כ'האב דאס יעצט באקומען אין אישי פין ההחברה, לדעתי רעדט ער צו די זאך:
על מעלת כבודך, בבקשה ממך
איך זעה איר רשות כתיבה אין די פארום כל העולם כולו, איך וואלט אייך געוואלט בעטן אויב איר קענט עס ארויפלייגען, ויש''כ למפרע.
(ההחברה)
עס ווינדערט מיר דא צו זעהן א אשכול ווי מען שפעט אפ פין די תולדות אהרן שבת אין ווילמסבורג במחיצת קדשו פינעם תו''א אהרן רבין שליט''א.
לויט ווי איך פארשטיי האלט די חסידי מהר''א אז דאס איז א געווינס פאר זייער צד נאכדעם וואס זיי האלטען אז תו''א רבי שליט''א האט אמאל גענומען א שטעלע אין סיי וועלכע מחלוקה, בפרט אין סאטמאר.
אין ווייל איר פילט זיך ציקריגט פילט איר פאר א ניצחון זיייערע דורכפעלער, כנלענ''ד.
אין פאקט וויל איך נעמען די מי אין דאס קלארשטעלן פאר אייך די טריקענע פאקטען, ואדרבה פרעגט אייך נאך זיך צו איבערצייגען דעם אמת.
איך וויל אבער קלארשטעלן אז קיינער אין די הייליגע חבריא פין תולדות אהרן האט מיך נישט געבעטן צו פ ארטיידיגען די הייליגע קהילה, אבער כדי לקיים והיתם נקים אין למען השלום, נעם איך די פענע אין די הענט, אין איך האף אז מיינע אמת'ע רייד למען השלום והאמת וועלן אויפטוהן איר ציל.
כ''ק מרן רבינו מתו''א שליט''א האט קיינמאל קיין שטעלע נישט גענועמן אין קיין קהלי'שע מחלוקת בכלל און ביי די סאטמערע מחלוקה בפרט, טראץ וואס מענטשן האבען געלייגט אויף אים לחץ ער זאל יא נעמען א צד, אין ער האט בעסערע דאגות ווי דעם ב''ה
(ביטע האקט מיך נישט איבער מיט די מחלוקה פין תולדות אברהם יצחק ווייל דאס איז באמת א באזינדערע נושא אויף וואס מ'איז געזיצען ביי א דין תורה ביים בי''ד הגדול – העדה החרדית, אין די רביים צווישען זיך לעבן היינט צו טאגס אין פרידען ב''ה)
ווער ס'האט יא גענועמן א שטעלע, זענען עטליכע גרויסע תומכים פין תו''א, וועלכע קומען פין סאטמאר, ווי מוה''ר אברהם ברוך גאדניגער, מוה''ר יחזקאל בראך, ועוד, אין זיי האבען געלייגט לחץ אויפן רבין'ס גבאים אין אינזער מנהלי המוסדות צו פראבירן צו דערווייטערן דעם רבי'ן שליט''א פין מהר''א מ'סאטמאר, ציליב זייער פריוואטע נגיעות, אין דאס מאכט ענק מיינען אז דער תו''א רבי האט גענומען א צד אין די מחלוקה אין האט ח''ו עפעס קעגן מהר''א.
באמת קען מען די גבאים נישט פארהאלטן היתכן זיי זענען גרייט אנצונעמען אזעלכע פארלאנגען, ווייל נאך אלעם זענען די הייליגע תו''א קהילה אין מוסדות אין א שווערע פינאנציעלע מצב, סיי ציליב וואס די בני הקהילה זענען מעיטי היכולות, אין צו דעם האלטן מיר זיך די הייליגע שיטה פין רבותיה''ק נישט נהנה זיין פין די געלטער פין די רשעים, ווי באקאנט.
אין פין די אנדערע זייט,זענען די אויבערדערמאנטע נגידים די רוקן ביין פין אינזערע מוסדות הק' שאפענדיג יערליך דעם סכום פין בערך אנדערטהאלבען מיליאן דאללער ב''ה, וואס אין דעם איז געוואנדען אינזער קיום, ואשרי חלקם, ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז מ'זאל זיי נאכגעבן זייער פארלאנגען, עכ''פ ווי לאנג זיי פארלאנגען נישט אז תו''א רבי זאל אליין ''ארויסקומען קעגן כ''ק אדמו''ר מהר''א''.
אין מציאות אבער, קען איך קלאר זאגען, דער תו''א רבי, האט קיינמאל קיין צד נישט גענועמן, אין ס'טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מ'זאגט אז ער באלאנגט מער צו איין צד.
כ'וועל אייך געבן עטליכע ביישפילן
יעדע מסיבה פין צד מהר''א ווי דער תו''א רבי שליט''א ווערט געלאדענט (פערזענליך, נישט דורך די גבאים) אין ירושלים עיה''ק, באטייליגט ער זיך, עס זענען דא בילדער דערפון, (כ'וועל פראבירן צו ברענגן עטליכע בלינ''ד אבער ווער עס האט עס זאל מיך ביטע ציהעלפן)
הרה''ג ר' בן ציון לאוב פין נו יארק, וועלכע איז פין דיינים פין צד מהר''א אין נו יארק אין איז שטארק מעריץ דעם תו''א רבי שליט''א אין איז נאנט מיטן תו''א רבין נאך פין ווען ער האט געוואינט אין מאנסי, אין דינט נאך היינט צו טאגס אלס א ראש החבורה ביי איינס פין די תו''א חבורות אין אמעריקה (די חבורות דאווענען אין א אייגען שטיבל די אינטערשטע שטאק פין הרב הערמאן - בעל אכסניא פין תו''א רבי שליט''א) אין ער ווערט דארט געלאדענט מזמן לזמן צו אויפטרעטן פאר אלע בני החבורות
אין תו''א רבי שליט''א איז אים גאר שטארק מעריץ, טראץ וואס תו''א רבי ווייסט קלאר ווי ער באלאנגט.
די לעצטע 2 יאר האט די תו''א רבי שליט''א אנגערופן ''ערב יום הקדוש'' מהר''א זיך צו ווינטשען מיט אים, ווער עס קען נישט דעם תו''א רבי אין וווייסט נישט זיין הייליגע עבודה פין ערב יום הקדוש וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אים, ספעציעל נאכדעם וואס מ'פלעגט מיט פארשידענע אויסריידן נישט איבערגעבן דעם טעלעפאן (ס'קען זיין אז די אויסריידען זענען געווען אמת, איך ווייס נישט) וואס דאן האט דער תו''א רבי שליט''א אנגערופן הרב לאוב אין אים געבעטן ער זאל זעהן אז ער זאל קענןע רעדן צו מהר''א, אין הרב לאוב האט עס טאקע ערלעדיגט די לעצטע 2 יאר, וגדול זכיתו
(איך קען נישט דעם הרב לאוב פערזעליך, אבער ווער עס קען אים זאל אים מוחל זיין אליין'ס פרעגן) אלעס ציליב דעם ווייל ער וויל ווייזען אז ער האט גארנישט נגדו.
וואס דארפט איר מער ווי דעם, ביי איינס פין די חתונת ווען מהר''א האט חתונה געמאכט א אייניקעל אין ווילימסבורג, אין דער תו''א רבי שליט''א האט זיך דאן געפינען אין קרית יואל אויפצינעמן אין געזעגנען אנשי שלומינו, האט דער תו''א רבי זיך מטריח געווען אין געקומען צו פארען 2 אזייגער ביינאכט, זיך צו משתתף זיין בשמחתו, טראץ די פארלאנגען פין געוויסע משמשים אז דאס וועט שאדען מאכען פאר די געלט אקציע (לויט ווי איך געדענקט האט דער בעל שמחה פערזעליך גערופן דעם תו''א רבי צו די שמחה) אבער כדי צו ווייזען אז ער וויל לעבן בשלום ושלווה איז ער געקומען פין ק''י דעם גאנצען וועג.
איינס פין די זאכען וואס מ'הענגט אן אויף תו''א רבי איז, אז ווען ער קומט אויף ווילימבורג אויף שבת דאווענט ער ליל שב''ק אין ביהמ''ד פין צד מהר''יי מסאטמאר אויף ראדני סט', אין דאס דארף לשיטתם דינען אלס צייכען אז תו''א רבי שליט''א שטעלט זיך עמטליך אהין
אין מציאות אבער, טוט ער דאס ווייל ער פלעגט אזוי טוהן נאך פאר די מחלוקה אין סאטמאר בחיו פין האדמו''ר הברך משה זי''ע, אין ווען ער זאל יעצט אנהייבען משנה זיין איז דאס אסאך מער א אנמערקבארא קלאפ פאר צד מהר''יי.
וואס דארפט איר מער ווי דעם אז די לעצטע פאר יאר אז מהר''יי אפי' נישט געווען אין שטאט אין די שבתים וואס תו''א רבי האט זיך געפינען ציגאסט אין דאך האט ער ווייטער געדאווענט דארט
וואס פין דעם קענט איר קלאר זעהן, אז ער מיינט נישט מהר''יי נאר ער וויל פשוט נישט משנה זיין פין דעם ביהמ''ד ווי ער פלגעט אלעמאל דאווענען (אויב האלט צד מהר''א אז מען טאר נישט דאווענען אין דעם ביהמ''ד וועגן גזילה וכו' מיז אבער דער תו''א רבי נישט זיין באהאווענט אין יעדן דעטאל פין די מחלוקה)
נאך א זאך וואס מ'הענגט אן אין תו''א רבי'ן איז דאס וואס ער געפראוועט א שב''ק אין שטאט קרית יואל ווי מהר''א דינט אלס מרא דאתרא, אין דאס האט געזאלט הייסען א חוצפה קעגן א רב
וויל איך דא קלארשטעלן עטליכע פאקטן
לפי ידיעתי איז ביהמ''ד תו''א אין ק''י אפיצעיל אינטער די תקנות פין קהל יטב לב קרית יואל
לפי ידיעתי האט תו''א רבי האט געשיקט פרעגן רשות פאר שבת פין קהל יטב לב אין קרית יואל אויב ער מעג פירן דעם שב''ק אין קרית יואל, אין זיי האבען זיך טאקע ארויסגעדרייט פין געבן תשובה, אבער ''ניין'' האבען זיי נישט גענטפערט, האבען מיר געמעגט ניצן די כלל פין שתיקה כהודאה.
תו''א רבי האט דאן ערב שבת באזיכט ביי מהר''א אין שטוב, צו ווייזען אז פירט נישט דא א שב''ק קעגן א מרא דאתרא, והא ראי' ער גייט אים באזיכען גלייך נאך פאר שבת, אין גיבט אים אפ כבודו הרמה.
נאכדעם וואס תו''א רבי האט געפילט ביים אויבערדעמאנטע באזוך, דורך די וועג וויאזי די משמשים פין מהר''א האבען אים באהאנדעלט אז ער טוט יא עפעס וואס טוט וויי פאר צד מהר''א – טראץ וואס מען האט אים קיינמאל נישט געזאגט קיין ניין – ווי שוין געשריבן.
האט תו''א רבי געשיקט א ספעציעלע דעלעגאציע אין שפיץ פין ר' דוד פערל שליט''א מחשובי חסידי תו''א ומנהל במוסדות קרית יואל כדי צו מפייס זיין.
עס זענען דא, נאך צענדליגע דוגמאות ווי כ'קען אייך אנצייגען אז דער תו''א רבי האט גארנישט קעגן צד מהר''א, ועוד חזון.
דער תו''א רבי איז פריוואט נאנט מיט ר' יעקב יושע פרידמן פין בראזיל וועלכע פין די ראשי קהילה אין גרויסע תומכים פין מהר''א, אין ער האט פאר אים שוין קלאר געזאגט עטליכע מאל אז ס'טוט אים וויי אז מ'מיינט אז ער האט עפעס קעגן מהר''א מסאטמאר.
נאר וואס דען, ווי שוין געשריבן די ראשי הקהילה והמוסדות אין די גבאים ווילן נישט פארלירן די גרויסע געלטער וואס האלטען אויף די קיום המוסדות, אין מיזען נאכגעבן די בקשה פין די תומכים
אין ציגאב גיבט אויך צו דעם פאקט, אז וויבלאד תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען אמאל נישט אין גיטן מיט אחיו תו''א רבי, אין צד מהר''י האט זיך דאן עפענטליך ארויסגעשטעלט קעגן תולדות אברהם יצחק, ציליב א אינערליכע סאטמערע סוכסוך ווי זיי האבען פארלאנגט אז דער תולדות אברהם יצחק רבי זאל משנה זיין א אכסניא.
אבער דאס איז קלאר, דער תו''א רבי שליט''א האט גארנישט קעגן צד מהר''א אין אוודאי נישט קעגן מהר''א פערזענליך, אין עס טוט אים פערזעליך וויי דאס וואס מענטשן רעדן איבער זיין דעה.
איך האף אז מיינע דברי אמת וועלן אויפטוהן איר ציל
אין נאכמאל א ישר כח פאר'ן ארויפלייגען מיינע ווערטער
ה''ה הרוצה בע''ש
בייגעלייגט אז א בילד וואס איך האב געטראפען
דער תו''א רבי באטייליגט זיך ביים סעודת הודאה כ''א כסליו אין ביהמ''ד ברך משה אויף רחוב יונה פין צד מהר''א

תוקן על ידי nuremes ב- 11/11/2009 22:57:42
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/11/2009 4:05:32