אזוי ווי יעצט איז נאך 8:15 15 מינוט פאר מען ענדיגט שטומען אין קרית יואל, (און עס וועט נאך נעמען א שטיק צייט ביז עס וועט זיין די רעזולטאטן) וויל איך יעצט אביסל אויסשמועסן בנוגע די וואלן אויסגאנג, ווי אזוי מען דארף עס אנקוקן.
כסדר נאך וואלן הייבט יעדער אן אויפצוווייזן אז ער האט "געוואונען", אפי' דער וואס האט פאלוירן טרעפט אייביג תירוצים אנצוווייזן אז דאס איז שולדיג, ע"כ ביטע נאך "יעצט" איידער די וואלן ענדיגן זיך זאל יעדער זאגן זייערע תירוצים, אזוי אז ווען די וואלן וועט זיך ענדיגן זאל מען וויסן ווער עס האט מער.
איך וועל זיין דער ערשטער!
קודם לאמיר א קוק טון אויף ביידע בעלעט'ס און זעהן די חילוק.
דאס זענען די בעלעט'ס:
ביי די סופרים קאורט דזשאדזשעס, איז די חילוק אז אנ"ש הייסט וואטן פאר 4, און איחוד הקהילות נאר פאר 2, אבער קיינער זאגט נישט אז יענעם'ס קאנדידאטן זאל מען נישט וואטען, (איחוד הקהילות האט נאר אינדארסט 2, אבער זיי ווייסן אויך אז עס דארף זיין 4, נאר זיי נעמען נישט קיין שטעלונג איבער די איבריגע 2).
ע"כ פון איז נישט קיין שום ראי' אויף גארנישט.
לאמיר גיין ווייטער, קאונטי עקזעטיוו, דיסטריקט עטערני, קאונטי קלערק, איז די זעלבע אויף ביידע בעלעטס.
לאמיר גיין ווייטער, קאונטי לעגיסלעטער, האבן די איחוד הקהילות נישט גענומען קיין שטעלע.
לאמיר גיין ווייטער, סופערווייזער, און טאון דזשאדזש איז די זעלבע אויף ביידע בעלעטס.
לאמיר גיין ווייטער ביי קאנסעלמאן, Mcquade האבן ביידע אינדארסט, Martin האט קיינער נישט אינדארסט.
די חילוק איז נאר ביי די צווייטע קאנסעלמאן, אז אנ"ש האט אינדארסט Weeks, און איחוד הקהילות האט אינדארסט Colon.
ע"כ ביים אויסגאנג דארף מען נאר קוקן די חילוק צווישן Weeks, און Colon.