בית פורומים כל העולם כולו

דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמאר לגאב''ד ק''י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2009 21:54 לינק ישיר 
דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמאר לגאב''ד ק''י

פין אישי
(קרעדיט: משה_וואלף)

נעכטן מוצ"ש ביי די וועכנטליכע דרשה אין מתיבתא פון ה"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א האט ער גערעדט א ספעציעלע דרשה פאר די בחורים לכבוד די 25'סטע יארטאג פון די הכתרה פונעם סאטמערע רבי  אלס ק"י רב.

מקען עס הערן אויף "קול התאחדות אברכים" (איך האב עס נעכטן מיטגעהאלטן דארט מיט די הוק-אפ)

212-444-9899
נאכדעם 6 און 7

שמעו ותחי נפשכם




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 22:18 לינק ישיר 


איך האב עס אויסגעהערט נעכטן. זייער א געלונגענע און אויפריכטיגע דרשה.
ער ברענגט ארויס די חילוק פון א רב און א רבי, און ווי ווייט אונזער רבי איז נישט בלויז א רבי, נאר סאטמארער "רב" מיט אלע מפרשים.

ער איז געריכטעט מיט זיינע ווערטער צו די בחורים, אבער רוב טייל איז יעדן אינטערסאנט צו הערן.



תוקן על ידי FiveBoro ב- 08/11/2009 22:24:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2009 23:32 לינק ישיר 

 

ס'איז אפשר נישט דאס פלאץ דא, אבער אז מדערמאנט דא דעם קול התאחדות אברכים, וויל איך אויסדרוקן מיין התפעלות פון דעם סיסטעם.

ס'איז העכסט פראפעסיאנעל, גוט געאפדעיט, אלעס איז קורץ און צום פינטל, די שלש סעודות תורות זענען שוין אויפן סיסטעם א האלבע מינוט נאכן אהיימקומען פון שול.. וכו' וכו'.

לויט וויפיל איך הער די אלע האטליינס, האט נאך קיין איין חסידות (ארייינגערעכנט בעלזא) נישט אהערגעשטעלט אזא געלונגענע סיסטעם.

איך ווייס נישט ווער די עסקנים זענען, אבער איך שיהי': כה לחי! אייער ארבעט ווערט געשעצט דורך אלע אנשי שלומינו!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/11/2009 23:51 לינק ישיר 

אפשר איז מען טאקע מהנה דעם עולם דא ווער סהאט בילדער פין די הכתרה אדער די כתב רבנות אדער דרשות אין אויב סאיז דא קליפס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2009 23:58 לינק ישיר 

איך שעץ זייער שטארק דעם שמואל שלמה טעללער, אבער איך האלט אז ער איז א מבין אפשר צו די היסטאריע פון סאטמאר, אבער בנוגע צו די היסטאריע פון בעלזא און סאטמאר, ובפרט די קשרים פון בעלזא רב ז"ל מרן אהרן קדוש ה' זי"ע מיט דער סאטמאר רב ז"ל האט ער זיך אינגאנצען פארפאשקט מיט זיינע שטותים און אייגענע דיאגנאזע... ודי למבין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 00:24 לינק ישיר 

ענתיק
לויט ווי איך פארשטיי גלייכסטו נישט - אלס בעלזער, די וועג וויאזוי ער האט עס באשריבען, מאיזהו סיבה שהוא.

ר' שמואל שלמה אז פארט באקאנט אלס זעלטענער ידען, אין האלט זיך זייער צו אמת'ע פאקטען, אין זייער ארטיקלען אין ספרים זענען באקאנט אלס פארלעסליך אין קלאר אין קראנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 06:57 לינק ישיר 

איך האב אויסגעהערט כמעט די גאנצע דרשה!

עס איז הערליך, אלעס שיין אויסגעשמועסט, דבר דבר על אופניו, ער איז א פה מפיק מרגליות,
עס בלייבט נאר איבער צו וואונטשן אז ער זאל ווייטער קענען פארשפרייטן זיין השקפה ורעיונות, ער זאל זיין א מעין דלא יפסק,

איך וואלט מיר ערלויבט צו זאגן: ווען כלל ישראל זאל האבן נאך עטליכע אזעלכע בעלי דרשנים וואלטן מיר אנדערש אויסגעקוקט.
 [אגב האב איך געוואלט וויסן צו עס איז דא צובאקומען אן MP3 פון אלע זיינע דרשות בנוגע ציונות]



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/11/2009 17:38 לינק ישיר 

דער געלער בדחן דרייט זיך ארום מיט א טינא בלב אויף הר''ר ר' שמואל שלמה,

ווייל ער גייט אריין און זיין טערעטארע, לשיטת הגעלען בדחן באלאנגט די תולדות פון רבינו הקוה''ט נאר פאר אים, ווייל נאר ער האט די נויטיגע קלאפעקאציעס, צו פיקסען די פאקטען, אז רבינו הקוה''ט זאל אויס זען אקארט אזוי וואו ער זעט עס און דמיון!

2 ווייל ר' שמואל שלמה אלס א אמת'ער מענטש שרייבט נאר זאכען פון קראנטע ספרים, מכלל הן אתה שומע לאו, דעריבער איז די ניין בענדער פון דעם געלען בדחן נישט אויף זיין ליסטע, דעריבער האט ער אויף געוועקט אויף זיך די צארען פונעם בער!

טאקע דאס די חשובות פון מבצר התורה ויראה - ומשה היה רועה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 17:56 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס איז דא א פשרה ר' שלמה יענקל געבט איבער די היסטאריע פון רביה''ק
מסאטמאר זיעועכי''א,
 און ר' שמואל שלמה די היסטאריע פון רבינו ברך משה זצ''ל אויף וואס ער האט נישט קיין קאמפעטישאן דערווייל ,
און יעצט פרובירט ער שוין  צו פארכאפן אויך די היסטאריע פון ר' אהרן
{שלא ביושר ווייל פארמעגליך האט דאס שוין פארכאפט}
אבער למעשה האט ער גארנישט פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטוהן בשעתו
נאר פשוט גערעדט הוילע חסידות פראפאגאנדע פאר די בחורים שמעו ותחי נפשכם






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 19:04 לינק ישיר 

העלד
כ'זעה אז די האסט נאכנשיט געליינט די הערליכע 3 שטארקע אויפגעכאפטע בענדער פין מבצר תורה ויראה.
ווען יא וואלסטו שוין געוויסט וואס עס טוט וויי פאר שלמה יענקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 19:18 לינק ישיר 

ווער עס האט געליינט דעם "ומשה הי' רועה" זעט וויפיל דמיונות עס ליגן דערין.

עס איז דא אזויפיל ארגינעלע זאכן וואס מען קען שרייבן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע לויט ווי ער איז באמת געווען.

און בנוגע זיין דרשה מוצ"ש האב איך באמת הנאה וויאזוי ער מוז כסדר פיטערן די קינדערלעך מיט מארפיום און דערציילן פון די "הייליגקייט" פונעם מאנראוער צדיקל און שווענקען די תמימותדיגע מוחות, כדי זיי זאלן ח"ו נישט פארכאפט ווערן וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 19:25 לינק ישיר 

דיר קרענקט די ומשה הי' רועה ווייל ר' שמואל שלמה האט עס געשריבען
אין ספעציעל ווייל ער באשרייבט ''כ''ק רבינו בעל ברך משה ז''ל'' - פינקט ווי אלע זאלי'ס

אין בנוגע די דרשה, כ'פארשטיי וואלסט ערנסטע געקענט באשטיין ס'זאל זיין וואס צו רעדן פין רז''ל, אבער וואס זאל מען טוהן אז מ'קען נאר רעדן פין זשיגאן....

(כ'זעה אז די געדענקסט נישט די דרשות ווי גליק פלעגט אויסרומען דעם רבין ז''ל ''בפניו'' אין שלא בפניו ביי פארשידענע געלגענהייטן, אדער ווי ר' אברהם ישעי' ווייס פלעגט אויסרומען רבינו בעל ברך משה ז''ל וכו')

תוקן על ידי rebyankel ב- 09/11/2009 19:38:57




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 19:35 לינק ישיר 

עס איז נישטא קיין גרעסערע בזיון פאר א רבין (ובפרט פאר ענקער רבין וואס דארף לכאורה זיין דער רשכבה"ג...) אויב מן דארף אים אויסלויבן בחייו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 19:44 לינק ישיר 

דוד'על זארג נישט עס איז נאר מקצת שבחו, אוןן עס איז אויך נישט בפניו,
און אז מען זאגט אויף דיין זאלי אז ער האט זיך אפגעגאסען נעגל וואסער, דאן האט מען שוין אלעס געזאגט, דאן ביזטו גערעכט אז מען טאר נישט אויסרימען איינעם בחיו

עס איז לא פליגי מר כדאית ליה ומר כדאית ליה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2009 20:26 לינק ישיר 

און ביי די וועי

ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2009 23:53 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
און ביי די וועי

ווער האט בילדער פון די "מעכטיגע" הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה זאל עס דא פאוסטן


 ביסט גערעכט ווי זענען טאקע בילדער פין דע הכתרה אין ווער האט נאך דאקאמענטן ווי למשל די כתב רבנות איך האב שוין נעכטן געבעטן א לאנג דארט צי טרעפן עפעס בילדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דרשת הרב שמואל שלמה טעללער, 25 יאר זינט הכתרת אדמו''ר מ'סאטמאר לגאב''ד ק''י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext