די אהרונים זענען אזוי אויפגעקאכט הלמאי סאטמאר האט באיקאטירט זיבנבערגן כולל דינער. איז פאר איך גיי בכלל אריין אין די
אישו צו זיבנבערגן האט בכלל געהאט עפעס א סוקסעס ביז די לעצטע פאר יאר, איז אינטערעסאנט צו פרעגן די שאלה: וועמען
דארף סאטמאר שטיצן: שומרי החומות אדער זיבנבערגן?
נשלח ב-2/11/2009 21:16
שומרי החומות איז למעשה געווען די קופת צדקת רבי מאיר בעל הנס וואס רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע און דערנאך רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האבן געדינט אלס נשיאי הכולל מיט די אנדערע נשיאים, און רבותינו זי"ע האבן זיך באטייליגט ביי די דינערס מדי שנה בשנה און געזאגט דברות קודש.
אבער זיבנבערגן איז בכלל נישט געווען אין די קאטעגאריע.
נשלח ב-2/11/2009 21:21
איך זעה אז קיינער ענפערט דיר נישט נאר דו אליין וועל איך מרחם זיין און דיר ענטפערן
ווען רבותינו הק' האבן געלעבט איז נאך כולל שומרי החומות געווען ריכטיגע "שומרי החומות" און נישט נהנה געווען קיים כ"ש פון טריפה'נע געלטער אן קיין שום דריידעלעך, אבער היינט ליידער ... (פיהר אויס דו אליין דאס וואס איז באקאנט)
נשלח ב-2/11/2009 21:53
הייסט עס אז דאס נהנה זיין פון טריפה'נע געלטער איז געוואנדן צו שומרי החומות אדווערטייזט יא אדער נישט אין איד?
און אויב איז זי נהנה פון טריפה'נע געלטער, פארוואס האט דיין צדיקל זיך נישט אנטזאגט פון זיין א חבר הנשיאות?
נשלח ב-2/11/2009 22:26
כ'וועל דיר מסביר זיין
שוה''ח לאזען די ארונים נישט ארומגיין אין זייער בתי מדרשים, ווייל ביי דעם מנהל איז וויכטיגער צו ניצען די געלט וואס קומט אריין צו שטיצען א מחרחר ריב, אין ער איז וועגן דעם ''גרייט צו מוותר'' זיין אויף די נדבות פין חסידי סאטמאר.
אין זיבענבירגען לאזען די זאלי'ס נישט ארומגיין אין זייער בתי מדרשים, ווייל זיי האבען געוואלט זיין ''נייטראל'' אין נישט אריינגעלייגט אין קיין פין די 2 צייטונגען דאס מיינט א זאלי'ס
נשלח ב-2/11/2009 22:31
פארוואס איז שוה"ח ווייניגער נייטראל מיטן אדווערטייזן אין "אלע" צייטונגען, ווי זיבנבערגן וואס האט געסטאפט אדווערטייזן אין איד צוליב פאליטיק???
אודאי אדווערטייזן זיי אויך נישט אין בלאט, ווייל אפיציעל ווילן זיי מאכן דעם רושם אז זיי זענען... (יא רעביאנקל זאגט אז דאס מיינט) נייטראל...
נשלח ב-2/11/2009 22:33
פארוואס האבען אלע מוסדות וואס דארפען צוקמען צו ביידע צדדים אין סאטמאר געטוהן אזווי זיבענבירגען חוץ שומרי החומות?
נשלח ב-2/11/2009 22:36
ווער זענען די אלע מוסדות וואס דו רעכנסט אויס?
נשלח ב-2/11/2009 22:38
דערווייל האט שוה"ח, תולדות אהרן, חסד לאברהם אד"ג געוויזן אז מיט די אהרונישע באיקאט גייען זיי אן א דאנק סאטמאר!
נשלח ב-2/11/2009 22:42
נייטרא
נשלח ב-2/11/2009 22:46
יא, נייטרט ישיבה ראפעל וואס האבן נאך קיינמאל נישט אדווערטייזט אין בלאט, און שמואל משכיל האט עס אריינגעלייגט מיט עטליכע וואכן צוריק אויס נקמה קעגן נייטרא–טשעסטער ראפעל וואס האט יא געלייגט אין ביידע צייטונגען (אבער אין איד) און האבן אומגעשטערט פארקויפט זייער ראפעל אין מאנראו קעגנבאיבער דאס ווייסע שוהל נאכן ארויסגעווארפן ווערן פון דארט.
דאס אלעס ווייזט אז מען קען אנגיין אן די אהרונים.
נשלח ב-2/11/2009 22:58
למשל
בוני עולם, RCCS, חיבת ירושלים
נשלח ב-2/11/2009 23:06
סיי חיבת ירושלים און סיי בוני עולם האבן געהאט מודעות זייט דער באיקאט האט זיך אנגעהויבן