|
***
אין ווייטערדיגע באריכטן פון שמחת בית צאנז, די חתונה פון יונגסטען קינד ביי כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א, עב"ג בת הגה"צ ר' יעקב אליהו אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, היינט וועט דער זיידע פון די כלה הגה"צ גאב"ד סיגעיט שליט"א אנקומען קיין ארץ ישראל לרגל די גרויסע שמחה דער רבי שליט"א וועט זיך במשך די קומעדיגע וואך אויפהאלטן אין קרית צאנז נתניה.
***
כ"ק מרן אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט די נאכט געוויילט אין די שטאט בארא פארק לרגל די שמחת השבע ברכות פון בנו החתן נ"י, וואס איז פארקומען אין טענקא זאל צוגעשטעלט דורכן זיידן כ"ק גאב"ד פאלטישען שליט"א.
דער רבי שליט"א האט במשך די נאכט באזוכט במעונם פון כ"ק מרנן האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, באבוב, צאנז קלויזענבורג, מונקאטש, בית חיים יושע, כונת הלב, שליט"א, ווי מען האט פארברענגט בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
|