נעכטן נאכט זענען פארגעקומען 2 יערליכע דינערס פון צדקת רבי מאיר בעל הנס: אין בארא פארק איז פארגעקומען דער
לאנגיעריגער דינער (באקאנט שוין צענדליגער יארן אלס א' תולדות) לטובת כולל שומרי החומות אין זאל פון עטרת חי' — אין
וומס"ב איז פארגעקומען דער יערליכער דינער (ואס איר דאטום ווערט כסדר געטוישט די לעצטע 10 יאר זייט איר אנהייב) לטובת
כולל חיבת ירושלים אין זאל פון ויואל משה.
ביידע כוללים זענען אין די לעצטע וואכן פארוויקעלט אין א מערכה וואס איז ארויפגעצוואונגען געווארן אויף זיי דורך דעם באקאנטן בעל מחלוקת און בארימטער שלעגער דוד עקשטיין פון ק"י, וועלכער האט געשיקט בריוון פאר די גרויסע קהילות און מוסדות אז אויב זיי וועלן ווייטער אדווערטייזן אין דער איד וועלן זיי נישט קענען מאכן קיין געלט אקציעס אין ווייסן שוהל אין מאנראו.
למעשה האט די הנהלה פון כולל שומרי החומות באשלאסן אז קיינער קען זיי נישט איינטיילן וואס צו טון, און פונקט ווי זיי אדווערטייזן אין בלאט טראצדעם וואס דערמיט טשעפענען זיי די חסידי סאטמאר מהרי"י וויבאלד דער בלאט האט אלע יארן מיאוס באטיטלט זייערע רבנים ודיינים, קענען די חסידי מהר"א זיי יעצט נישט איינטיילן וואס צו טון.
וויבאלד שומרי החומות האט אריינגעפיפן האט דוד עקשטיין באשלאסן אז מען רייסט ארויס אלע פושקעס פון שומרי החומות פון די אהרונישע שוהלן אין ק"י. אבער שומרי החומות האט געוויזן שטארקייט און זיך נישט אונטערגעבראכן דעם טעראר.
אבער חיבת ירושלים האט זיך דערשראקן און די לעצטע וואכן געסטאפט אדווערטייזן אין דער איד (און אויך אין בלאט כדי נישט אויסצוקוקן איינזייטיג).
וויבאלד חיבת האט אנגענומען די שטעלונג איז דאס אויסגעטייטשט געווארן דורך חסידי סאטמאר מהרי"י אלס געבן אן אקעי פאר טעראר קעגן איר, און מטעם קהל איז באשלאסן געווארן אז מען קען נישט הענגען קיין אומזיסטע מודעות אין אלע אירע שוהלן אין וומס"ב.
יעצט איז עס געווארן א פארמעסט צווישן ביידע כוללים וועמען עס וועט געלונגען צי ציען א גרעסערן עולם פונעם סימפאטישן צד.
נשלח ב-16/11/2009 20:07
ארויסגעשטעלט האט זיך אזוי:
שומרי החומות האט געהאט א סוקסעספולער דינער טראץ די באיקאט פון די אהרונים, וועלכע זענען נישט געווען צופרידן אז מען האט אויפגענומען א גבאי איינעם פון די חשובע אינגעלייט פון חסידי סאטמאר מהרי"י.
חיבת איז געווען א רעקארד דורכפאל פון א מסיבה. די אהרונים האבן געוויזן וויפיל מענטשן זיי קענען צושטעלן אלס שטיצע.
נשלח ב-16/11/2009 20:20
ווער עס איז נאר אריבער נעכטן נאכט נעבן ויואל משה האט געזען ווי טויט עס איז געווען, און קיין שם באוועגונג פון אן ערנסטע מסיבה.
אריינגייענדיג אינעווייניג האט פשוט געכאפט א רחמנות אויפן אומשולדיגן מנהל הכולל וואס האט זיך נעבעך גגעלאזט פירן פון די אהרונים וועלכע האבן אים צוגעזאגט אז זיי וועלן אים דעליווערן א מעידזשער מסיבה.
נאכן דינער האט זיך אנגעהויבן די פינגער-פאינטינג ווער עס איז שולדיג, וואס איז נאר אן הקדמה וואס גייט נאכקומען ביי די הנהלת הכולל.
נשלח ב-16/11/2009 20:25
דאס זעלבע האט מיטגעמאכט זיבנבירגן כולל. ער איז פארנארט געווארן דורך די אהרונים, אבער זיי האבן נישט געקענט דעליווערן די סחורה!
אויף אזא מין היסטארישן דורכפאל האבן זיי זיך נישט גערישט.
נשלח ב-16/11/2009 21:47
דיין בלאף וועט אי"ה איבערגעצייגט ווערן ביי די קומענדיגע מסיבה פון חיבת
נשלח ב-17/11/2009 01:43
יעצט גערעדט מיט א גבאי פין חיבת ירושלים
''זיי האבען נאכנישט געהאט אזא סוקסעס ביי די וומ''ס דינער ווי היי יאר'' בכמות ובאיכות
דוד'ל גיי ווייטער אן טרייסט דיינע קעלבלעך.
המקום ינחם.
סתם פאר די רעקארד ביזט בכלל געווען ביי איינס פין דינערס?
נשלח ב-17/11/2009 02:06
דוד
די רעדסט נארישקייטען
אלע סאטמארער אידען גיבן שוין צענדיגער יארן געלט פאר שומרי החומות ווייל זיי זענען פון אונגערישער אפשטאם חוץ פון דעם די סאטמארער רביים זענען געווען נשיאים, אין אז יעצט איז דא א גרופע סאטמארער אידען וואס גיבן מער נישט קיין געלט איז עס א שטארקע קלאפ
מצד שני חיבת ירושלים איז א גאליציאנער כולל וואס קיין שום אין וואס אפילו איינער פון זיינע זיידעס איז נישט קיין גאליציאנער קען נישט נהנה זיין פון זיי, ממילא האט א סאטמארער חסיד נישט דארט וואס צו זוכען
מאקסימום קען בעריש רובין בעטן אז מען זאל קומען מחזק זיין מיטן קומען זיי ווייזען פאר די זאליס, אבער אפילו ער האט נישט קיין חוצפה צו בעטן געלט ביי א אונגערישער איד.
ממילא וואס פארגלייכסטו?
נשלח ב-17/11/2009 03:17
אפשר איז צייט אויסצושפארן דעם משוגענעם פון דא?
ער עפנט א אשכול, שרייבט איין תגובה, און נאך איין און נאך איין, זעקס שטיק אין א רייע! און וואס איז די אישו? די "דורכגעפאלענע" דינער פון חיבת ירושלים. איך קען דיר נאר זאגן וואס "מיינע" אויגן האבן צוגעזעהן: ס'איז געווען א פול געפאקטער זאל! א העכסט געלונגענער דינער געווען!
די עסקנים זענען געווען איבערראשט! ווי-ניש-ווי זענען זייערע עסקנים געווען היבש באזארגט צו די זאלי בויקאט וועט זיי נישט ערנסט אפעקטירן, למעשה האבן זיי געטראפן אן איבעראשונג. א העכסט אומערווארטעטע סוקסעס.
נשלח ב-17/11/2009 18:05
אודאי זענען זיי איבערראשט
איבערראשט פון די אהרוניש פארראט, וויאזוי מען האט זיי צוגעזאגט די ברוקלין ברידזש און דערנאך געוויזן א פייג
נשלח ב-17/11/2009 19:20
אלו ואלו דברי אלוקים חיים
יא אמת איך וועל נישט לייקענען עס איז געווען אַ שיינע ציבור ביים דינער פון חיבת ירושלים
אבער נעמט אין חשבון אז אַ שיינער טייל איז געקומען לכבודו פון תו"א רבי שליט"א צו הערן זיין דרשה
נשלח ב-17/11/2009 20:56
אנשטאט זיך צו שעמען מיט זייער געמיינהייט קומט דער טיפש דוד46 און פארציילט וויאזוי די זאליס האבן זיך גענומען אויף א הייליגן מוסד פאר'ן חטא פון זיין נייטעראל. וואס האט ער געטאן? גארנישט!!! ער האט נישט אריינגעלייגט קיין עד אינעם איד און ער האט אויך נישט אריינגעלייגט קיין עד אינעם בלאט. וועגן דעם קומט זיך אים מיתה.
פון אנפאנג ווען כ'האב געזען די נייעס דא אויף היידפארק אז די זאליס פירן א מערכה מיט דעם הייליגן מוסד פאר'ן איינציגסטן חטא פון זיך האלטן נייטעראל האב איך עס נישט געגלייבט. כ'האב געמיינט ס'איז א פרישע געבעקס. אבער יעצט זע איך אז ס'איז הונדערט פראצענט אמת און אפילו דוד46 איז עס מודה.
יעצט אזוי, דער געבעקס אז דער דינער פון חיבת ירושלים איז געווען אויסגעשפילט איז שקר וכזב. יעדער וואס איז דארט געווען האט זיך געקענט איבערצייגן אז ס'איז געווען א ריזן ציבור פונקט ווי יעדעס יאר און אפילו נאכמער, כאטש זיי האבן נישט אריינגעלייגט קיין עד אינעם "בלאט", די צייטונג פון די אהרונים. (און ניין, די אהרונים האבן נישט געריסן צעטלעך און געמאכט פאוני קאלס פאר'ן חטא אז חיבת ירושלים האט נישט געגעבן צו לייזן פאר אלימלך דייטש. די אהרונים זענען נארמאלע מענטשן, און אז מען סערווט נישט אלימלך דייטש ווערט מען נאכנישט קיין זאליס. די זאליס זענען קליינטשיקע קינדערלעך. זיי ווייסן נישט וואו איין און וואו אויס.)
דוד די סאנדסט מיט דיינע תגובות אין דעם אשכול אויפן האר ווי יונה אין אנדערע אשכולות...
איך בין געווען ביים דינער, אלע טישן זענען געווען פול! דער עולם איז געשטאנען ביי די ווענט ארום וויי ס'איז נישט געווען גענוג פלאץ אינם זאל!
ע"כ פאקטן וואס איך האב געזען
א גבאי אין חיבת האט מיר געזאגט אז זיי האבן שוין יארן נישט געהאט אזא סוקסעס הן אין משתתפים און הן אין די סכומים געלט וואס איז אריין געקומען.
ווער עס האט געברענגט דעם עולם איז אפען פאר דיסקאשען קענסט זאגן תולדות אהרן רבי'ס השתתפות קענסט זאגן זידשויבער מעריצים און חסידים קענסט זאגן ארוינים.
ווער עס האט געברענגט געלט איז אויך אפען פאר דיסקאשען קענסט זאגן זידשויבער קענסט זאגן ארוינים (איך גלייב נישט אז ארוינים ווייל זיי זענען די סארט וואס וועלן קומען אנפילן די זאלל אבער ביזן טאש... אויך נישט די ארימע תולדות אהרן חברה, דרך אגב איך האב נישט געזען קיין ירושלמיים אין זאל, קען זיין אז תולדות אהרן חסידים פון חוץ לארץ האבן געגעבן)
דאס איז זיכער ס'איז געווען א עולם און לויט די עדות פון דעם גבאי אין חיבת איז געווען געלט אויך... נאך שענער ווי לי לעצטע פאר יאר.
נשלח ב-17/11/2009 21:24
אינדפנדנט שרייבט:
אנשטאט זיך צו שעמען מיט זייער געמיינהייט קומט דער טיפש דוד46 און פארציילט וויאזוי די זאליס האבן זיך גענומען אויף א הייליגן מוסד פאר'ן חטא פון זיין נייטעראל. וואס האט ער געטאן? גארנישט!!! ער האט נישט אריינגעלייגט קיין עד אינעם איד און ער האט אויך נישט אריינגעלייגט קיין עד אינעם בלאט. וועגן דעם קומט זיך אים מיתה.
פון אנפאנג ווען כ'האב געזען די נייעס דא אויף היידפארק אז די זאליס פירן א מערכה מיט דעם הייליגן מוסד פאר'ן איינציגסטן חטא פון זיך האלטן נייטעראל האב איך עס נישט געגלייבט. כ'האב געמיינט ס'איז א פרישע געבעקס. אבער יעצט זע איך אז ס'איז הונדערט פראצענט אמת און אפילו דוד46 איז עס מודה.
ביז דא פון אינדפנדנט.
יעצט לאמיך דיר פרעגן:
ווער האט אויסגעריסן פושקעס פון צדקת רבי מאיר בעל הנס וואס ליגן שוין צענדליגער יארן אויף די ווענט אין זייערע שוהלן?
נשלח ב-17/11/2009 22:20
די נ''מ איז פשוט, ווי יעדער פארשטייט
יענע מוסד, האט קלאר געוויזען אז פאר אים איז וויכטיגע צו ניצען די געלט וואס קומט אריין אין שטיצען א שמיציגע צייטונג, נא! אינזער געלט זאל ער נישט ניצען פאר דעם.
אין דאס איז געווען נאך א קלארע בריוו פין קהל אין ק''י עטליכע וואכען פאר די תקנה איז אריין אין קראפט
משא''כ דא רעדט מען פין מוסדות וואס האבען אפגעמאכט אז אין ליכט פין די תקנה, ''הערן זיי אויף צו לייגן אין צייטונגען'' אין וויבלאד זיי גייען נישט לייגען אין דער איד גייען זיי אויך נישט לייגען אין דער בלאט, אין זיך האלטן ''גענצליך נייטראל פינקט ווי פארדעם''
סוי זייער גאנצע חטא איז: זיי האבען נישט אדווערטייזט אין דער איד............