בית פורומים כל העולם כולו

אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אין ראמאפא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2009 18:13 לינק ישיר 
אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אין ראמאפא

ברוך השם אז ביי אונז אין מאנסי זענען נישט פאראן קיין שוטים וואס שטעלן זיך צוזאם מיט אנטיסעמיטן. דער גאנצער ציבור גייט ארויס שטימען באחדות, סאטמאר מהר"א און סאטמאר מהרח"י, באבוב רב"צ און באבוב רמ"ד, וויזניץ מאנסי און וויזניץ בני ברק, יעדער וואוט פאר די קאנדידאטן וואס העלפן אידן, און מען טוט נישט אפ קיין אנדערע אידן דורך שטימען פאר אנטיסעמיטן.

דער גאנצער עולם איז ארויסגעגאנגען שטימען מיט א געוואלדיגן אחדות, און אלע אינדארסירטע קאנדידאטן האבן געוואונען, אריינגערעכנט די היימישע חסידישע יונגעלייט ר' יוסף הערש גראס און ר' יצחק אולמאן. צום ערשטן מאל אין די היסטאריע וואס חסידישע אידן געוואונען מוניסיפעל וואלן אין רעמעפא.

אגב, דאס וואוטן פאר אנטיסעמיטן קומט נישט פון אויפגעקלערטקייט, עס קומט פון בהמישקייט, פון האבן פארמאכטע קעפ.

א מענטש וואס האט אן אפענעם קאפ, זעט און ליינט און הערט קען מען נישט פארדרייען דעם קאפ אז דער אנטיסעמיט איז באמת א אידן פריינט.

איך בין שטאלץ צו וואוינען אין מאנסי, א שטאט וואו דער עולם האט נישט קיין פארמאכטע קעפ, און מען לאזט זיך נישט פארפירן פון מענטשן מיט אייגענע אינטערעסן, נאר מען שטימט פאר די אינטערעסן פונעם היימישן ציבור.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2009 18:22 לינק ישיר 

רעזולטאטן:

קאונטי עקזעקוטיוו
דער רעפובליקאנער קאונטי עקזעקוטיוו סקאט ווענדערהאף האט געוואונען נאר א דאנק די אידן אין מאנסי, מיט ווייניגער פון 5,000 שטימען

C. Scott Vanderhoef
32,361
Thom Kleiner
27,753

טאון סופערווייזאר
דער גרויסער אוהב ישראל קריסטאפער סט. לאורענס האט געוואונען נאר א דאנק דעם שטארקן אידישן בלאק וואוט, ווייל קיינער איז נישט געווען קיין אויבער חכם צו גיין וואוטן פאר די אנטיסעמיטן פון פרעזערוו רעמעפא און זייער קאנדידאט ברוס לעווין.

Christopher P. St.Lawrence
13,505
Bruce M. Levine
7,672

טאון קאונסיל
די צוויי קהלות אינדארסירטע קאנדידאטן האבן באקומען די מערסטע שטימען און האבן געוואונען. ר' יצחק אולמאן איז אריינגעקומען נומער 2.

David J. Stein
11,787
Yitzy Ullman
11,391
Veronica D. Boesch
5,540
Rodrigue Lustin
5,260
Francis E. Dailey
3,157
Joseph T. Gravagna
2,689

ספרינג וואלי מעיאר
דער קאנדידאט וואס איז אינדארסירט געווארן דורך די קהילות האט ב"ה געוואונען.

Noramie F. Jasmin
2,236
Allan A. Thompson
1,019
Jacques Michel
41

ספרינג וואלי טראסטיס
די צוויי קהלות אינדארסירטע קאנדידאטן האבן באקומען די מערסטע שטימען און האבן געוואונען. ר' יוסף הערש גראס איז אריינגעקומען נומער 1 און האט אנגעצויגן די מערסטע שטימען אין גאנץ ספרינג וואלי

Joseph Gross
2,266
Joseph A. Desmaret
1,956
Ebony M. Thompson
847
Yesly Y. Sandoval
80
Dantes Jeantel
58



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלע אינדארסירטע קאנדידאטן געוואונען אין ראמאפא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext