב- 30/10/2009 20:07:16
נשלח ב-30/10/2009 19:49
דער דיין גייט ארום זייער צימישט, אין דאס האט נישט ציטין מיט די רעבעצן אדער מיט די רבנות אין ירושלים, דער דיין איז דאך א ערליכער נאר אין די מחלוקה איז ער בלינד געווען וועגן השוחד יעוור, אבער לעצטענס הייבט ער זיך אן צו כאפן אז עפעס די תלמידי חכמים קלעבן צום רבין אין די ליידיגייערס קלעבן אין זלמן לייב, ער האט אפאר וואסן צוריק גיזאגט פאר רי''וו אז ער פארשטייט נישט, זיין נעפיו ר' יעקב הערש פריעדמאן וואס איז א תלמוד חכם עצום באלאנגט עפעס צי ר' אהרן אזוי אויך זיין ידיד ר' לייבוש וויינפעלד קלעבט עפעס זייער צו ר' אהרן זיי זאגן נאך פון עם עפעס גדולות און דא איז ער מיט מעכל שלעזינגער און נאך אפאר קלים, זעט אוס אז ער כאפט זיך שוין מיט וועם ער בלאבט דארט.
וויפיל עזות שטעקט ווען ר' מנשה מראסס סטריט פרעגט הרה"ג ר' געציל פארוואס די רבי האט א שווער הארץ אויף אים.
אין אז ער האט קיינמאל נישט וויי געטיען דעם רבי'ן.
דעס האט פאסריט די וואך מיטוואך נאכט ווען הרה"ג ר' געציל האט אים ארויף געטראגן זיין ספר אגלי דבש.
שטעקט נישט קיין שום עזות, ווייל די סטעיטמענט איז פאלש, איך גיי נישט שרייבן קיין נאמען, איך בין עס אבער נאכגעגאנגען דאס ווייטסטע וואס מעגליך ביזן דיין, און דער דיין האט נישט דאס געפרעגט
מען האט נאר גערעדט דאס וואס איך האב שוין אויבן געשריבן
ס"ה רעכנסטו אויס אלעס וואס ער האט געטון זינט די כח הפועל והנפעל געלט פון וויגדער נאך תשנ"ו
נו, כבר היה לעולמים, מען טרעפט שוין אין די גמרא יוחנן כה"ג
אבער דאס מיינט נאך נישט צו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געשטאנען נעבן די ווארט ערליכער איד
אט איז די לשון פון הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלה פר' שופטים
על פי קבלתינו מרבותינו כח הפועל בנפעל, ממילא ממונו ורכושו של אדם שהאדם מסגלו על ידי מעשיו, הנה יש בממון ורכוש ההוא כח הפועל, על כן נאסר לנו לפרוט מתיבת המוכסין (ב"ק קי"ג ע"א), כיון שכח הפועל יש בממון ההוא והאדם הכשר יקחנו לעצמו, הנה יגרום לנפשו פעולת זרות כפי כח הפועל הנפשיי מבעלים הראשונים. ועתה אם עיני שכל לך תבין את אשר לפניך אשר בעינינו ראינו כמה אנשי שם אשר פיתם היצר לתבוע חלקם, והשתדלו בפרנסתם לקבל ממון מכל אדם ונשארו אחר כך כלים ריקים, כי הממון שסיגלו מבני בלי שם, דבק בם ובנפשם וכיבתה השלהבת אש אשר בער בקרבם באהבת היוצר כל.
וואס דארפט איר מער ווי דעם
אנטשולדיגט מיר, אבער לא זו הדרך צו נעמען א איד וואס האט געטון נישט גוטע זאכן אויף די עלטערע יארן און זאגן, אה! דער איז דאך שוין א אלטער שייגעץ, מען קען זיין א צדיק ותמים (בפרט) און דינען דעם אייבערשטן אלע יארן, ביז די אויבי איש אנשי ביתו פארדרייען א קאפ אויף דער עלטער (אוודאי איז נאכנישט געהערט איינער זאל זיין א שייגעץ אלע יארן אוף אויף דער עלטער ווערן א צדיקל, כדוגמת הרז"ל)
נשלח ב-30/10/2009 20:01
וואלןסח כתב:
שטעקט נישט קיין שום עזות, ווייל די סטעיטמענט איז פאלש, איך גיי נישט שרייבן קיין נאמען, איך בין עס אבער נאכגעגאנגען דאס ווייטסטע וואס מעגליך ביזן דיין, און דער דיין האט נישט דאס געפרעגט
מען האט נאר גערעדט דאס וואס איך האב שוין אויבן געשריבן
דעס וואס איך האב געשריבן נאר דאס האט מען געשימסט, אין איך האב נישט געשריבן אז דער דיין האט עפעס געפרעגט אין איך האב עס געהערט פין 2 מענטשן וואס האבן איבער געפרעגט דעם דיין אין קאנטינעטעל זאל מיטוואך באנאכט.
אין בדרך אגב ר' מנשה האט זיך אזוי ווי אנשולדיגט פארן דיין אז דעס וואס ער בלאנגט צי הגז"ל איז ווייל ער וואינט דא
דעם לשון פינקטליך געדענק איך נישט.
בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 30/10/2009 20:02:44
נשלח ב-30/10/2009 20:04
למען האמת
רוב חטאים וואס איר רעכנט אויס אויף ריח''מ, איז ער נישט זעלבסט באגאנגען, ער האט נאר מחפה געווען ווען די זאלי'ס האבען עס געטוהן.
למשל ער האט קיינמאל נישט געגבן קיין היתר צו גיין אין ציוניסטישען קארט (ער קען אפי' נישט ע''פ תורה ווען די הנהלת המוסדות שרייט כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת, אין האט שוין ג'חתמ'ט ש''ב)
די זעלבע זאך איז מיט אלע אנדערע ערכעות'ן.