עס ווערט ענדעקט א שרעקליכע בזיון וואס שפילט זיך אפ פון אונטערן טיש מיט די ספרד'ישע תלמוד תורה אין ב"ב ארץ ישראל.
ווי באקאנט האבן לעצטנס די וועד פוןן די ת"ת בראשות רז"ל פיליפ ארויסגעווארפן צום יעדנ'ס וואונדער דעם לאנג-יעריגער מנהל הרב רחמים בר-משה שליט"א מיטן טענה אז ער פעלטשט אין די עבודת הקודש, הרב רחמים האט זיך גלייך דערנאך (חודש תמוז תשס"ט) געוואנדן צום בי"ד און געפאדערט זיינע זכותים, די נתבעים (רז"ל פיליפ וסייעתו) האבן אויסגעוועלט די בי"ד פון ר' נסים קארעליץ און נאך וואס ביידע זייטן האבן גע'חתמ'ט שטרי בירורין איז פארגעקומען די זיצונגען און די בי"ד האט ארויסגעגעבן פארגאנגענעם ו' תמוז א קלארן צייטווייליגן פסק.
אצינד שטעלט זיך ארויס אז רז"ל פיליפ וסייעתו פייפן זיך אריין אינעם פסק און האבן דאס נאכנישט אויסגעפאלגט עד היום הזה, און דאס בי"ד האט יעצט ארויסגעגעבן א היתר פאר הרב רחמים זיך צו ווענדן צו די ערכאות ארויפצוצווינגען די פסק אויף רז"ל פיליפ, און גלייכצייטיג צו פאדערן א עיקול אויף די בנין פון די ת"ת.
איך האפ צו באקומען באלד די פעיפערס און דאס גלייך ארויפלייגן וירא הקהל וישפוט
ס'שטעלט זיך נאכאמאל ארויס דערפון די פאלטשע פנים פון די צביעות'דיגע מקנאי קנאת ד' צבקות וואס ווען ס'קומט צו זייער טאש אדער זייער אינטערעס מעג מען טרעטן אויף די תורה הק' און מ'מעג מבזה זיין די נאמען פון רביה"ק זי"ע עד עפר, ווי צום ביישפיל: די זאליס אין בג"ץ הציוני, די זאליס אין ב"פ, די בני יואל אין קרית יואל, די וועד פון ספרד'ישע ת"ת אין ארץ ישראל וכו' וכו'
בושה וחרפה תכסה פניהם איך הער אז די גאס אין ארץ ישראל שטינקט שוין פון די שרעקליכע אומדערהערטע בזיון ווען א א.ג. קנאי'שער דיין בישראל איז מסרב לדין, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה !!!
מר. אויש האסט פארגעסן 2 וויכטיגע נקודות אין די מיאוס'ע פרשה:
1. אינמיטן די זיצונגען ווען רז"ל פיליפ און זיין וועד האבן געזעהן אז די בי"ד האטו ארויס ארויס זייערע נידעריגע פלענער מיטן בנין הת"ת, האבן זיי געפרואווט ארויסצושלעפן די סכסוך צום בי"ד העדה החרדית (מטעמים המובנים) און די בי"ד פון הרב קארעליץ האט זיך קעגנגעשטעלט מיט שארפקייט קעגן אזא קרומע טריט.
2. האסט פארגעסן צו שרייבן אז די ת"ת איז שוין היינט צו טאג "פארמאכט" וואס יא ס'ברענגט נאך פרנסה פאר עטליכע מענטשן וואס לעבן אויף די קאסע פון די ת"ת, זיי שיקן ארויס דעם שנארער י. יוזשעף זוהן פון עזריאל צו איינרעדן די וועלט אז די ת"ת שטייט נאך, בעשת זיי האבן דאס לאנג אויסגעטריקנט און פארשיקט די קינדער כדי צו מאכן א נח"ר פאר רביה"ק זי"ע בשמי מעל, און צו מאכן אפאר דאלער פאר די אייגענע טאש.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 3:58:02
נשלח ב-8/11/2009 19:36
די צייטווייליגע פסק וואס די בי"ד המרוצה לב' הצדדים האט ארויסגעגעבן ו' תמוז תשס"ט
נשלח ב-8/11/2009 19:40
די בי"ד ערלויבט פאר הרב בר משה זיך צו ווענדן אין ערכאות קעגן די נתבעים און אויך פארלאנגען א עיקול אויפן בנין הת"ת
נשלח ב-8/11/2009 19:47
עס איז מערקבאר די שרעקליכע בזיון און חילול ה' אז פון ו' תמוז תשס"ט האבן רז"ל פיליפ וסייעתו
זיך נישט וויסנדיג געמאכט צום פסק בי"ד ביז אצינד א' חשון תש"ע
אפשר וויל ער נישט פאלגן די פסק בי"ד ווייל זיי קענען זיך נישט אויס אין די "תהלוכי הקהילה" ?
אבער הדרא קושיא לדוכתיה פארוואס האט ער אויסגעוועלט און גע'חתמ'ט שטרי בירורין ביי דעם בית דין ?
נשלח ב-8/11/2009 19:55
די אומגלויבליכע סירוב לדין איז א המשך צו די עטליכע מאל וואס רז"ל פיליפ וסייעתו האבן מסרב געווען זיך צו שטעלן פאר'ן בי"ד נאכ'ן חתמ'נען די שטרי בירורין, ווי איך וועל דא באלד אויפווייזן ברור כשמש
נשלח ב-8/11/2009 19:58
די בי"ד גיט א היתר פאר איינעם פון די תובעים צוגיין אין ערכאות וויבאלד רז"ל פיליפ וסייעתו זענען מסרב זיך צושטעלן צו די"ת נאכ'ן מזמין דריי מאל
נשלח ב-8/11/2009 21:45
שרעקליך !!!
נאך א בלוטיגען מעסער אריין געשטאכן אינעם חינוך הטהור על טהרת הקודש!!!
נישט צו גלייבען ווי די שרעקליכע מסרבים לדין, די הולכי ערכאות, האבן בארבאריש אויסגעריסען די ווארט דין תורה, און איצט איז עס בראשות דער בלאפער זלמן לייב פילאפף וואס ציט זיך אראפ דעם הוט ביז די נאז, און שרייט סטרא אחרא טא פא פוי... און ווען עס פעלט זיך אויס וויינט ער און שרייט רעבע זכרונו לברכה...
אבער צו קיין דין תורה וועלן זיי נישט גיין!!! דאס איז ביי זיי ווי עסן טריפה חזיר יום כיפור ביינאכט!!!
איצט ענדליך ווען בלית ברירה האבן זיי געמיזט זיך שטעלן צו דין תורה ביי די ת"ת ספרדים בני ברק, וויבאלד די ספרדישע מנהל איז געווען בעל הבית און ער איז געווען אינעווייניג אינעם בנין, איז איצט נאכדעם וואס זיי האבן אונטער געשריבען שטרי בירורין בלית ברירה, און די פסק איז ארויס געקומען, פייפן זייי זיך אריין, און פאלגן נישט די פסק בית דין!
עס איז ביי כלל ישראל נאך נישט געווען אזא כת רשעים וואס האבן אזוי געטרעטן אויף די הייליגע תורה הק' ווי די מסרבים לדין.
די רשעים אנגעפירט פון ר' זלמן לייב פילאפף האבן אפגעטאן כל דבר אסור צו שפארן די הייליגע מוסד ת"ת ילדי ספרדים דרבינו יואל אין בני ברק, וואס מרן רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען בדם לבבו, זענען געקומען די רשעים און אפגעשפארט די מוסד בשתי ידים, פאר אביסיל גאוה און פאלטיק.
עס איז שרעקליך.
ליידער איז דאס שוין נישט די ערשטע ת"ת וואס די רשעים שפארן אפ די לעצטערע יארן פאר גאוה און פאליטיק.
טייל פון די ת"ת על טהרת הקודש וואס די רשעים האבן שוין באראבאריש אפגעשפארט און די לעצטע יארן:
מוסד תורת אבות לילדי תימן.
מוסדת יטב לב דסאטמאר נתניה
ישיבה קטנה לילדי ספרדים בני ברק
ת"ת דרבינו יואל ילדי ספרד בני ברק
און די גנבים גזלנים האבן נאך די חוצפה, וואס בשעת די מוסד האבן זיי שוין אפגעשפארט פארלאפענעם יאר חודש אב, פארן זיי נאך ארום נאך געלט דערפאר, און בלויז אין די פארגאנגענע וואכן איז געווען אין לאנדאן בן עזריא' יאזעף, און ארום געגאנגען נאך געלט פאר די מוסד.
אין ווילי לויפן נאך איצט ארום מאיר הערש גרינפעלד מיט ר' זלמן לייב פילאפף נאך געלט פאר די מוסד, בשעת די זעלבע חברה האבן שוין אפגעשפארט די מוסד חודש אב.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 08/11/2009 21:47:46
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/11/2009 4:00:01
נשלח ב-8/11/2009 22:22
איך קען נישט גלייבן וואס איך ליין דא.
איז עס טאקע אזוי טרוקן? פראסטע סירוב לדין תורה?
וואס זאגן די זאליס דערצו? לאמיר הערן.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/11/2009 22:23:52
נשלח ב-8/11/2009 22:38
אויששש כתב:
די נתבעים (רז"ל פיליפ וסייעתו) האבן אויסגעוועלט די בי"ד פון ר' נסים קארעליץ און נאך וואס ביידע זייטן האבן גע'חתמ'ט שטרי בירורין איז פארגעקומען די זיצונגען און די בי"ד האט ארויסגעגעבן פארגאנגענעם ו' תמוז א קלארן צייטווייליגן פסק.
פארוואס ביי די פרשה ווי זיי זענען געגאנגען אין בג''ץ איז ר' ניסים קרליץ'ס בית דין נישט גיט? פארוואס דארט האבען זיי א פראבלעם מיט בחירות?
דא האט איר נאך פין פאר א שקרן אין צביאות מ'רעדט פין.
פאר די רעקארד:
די ציל פין די זאלי'ס מיטן אנזייערן די גאנצע קרוגעריי אין ת''ת דרבינו יואל איז לכתחילה געווען כדי צו קענען פארשפארען די ת''ת אין אזוי וועלן זיי כאטש האבען ''1'' אייגענע בנין אין בני ברק.....
ד''ה ''מ'פארשפארט א ת''ת, כדי מ'זאל קענען האבען א????''
זאלי'ס! שעמטס ענק, אזא פנים טראגען ענקערע א''ג סמכות עליונה, הולכים בערכעות/מסרבים לדין!
יא! אומגלויבליך!!!
נשלח ב-8/11/2009 23:01
אייגנטליך אויף וועלכן נאמען איז פארשריבן די בנין פון די תלמוד תורה ?
נשלח ב-8/11/2009 23:24
שכל(?)דיג די בנין איז פארשריבן אויפן נאמען פון א.י. (איך וואלט נישט געוואלט זיין דער וואס איז דאס מפרסם וד"ל).
אצינד רבותי, די אומגלויבליכע פרשה גייט נאך טאקע ווייטער אזויווי המנצח האט אויבן דערמאנט
דריי וואכן נאכן צייטווייליגן פסק בי"ד האט רז"ל פיפליפ וסייעתו זיך געוואנדן צום בי"ד פון העדה החרדית און תובע געווען דעם מנהל הת"ת הרב רחמים בר משה שליט"א מיט א עלילת שוא כאילו ער האט געונמען געלט פון די מדינה פאר די ת"ת
מיט די שפיל האבן זיי געוואלט אריבער שלעפן די סכסוך צום העדה החרדית און אפלאזן די בי"ד פון הרב קארעליץ וואו זיי אליין האבן אונטערגע'חתמ'ט שטרי בירורין
די אומפארטייאישע בי"ד פון הרב קארעליץ האבן זיך אבער נישט געלאזט פון די בלאפישן שפיל פון רז"ל פיליפ און זיי האבן ו' אב תשס"ט ארויסגעשיקט א בריוו פאר די נתבעים די וועד פון די ת"ת אז די פסק בי"ד איז בתוקפו אן קיין שום דיחוי.
איך האפ באלד ארויפצולייגן די בריוו פון בי"ד
נשלח ב-8/11/2009 23:29
די בי"ד פון הרב קארעליץ לאזט זיך נישט פון רזל"פ שפיל אריבער צו פירן די סכסוך צום עדה החרדית, נאר באפעלן בתוקף אויסצופאלגן די פסק בי"ד וואס איז ליידער נאך עד היום הזה ניטש אויסגעפאלגט געווארן וכדי בזיון וקצף
נשלח ב-9/11/2009 00:14
באקומען אין אישי פון איינער וואס האט נישט קיין רשות כתיבה
היכי דמי חילול ה'
ס'איז אינטערסאנט צו הערן די שטוינענדיגן תגובה פון די רבנים פון די קארעליץ-בי"ד אין ארץ ישראל
ווען זיי זעהן ווי אַ רב בישראל מיט אַ ברייטן ביבער היט און שווארצע פלעסטיק-גלעזער
טרעט אויפן תורה הק' בשאט נפש אן קיין שום פחד ומורא