''What it comes down to, very briefly, is that the government violates Shabbos and sanctions this desecration,'' the Rebbe said clearly and calmly in Yiddish. ''If there would not be this violation of Shabbos, we would have absolutely "no problem with the State of Israel
רח"ל דע ווערטער זענען כפירה
נשלח ב-15/11/2009 21:52
(ס'דערמאנט מיך ווען די ''צייטונגען'' האבען געשריבן אז סאטמערע רבי האט געזאגט אז די מרכז הרב ערמארדעטע זענען קדושים אין דאס פלאץ איז א הייליג פלאץ, וכו' בשעת איך בין געווען ביי די דרשה אין מאנסי אין ביי די נאכגעפלאגטע דרשה אין ק'י ביים היסדות בד''ץ ק''י, אין רבינו שליט''א האט די מערסטע ארויסגערענגט אז די ציונים זענען די ריכטיגע רוצחים וועגן זייער התגרות באומות.)
יעדער פארשטייט אז ער האט די ווערטער קיינמאל נישט געזאגט, אין דער איד איז נישט די איינציגסטע צייטונג, וואס קען שרייבען זאכען וואס מענטשן האבען קיינמאל נישט געזאגט.
אז א צייטונג לאורענס האט אזוי געשריבן מיינט אז ער האט פינטקליך אזוי געזאגט?
יעדער ווייסט די תוא''י יונגעלייט קען מען זעהן צווישען אלע ק''ק בראש ביי יעדע מערכה אין ארה''ק
דאס איז פשוט נאך א זאלי'ס ספין צו באשמיצען אין טעראזירן די תולדות אברהם יצחק מוסדות פאר'ן נישט גיין אין שפאן,
אזש זייער שמיציגע תלמידי רבינו האט עס ארומגעשיקט ציגעלייגט שמיץ קעגן די תוא''י (פארשטייט זיך אז נאכדעם האבען זיי געשיקט א אימשילדיגע אנטשולדיג....... וואס מ'קען זעהן די לצנות דערפון)
מאכט זיכער צו ערשיינען ביים טיי אווענט קימענדיגע דינסטוג, בבית הרה''ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו פאר די מוסדות הק' תולדות אברהם יצחק באה''ק על טהרת הקודש.
נשלח ב-15/11/2009 22:34
איך גלייב דאס, דאס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז ר' שמואל יעקב איז א הייסער חסיד פון וויזניצער רבי פון בני ברק וואס האט געהאלטן אז בחירות איז א מצוה און א חוב קדוש. טיף אין מיין הארץ גלייב איך אז איין טאג וועט ער נאך צולאזן אז זיין עולם זאל גיין בוחר זיין.
נ.ב. טאהשער רבי שליט"א האט תש"מ-מ"א (נאך די פטירה פון סאטמאר רב ז"ל) אין א שארפע דרשה פאר די תלמידי הישיבה נאכדעם וואס זיין חתימה איז ארויס בשקר איינער פון די פרימע פארטייען אין ארץ ישראל געזאגט בזה"ל "דאס איז נישט די סאטמארע שיטה! דאס איז די שיטה פון אלע ערליכע אידן פארן קריג! מיין זיידע [דער סבא קדישא זי"ע] איז אויך געגאנגען אין דעם שיטה, נאך פאר סאטמאר רב...! דאס איז די שיטה פון די תורה!"
נשלח ב-15/11/2009 23:51
עס איז נישט מעלה ומוריד צי ר האט יא אדער נישט געזאגט די ווערטער.
פארוואס?
ווייל דער רבי פון תולדות אברהם יצחק שליט"א האט קיינמאל נישט געזוכט צו געפילן די קנאים און אפען געזאגט אז ער איז א וויזשניצער תלמיד. מיט עטליכע יאר צוריק זייענדיג אין מאנסי האט ער אויך געזאגט ענליכע ווערטער ביי א מסיבה פאר וויזשניצער חסידים.
למעשה איז זיין רביסטעווע א הצלה פאר די סארט אידן וועמענס משפחות האבן באלאנגט אין תולדות אהרן, אבער פאר זיי איז עס צו פרום, און דער תוא"י רבי איז פאר זיי א ממוצע צווישן תו"א און די גאס.
און אויך דער תוא"י רעבעצין אליינס זאגט עס אין די אינטערוויו אז איר מאן איז נישט גענוג עקסטרעם געווען פאר תו"א.
נשלח ב-18/11/2009 02:38
איך האלט אז די ווערטער זענען א שרעקליכער חילול השם, און אפילו איך בין זיכער אז ער האט נישט געזאגט אזא שרעקליכן זאץ, וואס איז מסתמא ארויסגענומען געווארן פון קאנטעקסט, פארט איז ער לדעתי העני' מחויב צו מפרסם זיין א הכחשה לפחות אין די היימישע צייטונגען.
איך וועל בל"נ האלטן מיין נדבה ביי מיר ביז ווען איך זע דאס נישט. ס'אינטערעסירן מיר נישט קיין פאליטישע אומשטענדן.