מיר "עקזיסטירן" ?
די עצם וואלן איז א זאך וואס האט נישט מיט די רעזאלטס פון די
עצם געוואונער אדער פארלירער, און לעצטערע יארן פון די קאמפיוטער וועלט איז
געווארן די עלעקשאנס די "נייע צענסוס" פון די פארגעשריטענע פאליטישע
וועלט, די קאמפיוטער זאגט פונקטליך וויפיל וואוטס, ווי לינק, ווי רעכט, וויפיל
פרויען, וויפיל מענער, וויפיל אינגע, וויפיל אלטע, במילא איז געווארן א נייע זאך
און די עולם הפאליטיקע, מען דארף פשוט שטימען פארן צוקונפט נישט פארן קאנדידאט
אזוי ווייט.
צום ביישפיל: בלומבערג גייט געוואונען סיי וויאזוי, און דאס
מאכט יעדן בלייבן אינדערהיים ווייל די רעזולטס וועט סיי וואו אזוי זיין אז
בלומבערג געוואונט, אבער ווער עס קען 2009 פאליטיק און די מהלך פון די רעגירונג
אפיסעס איז אז די צענזור פון די אנערקענטע געגענטער איז די וואלן, נישט וועגן די
תוצאה פון די פארמעסט אליין
דער עולם זאל פארשטיין אז די שחורים קענען אינגנארירן
צענדליגער מאל די וואלן, אבער עס איז אנגענומען אז זיי וואוטען זייער שטארק, די
זעלבע מיט די היספאניק, און לעצטענס די כינעזע,
ווען א פאליטישאן טוט עפעס קעגן די עטנישע געגענט וואס זענען
"וואוטערס" ציטערט ער זייער, און פרובירט אלעס זיי נישט אויפצורעגן
מורי ורבותי, מיר עקזיסטירן נישט! מיר הייסן א קאמיוניטי
וואס וואוטען נישט און אינטערסירט נישט גארנישט, די לעצטערע יארן פלעגן זיי שרייבן
אז מיר זענען גוט פאר פאנדרעיזינג, און דאס אליין איז שוין אויך נישט היינט
מיר מיזן ווערן וואוטערס, מיר מיזן ווערן אנערקענט די קאלום
פון פאליטישע צענזוס, מיר מיזן ווערן אנגעזעהן ביי אלע פארטייען, ביי יעדע
פאליטישע סטראטעגיסט, איבעראל מיזן מיר צוריק ארויפשווימען
עס איז דא און יעדע גאס א דיסטריקט וואס הייסט א ED און
דארט קען מען זעהן ממש פונקטליך וויפיל וואוטערס, וויפיל נישט אקטיווע, וויפיל
אלטע, וויפיל עטנישע, וויפיל ווייסע (אידן הייסן ווייסע), מען זעהט אלע אידישע ED דאטא
ממש גאר ווייניג רעגיסטרירט און נאך ווייניגער שטימען
די "מאכערס" פאליטיק
מיט די יארן איז געווארן אז פארשידענע עסקנים אינדארסירן
געגענזייטיגע קאנדידאטן און דער היימישער עולם איז געווארן אינגאנצן צומישט, ווייל
מען פלעגט אלץ חזרן אז נאר " א פאראייניגטע כח" קען ברענגן רעזולטס, און
אויב מען איז צוטיילט איז עס גארנישט ווערט.
די מציאות, מיט די יארן האט זיך אויסגעשטעלט אז יא, צוטיילן
די שטימען ברענגט אריין אסאך מאל די אנדערע קאנדידאטן, אבער מען בלייבט נאך אלץ א
אקטיווע קאמיוניטי און דער מענטש ווערט פאררעכנט אלץ א אקטיווער וויילער וואס
וויפיל אזעלעכע וויילער א געגענט האט איז דאס מער חשוב.
דער עולם האט עפעס באקומען א הבנה אז ענדערש צו בלייבן
אונדערהיים וואו צו וואוטען בכלל, אבער דאס הייסט ממש זיך אליין חרוב געמאכט, מען
ווערט ממש א וואוסטע געגענט וואס ווערט אראפגענומען פון די מאפע איינס צוויי.
ווען א מענטש וואלט געוואוסט וואלט ער אריין ביי יעדע וואלן
אריין און די בודקע און געריקט די אייזן אהין און צוריק און ארויס, דאס הייסט א
ליידיגע שטימע, אבער ער שטימט אפילו ער איז גערעגט, ער האלט דער אינקאמבענט דארף
פליען זאל ער שטימען קעגן איהם, ווייל זיין נאמען בלייבט א אקטיוו נאמען וואס מען
דארף זיך רעכענען, און דער ענטפער טאר נישט זיין אז מען בלייבט אינדערהיים, ווייל
דאס איז זעלבסט מארד.
מען זעהט אונז אן איבעראל, מיט אונזער לבוש, מיט אונזער
אויפפירונג, אבער ביי די וואוטס זעהט מען אונז נישט אן, נעמען זיי עס אן אז עס
אינטערסירט נישט
די "אישוס" און "הבטחה'ס"
איינע פון די זאכן וואס דער עולם האט אויפגעכאפט איז, אז די
אישו אדער די הבטחה איז די סיבה פון די וואוטן, און אזוי ווי דער הבטחה אינטערסירט
נישט איהם, אדער מיינט נישט איהם, במילא בלייבט ער אינדערהיים און וואוט נישט, און
ע"פ רוב איז די הבטחות קיינמאל נישט מקוים געווארן, און די אישוס רוב מאל איז
נישט ביי יעדן חרדישען איד אייניג וויכטיג, במילא איז נישט ביי יעדן אנגענומען
געווארן צו וואוטען.
למשל: מען קומט אפאר וואכן פאר די וואלן און מען שרייעט
"האוזינג", עס איז זייער א נארישע טאקטיק ווייל מען קען עס נישט
אויספירן און נאכדעם אנווייזען אז מען האט אויסגעפירט די הבטחה, און ווער רעדט
ווען די "מאכערס" זאגן נאר אז עס איז דא א הבטחה.
אבער דער ריינער מציאות מען וואוט פאר מארגן, מען וואוט פאר
אייגענע אנערקענונג, מען וואוט פארן יהדות החרדות נישט קיין נפ"מ פאר וועם.
רעגעסטרירן
אסאך איז שולדיג ווייל דער עולם איז נישט רעגיסטרירט, און
אפילו יא און א נישט ריכטיגע פארטיי וואס מען האט נישט קיין טשענס צו וואוטען און
א פריימערי וואו די עיקר חילוק מאכט אויס
אסאך מענשטן ווילן נישט וועגן זשורי, אבער עס איז זייער
נאריש, ווייל זשורי איז היינט גוט סאפיקטיקעידעט מיט אסאך ליסטעס, און אפילו יא
איז די גיין נישט אזוי שטרענג, און די
אפיס פון די זשורי פארשטייט אויך אז נישט פאר יעדן איז עס א גרינגע זאך (פאר פ"ס וואלט יעדער אפלייעד אפילו מען דארף גיין זשורי)
די צווייטע אישו איז, מען איז א רעפובליקאן און א שטאט ווי
מען קען כמעט נישט וואוטען און זייערע פריימעריס, רעגיסטרירן מיינט נישט אז מען
האלט מיט זייערע פארטייאישע אגענדע און דאס זיין איינגעשריבן רעפובליקאן מאכט נישט
קיינעם מער חשוב
די תמצות דער ציבור דארף א נייע אויפקלערונג וואס וואוטען
מיינט און וואס אלץ איז כולל און די שטימען און דאס דארף פארשפרייט ווערן איבעראל