העכסט געלונגענע פארטי אין אנטווערפען פאר סאטמארע כולל
איצט הער איך אז פארגאנגענע וואך מוצש"ק פ' וירא איז פארגעקומען אין אנטווערפען א גאר העכסט געלונגענע מסיבה לטובת כוללינו "ויואל משה" ד'סאטמאר, וואס שם'ט מיט איר גוטן נאמען.
די הערליך עלעגאנטע פארטי איז פארגעקומען אין גרויסן "בית רחל" זאל, אין די צופלוס פון מענטשן איז געווען געוואלדיג! מען האט כסדר צוגעשטופט טישן און בענק צוליב די געוואלדיגע צופלוס פון מענטשן.
איינע פון די סיבות אויף די געוואלדיגע שטראם פון נשים צדקניות איז געווען וויבאלד הרבנית הצ' תליט"א אשת הגה"צ אב"ד קהלתינו בווימסב"ג שליט"א איז ספעציעל געקומען צו פארן, און אויך אויפגעטרעטן מיט א מייסטערהאפטע רעדע.
די מסיבה איז אריבער גאר געלונגען, און געגעבן גרויס חיזוק פאר די הנהלת הכולל.
הייסט עס אז די סיגוט-אנטווערפן-וויליאמסבורג רעבעצין גייט שוין אין קאמפעטישן מיט איר שווער און וועט מעסטן וויפיל דרשות זי זאגט...
נשלח ב-16/11/2009 19:42
רבותי איך פארשטיי די ווייטאג פון דוד
איהם באזערט נישט די מסיבה לטובת דעם וועלט-בארימטן כולל אדער די ערשיינונג פון סאטמאר-וומ"ס רעבעצין תליט"א
איהם באדערט א אינערליכ-זאלוינישע ווייטאג
נעמליך אז די פארטי איז פארגעקומען אין די זאל פון די גע'אסר'טע "בית רחל" וועלכע נעמען נאך אלס געלט פון די שטאט טראץ די "סוקסעספולע גרויסארטיגע" פאר-יעריגע נסיעה פון מהרז"ל קיין אנטווערפן מיטן ציהל דאס אפצושטעלן
נישט די אנטווערפן-סאטמארער כולל קוועטש יעצט פאר דוד נאר די גע'אסר'טע בית רחל וואס פייפן זיך אריין אין מהרז"ל
נשלח ב-16/11/2009 19:45
אה יעצט פארשטיי איך
דיך באדערט אז דער בית רחל גייט אן מיט פולן קראפט טראצדעם וואס ענק אהרונים האבן געמיינט אז דער חשובער לאנגיעריגער מנהל הרב החסיד ר' מרדכי שטויבער שליט"א וועט אריבערקומען צו ענקער צד און ענק וועלן איבערנעמען בית רחל.
דערווייל ווערט בית רחל (און אזוי אויך די תלמוד תורה) ווייטער געפירט דורכן חשובן מנהל תחת נשיאות כק מרן אדמו"ר מהרי"י שליט"א!
נשלח ב-16/11/2009 22:58
דוד ערשט'נס ס'קען גאר זיין אז דו וויסט נישט די ארגינעלער טייטש פון "בנשיאות"
נשיאות פון א מוסדות מיינט אז מ'האט די לעצטע ווארט אין די מוסדות צום ביישפילפסק'ענען אויף א זאך מותר אדער אסור יעצט פיהר אליין אויס... אז דער עומדבנשיאות הייסט אויפהערן צו נעמען שטיצע פון די רעגירונג און די הנהלה נעמט ווייטערוואספארא נשיא איז דאס שוין ?
די ארוינים וואלטען צו גיצאהלט געלט פאר די זאליבאנצעס אז זיי זאלען האלטען דעם מרדכי שטויבער!!!
די מציאות איז אז די בית רחל נעמט ווייטער געלט פון די שטאט, צילוב די איין סיבה!!!
ווייל עס איז נישטא קיין געלט!!!
דער בלאפערישער זאלי איז געקימען צו פליען פון ניו יארק, און פארשפראכען אז ער העלפען די בית רחל מיט געלט, אז זיי זאלן נישט דארפען נעמען קיין געלט פון די שטאט,
ביזדערווייל האבן נאך די זאליבאנצעס בראש פון דעם טיפוש ''ליפעלע קרויס'' געהאט די חוצפה, צו בעטען געלט פון די הנהלת הבית רחל פאר די פארענשעס וואס מען האט געדארפט אומפארטירען פון מעבר לים, אז דער ר' זלמניו זאל האבן פארענשעס!!! און געלט? ווער וועמען? א הויקער האט מען באקימען!!! ניסח זאלי!!!
נשלח ב-17/11/2009 01:54
רבם דקרו....
נשלח ב-17/11/2009 02:13
עס איז נישט במציאות קיין שום אנטווערפענען מוסד זאל זיך אויסהאלטען נאך פון לאקאלע געלט, עס איז היינט זייער א ארימע שטאט ווי א גרויסע עולם האט נישט קיין פרנסה אין מען דארף צוקומען צו אמעריקע אין לאנדאן.
נשלח ב-17/11/2009 14:59
די נסיעה פ' ויקהל ווען א געוויסער אדמו"ר פון ניו יארק האט געזאלט קומען קיין אנטווערפען טיילן געלט (איר הערט גוט?...), איז נאך די געלעכטער אין שטאט אנטווערפען ווען ער האט נישט אריינגעברענגט קיין גרינע גרייצער, נאך געבליבן שולדיג חובות פארן צעטל-הענגער און שפילער.
נשלח ב-19/11/2009 01:20
איך האב געהערט פון אַ קראנטער קוואל אז לעצטנס ווערט געטהון מאסיווע פעולות
אז די אנטווערפנ'ע בית רחל זאל זיך גענצליך אפהאקן פון די רעגירונג'ס שטיצע
אשריכם !
נשלח ב-19/11/2009 01:25
איך הער עס שוין זייט די אויסגעשפילטע בעיבישע נסיעה מיט די העליקאפטער'ס אין שיפן
אין וויפיל יאר איז שוין אריבער זייט דעמאלטס?
זייט דעמאלטס וואקסט יערליך די פרומע מיידעל שולע, וואס איז געגרינדעט געווארען פאר די אלע וועלכע ווילן שוין נישט ווארטן אזוי לאנג אויף די הבטחות מיט אשריכם'ס
נשלח ב-19/11/2009 15:29
שכלדיג כתב:
איך האב געהערט פון אַ קראנטער קוואל אז לעצטנס ווערט געטהון מאסיווע פעולות
אז די אנטווערפנ'ע בית רחל זאל זיך גענצליך אפהאקן פון די רעגירונג'ס שטיצע
אשריכם !
עס ווייסט יעדער איינער אז ס'איז שקר וכזב, און עס ווערן נישט געטוהן קיין שום מאסיווע פעולות.
נשלח ב-19/11/2009 22:59
אגב, כ'הער אז
די וואך האט די סאטמאר וומ''ס רעביצין תליט''א אפגעהאלטן אין וומ''ס א פארטי פאר די מוסדות יט''ל אין ארה''ק ביי איינעם אינדערהיים אין עס אריינגעקומען א רעקארד הויכע נומבער ב''ה, ווייט פין וואס א פרויען פארטי ברענגט אריין. אסאך דינער'ס וואלטען געקענט באשטיין אנצוקומען צו דעם נומבער.