בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2009 19:27 לינק ישיר 
ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען

די ריכטער אין מאנרא האט היינט דינייד די מאשען אז די געריכט זאל בכלל נישט קענען אריין קוקן אין די בית החיים דיעד קעיס, נאר די געריכט דארף יא אריין קוקן און זעהן איבער די קעיס.

אויך שרייבט ער אז די נעקסטע זאך וואס קומט איצט איז די דיסקאווערי, ד.מ. אז די אלע מענטשען וועמען די אהרונים האבן פארלאנגט אז זיי זאלן קומען אין געריכט איז נעקסט.

צווישען די וואס וועלן דארפן אראפ קומען אין געריכט און מען וועט זיי אויספארשען זענען די קלעקערס די הויפטן פון די מוסרים ומלשינים מסרבים לדין ווי: ר' זלמן לייב טייטלבוים, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שאול פערלשטיין, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער, וכו'

עס ווערט ערווארטעט גאר ליסטיגע טעג.



תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 19:48:57

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/11/2009 23:09:14




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 19:33 לינק ישיר 

דאס וואס איך האב געשריבען אפאר חדשים צוריק - איצט מיטן פסק פונעם ריכטער ווערט עס א פאקט.

אטאם באמבע! עין תחת עין

א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !
א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !

ברעקינג!!!

פאר צוויי וואכן צוריק האבן די כת המסרבים לדין והולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, געשיקט א דיסקאווערי פארלאנג צו די 5 ראשי חברי קהלתינו הק' אן קיין שום היתר בי"ד, אז זיי מיזן קומען אויפטרעטן פאר די זאלי לויער איבער די נושא פונעם בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל, וואס דאס איז א שרעקליכע מסירה והליכה לערכאות.

זיי האבן דאס געשיקט פאר
הרב החסיד רבי בערל פריעדמאן שליט"א ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד הויער שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי שמואל אויבערלענדר שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד עקשטיין שליט"א סגן ראה"ק בקרית יואל
הרב החסיד רבי שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א גבאי ביהמ"ד הגדול
הרב החסיד רבי יוסף ווייס שליט"א מראשי חברה קדישא
.

א דיסקאווערי מיינט אז דער וואס באקומט עס דארף קומען צו די לויער פונעם צד שנגד - וואס דא מיינט עס די זאליס, און די לויער קען אים אויספרעגן ווי לאנג ער וויל, אים משוגע מאכן, און ארויס שלעפן וואס עס גייט נאר, און נאך דעם עס ניצן אין געריכט, און טאמער מען קומט נישט שיקט מען א ספוניע וואס דעמאלס דארף מען קומען אין קארט פארן ריכטער.

נאך פילע השתדלות ביי די כת המסרבים לדין אז זיי זאלן צוריק ציען פון די דיסקאווערי, און נאכדעם וואס קהל יטב לב דסאטמאר האט געשיקט א בריוו צו זייערע משלחים די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס, די בג"ץ ממליחה ואילך בי"ד, און בריוו איז געשיקט געווארן צו יעדעם פרעזנדליך, אז די זאך ליגט בידם, און זיי קענען דאס אפשטעלען, און טאמער זיי וועלן עס נישט אפשטעלן ביז פארגאנגענעם וואך דארנערשטאג, וועט קהל מיזן טאן פעולת וואס וועט זיי שטארק נישט שמעקן, און דורך דעם וועלן זיי מיזן בעל כרחך אפשטעלן זייער דיסקאווערי מסירה פארלאנג (באגעלייגט די בריוו פון קהל).

איצט איז די צייט שוין דורך, און עס איז געפאלען אויף טויבע אויערן, און זיי גייען ווייטער אן מיט די הליכה לערכאות וחילול שם שמים באופן נורא, איז נישט דא קיין ברירה, און כדי אפצושטעלען די שרעקליכע חילול ה' והליכה לערכאות, האט קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר בהסכמת רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און קעגנזאץ עין תחת עין צוריק געשיקט דיסקאווערי פארלאנגן צו די ראשי מסרבים לדין, מחללי שם שמים, הולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, און מיט דעם האפענדיג וועלן די מחללי שם שמים והלוכי בערכאות מיזן בעל כרחך צוריק ציען פון זייער מסירה פארלאנג.

כל המחלל שם שמים בסתר נפרעים ממנו בגלוי!

די נעמען וועל איך מעלדן מארגן.


אזוי פיל קען איך זאגן, עס קומט א פרייליכע סוף וואך, די וואך וועט אויסקוקען בערך אזוי:

דער איד די וואך וועט זיין א זאק מיט די ארגסטע קללות נמרצות, מחאות ואזהרות, דברי בלע וניאוץ אפען ארגסטן פארנעם...

דער איד וועט זיין די פראנט פעטש פינק רויט בלויא אלע קאלערס וואס איז נאר שייך...

משה גבאי וועט שרייבן אן ארטיקל אזש זיין מאמע בן פראדל וועט אים העלפן שרייבן...

משה לייב דייטש וועט שרייבן א לאנגע עדיטאריאל די לענגסטע וואס איז שייך, ער וועט נעמען אזאלעכע אידישע ווערטער און טויטע קללות וואס קיינער וועט נישט פארשטיין... אפשר די אידישיסטען וואס וואוינען אין אפריקא...

מיידלעך שטערן וועט שרייבן אלע דברי חשק ונבלות, וואס איז נאר שייך, ער וועט אפיר קראצן דאס ארגסטע מנובלות פון אלע עקן וועלט...

מנשה סילוף (פילאפף) וועט ברענגן פאדרייטע געשטיקעלטע רמב"ם, אור החיים, דברי יואל, תניא, און עס באזאלצן מיט נעצישע קללות, אז טאקע אט דאס האבן זיי געמיינט...

ליפא טייטלבוים וועט האקן און שרייען, און נישט דאווענען א גאנצע וואך לכבוד דעם...

שמשון וועט נאך שרייען די ארגסטע קללות יעדער אהרוני וואס ער וועט טרעפן אויפען גאס...

מיכעלע שלעזינגער וועט אנשפייען יעדע אהרוני וואס וועט אים אקעגן קומען...

שלמה לייב וויינבערגער וועט זיך ארום דרייען אויף די גאסן אין זיך שאקלן ווי א לולב ארויף און אראפ, רעכטס, לינקס, און פראנט און אין בעק...

קוטשי וואלי וועט ווערן רויס בלויא פינק, און שרייען וואס ווילט עטס פון מארק גרינען...

לבן פערלשטיין וועט האלטן פרישע געבאקענע דרשות, און זיך אנהעצן מיט חלומת ודמיונות, ביז פאלאק'ס בית החיים וועט מען עס הערן...

זישא כ"ץ וועט פארליינען די בוך מיין קאמף פון היטלער ימ"ש און ניצן אלע קללות קעגן די אהרונים...

ווארט מיט שפאנונג!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2684080&forum_id=16386

און נאכדעם האב איך געשריבען דאס

היינט איז אנגעקומען די דיסקאווערי פארלאנג וואס איז געשיקט געווארן פון קהל יטב לב דסאטמאר צו די ראשי כת המרבים לדין, הולכי ערכאות, מוסרים חמסנים גזלנים, והולכי בג"ץ

דאס זענען טייל פון די נעמען וואס האבן עס באקומען (אין מוקדם ומאוחר ווייל אלע זענען די זעלבע..)

ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן

ר' שאול פערלשטיין

ר' זלמן לייב פילאפף

ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש

ר' יקותיאל יודא טייטלבוים

ר' שלמה לייב וויינבערגער

ר' יעקב כהנא

יעצט קענען די זאליס שרייען מוסרים הולכי ערכאות חגרי שק....

זאלן זיי זיך אנטאן זעק, זיך באווארפען מיט פאפעטעס, און פון טמא'נעם קארט ארויסגיין!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 19:34 לינק ישיר 


רבי יונה "גאר ליסטיגע טעג" פאר וועמען ביי די אידן אדער ביי להבדיל די גויים ?
עס איז דאך אַ חרפה און אַ שאנדע אפילו נאר צו טראכטן פון אזא סארט אקט
ווער האט דאס מתיר געווען ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 19:46 לינק ישיר 

לויט די פאפירן איז דער ריכטער "John K. Mcguirk" נישט "אונעס"
קען מיר איינער מסביר זיין פשט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 19:52 לינק ישיר 

מתיר געווען....?

אויף קיעפ סט. איז דא א סיין פון א פורים בג"ץ, זיי האבן מתיר געווען די ערכאות, און מתיר געווען צו ריפען קהל יטב לב דסאטמאר אין קארט.

איצט אז זייי האלטן אז עס איז אזוי מותר ממש א מצוה... וועט מען זיי מכבד זיין אליינס צו טאן די מצוה, און אראפ קומען מיט זייערע ברייטע ביבער הוטן אין געריכט, ווי מען וועט זיי אויספרעגן לעיני הקהל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 19:58 לינק ישיר 

נאך א שאלה

50% פון די טענה'ריי איז געווען וועגן "דיסקאווערי" די זאלי לויערס האבן געשריגן יא, יא, יא, און שוין! די ארוינים לויער'ס האבן געשריבן ניין, ניין, ניין, אויב יא זיכער נישט יעצט נאר נאכדעם וואס בי"ד פסקנט אין ב"פ.

די איבריגע 50% פון די טענה'ריי איז געווען: די ארוינים האבן געפארדערט ארויסצווארפן די גאנצע קעיס און די זאלי'ס האבן געשריגן ניין!

אזוי איז קלאר אין די מיניטס מעל לכל ספק.

בקיצור די ארוינים פאדערן 2 זאכן

א)   ארויסווארפן די קעיס
ב) אויב קארט ווארפט נישט ארויס זאלן זיי לכה"פ ווארטן אויף די תוצאות פון ב"פ

די זאלי'ס האבן געבעטן 2 זאכן:

א) תיכף ומיד פסלן די טרענספער וואס די ארוינים האבן געמאכט
ב) אויב קארט פסלט נישט תיכף, זאל זיך תיכף אנהייבן די "דיסקאווערי"


-------

די תוצאות (אויב איז אמת וואס יונה שרייבט)

די ארוינים זענן מעכטיגע פארלירער!

סעיף א. פארלוירן סעיף ב. פארלוירן

די זאלי'ס שטארקע געווינער

סעיף א. פארלוירן סעיף ב. געווינען

יעצט יונה טייערער שטעל דאס נישט אהער פאר א געווינס לטובת די ארוינים אין א דורך פאל פאר די זאלי'ס ווייל ענק האבן נישט געוואלט דיסקאווערי און די זאלי'ס יא! קענסט שרייבן אויף הייד פארק וואס די ווילסט די זאלי'ס לאכן פון ענק סך הכל האבן זיי באקומען וואס זיי האבן געוואלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 20:10 לינק ישיר 

נעבעך אזא געווינס.

לויט ווי די שרייבסט דא האבן די זאליס שוין היינט געווינען די בית החיים...

און יאשקע מסור מיט יודא אליעזר גראבן שוין קברים...

אלע פושקעס פון די אהרונים פליען אראפ...

די מאנגאס פון פאלאקס לאט טראגט מען שוין אריבער...

מעיאר באנדא שטייט אויף תחית המתים און טאנצט אראפ פון פאלאקס לאט אריין אין בית החיים...

קיינער זאגט נישט דא אז די אהרונים האבן געווינען היינט, זיי האבן נאר פארלוירען א מאשען וואס איז נאך פאר די אנהייב פונעם די קעיס, עס קומט נאך זעק מיט מאשענס.

אזוי פיל האט מען יא געווינען אז די ריכטער גייט גלייך אנהייבען מיט די דיסקאווערי, וואס יעדער פארשטייט אז דיסקאווערי אליין וועט נעמען אן ערך פון 2-3 יאר.

דאס מיינט אז ווען די קעיס וועט פארטיג זיין וועט זיין יארן ארום, ווען יעקב בער מיט חיים הערשלע וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ...

יא די אהרונים און קודשא בריך הוא באנזאם האבן פארלוירען!!
 
אנשטאט מען זאל עס שיקן צו דין תורה און ארויס פונעם טמא'נעם געריכט, בלייבט עס אין קארט כפי הוראת הפורים בג"ץ.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 20:21:33




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 20:14 לינק ישיר 

יונה איך בין דיסעפוינטעד איך האב דיר געהאלטן פאר א בעסערע ספינער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 20:22 לינק ישיר 

יעדעס ווארט איז איבריג צו שרייבן

בלויז דורכצוליינען יונהלעס צעהיצטע תגובות ווייזט וואסערע געווינס ער און די אהרונים האבן היינט געהאט אין קאורט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 20:54 לינק ישיר 

די האסט אפגעשריבן א מגילה און פארט נישט גענטפערט קיין איין ווארט ווי א מענטש, איך גיי זיך נישט מתייחס זיין צו די קינדישע חלקים נאר צו איין נארמאלע סענטענס.

רבי_יונה כתב:
נעבעך אזא געווינס.

לויט ווי די שרייבסט דא האבן די זאליס שוין היינט געווינען די בית החיים...

און יאשקע מסור מיט יודא אליעזר גראבן שוין קברים...

אלע פושקעס פון די אהרונים פליען אראפ...

די מאנגאס פון פאלאקס לאט טראגט מען שוין אריבער...

מעיאר באנדא שטייט אויף תחית המתים און טאנצט אראפ פון פאלאקס לאט אריין אין בית החיים...

קיינער זאגט נישט דא אז די אהרונים האבן געווינען היינט, זיי האבן נאר פארלוירען א מאשען וואס איז נאך פאר די אנהייב פונעם די קעיס, עס קומט נאך זעק מיט מאשענס.

אזוי פיל האט מען יא געווינען אז די ריכטער גייט גלייך אנהייבען מיט די דיסקאווערי, וואס יעדער פארשטייט אז דיסקאווערי אליין וועט נעמען אן ערך פון 2-3 יאר.

דאס מיינט אז ווען די קעיס וועט פארטיג זיין וועט זיין יארן ארום, ווען יעקב בער מיט חיים הערשלע וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ...

יא די אהרונים און קודשא בריך הוא באנזאם האבן פארלוירען!!
 
אנשטאט מען זאל עס שיקן צו דין תורה און ארויס פונעם טמא'נעם געריכט, בלייבט עס אין קארט כפי הוראת הפורים בג"ץ.

תוקן על ידי רבי_יונה ב- 17/11/2009 20:21:33

 



ביטע ליין איבער די מיניטס פון קארט פון November 11 ווייניגער ווי א וואך צוריק, ענקער לויער בעט זיך און שרייט "בשום אין אופן זאל קארט נישט לאזן א דיסקאווערי! אויב יא א דיסקאווערי זאל מען קודם ווארטן אויף די פסק פון די בוררות אין די בארא פארקע קעיס (א זאך וואס לויט ענקער חשבון דארף דאס נעמען 10 יאר) די זאלי'ס לויער בעט זיך "ניין בשום אופן נישט ווארטן נאר שוין יעצט אנהייבן די דיסקאווערי"

ס'גייט אריבער ווייניגער ווי א וואך און קארט פסקנט "דיסקאווערי שוין יעצט" א זאך וואס די זאליס בעטן און ענק פראבירן אפצושרייען! זאג מיר יעצט נאכאמאל אין פנים אז דאס איז פאר ענק א "געווינס"

איך גיי נאר ברענגען עטליכע קליינע שטיקלעך פון די טענה'ריי נישט דאס גאנצע ווייל ווי שוין אויבן געשריבן איז האלב פון די וויכוחים געווען אויב יא אדער ניין פאר דיסקאווערי אויב יעצט אדער שפעטער, אויף ביידע האבן ענק "פארלוירן" (לפי הבנתך "געווינען") קארט זאגט יא און שוין יעצט!

דאס איז וואס MR. FISHER די ארויני'ס לויער זאגט אויף פעידש 9 שורה 22

Now, I appreciate the fact that Mr. Smith
would like to rush into discovery
, but it frankly
makes no sense to me, Judge.

הודעה אז סמיט די זאלי'ס לויער איז דער וואס פאדערט דיסקאווערי "שוין" און דער ארויני לויער בעט זיך אז נישט

ליינט ווייטער שורה 25 ווי די זאלי'ס לויער בעט זיך שוין שוין יעצט דיסקאווערי תיכף נישט אזוי ווי די ארויניס לויער וואס בעט אז נישט

MR. SMITH: Judge, I would just like one
final
reply to that. When a litigant says slow
down, slow down, delay, delay, wait, wait, wait
,
I suggest to the Court that it says something
about that litigant's assessment of the merits of
his underlying position. Of course they don't
want the case decided because they know what the
merits are likely to turn out to be.

יונה פארוואס פארקויסטו שקרים לאור השמש? די נעמסט מיר ארויס די אפעטיט פון שטיין מיט דיר אין ווארט. חוץ אויב דאס איז וואס די ווילסט, איך זאל שווייגן און דיר לאזען ספינען רוהיגערהייט...



תוקן על ידי נפל ב- 17/11/2009 20:55:43

 



תוקן על ידי נפל ב- 17/11/2009 21:00:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 21:01 לינק ישיר 

אלזא, די זאליבאנעצעס האבן היינט אפגעהאלטען א מעכטיגען ניצחון, וואס זייט די גראנד ברעקונג פון די פאלאק'ס סעמעטערי האבן זיי נאך אזא גוטען טאג נישט געהאט,

וואס האט פאסירט?

עס האט פאסירט אזוי, די זאליס האבן מקיים געווען בדחו''ר  די גרויסע ''מצווה'' פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני העכו''ם, און זיי האבן געריפען קהל יטב לב ד'סאטמאר און גויאישען קארט, מיט א טענה, היתכן? מען לאזט זיי נישט גנב'ענען דעם בית החיים,

האבן די ארוינים געזאגט פאר'ן שופט, אז היות אז מיר זענען יודען, זענן מיר געצווינגען אויסצופאלגען אלעס וואס עס שטייט און די הייליגע תורה, דעריבער ווילען מיר אז דער טענה זאל קימען פאר א ב''ד,

און די זאליס האבן געשריגען, פוי! פוי! ח''ו! פאר א ב''ד? זייט ווען גייט מען צו א ב''ד?  דאס איז דאך ביהרג ועל יעבור, עס איז אפי'ערגער פון דעם סקול דיסטריקט, ניין, בשאו''א מיר גייען נישט צו דין תורה,

נאר וואס יא?

מיר ווילען ווייטער טוען די גרויסע ''מצווה'' פון גיין און גויאישען קארט!!!!

מיר האבן אפי' א היתר פון דער ב''ד הגדול היושבים בקיעפ, וואס זיי האבן און שיפלאד א היתר, געבויעט אויף עת לעשות לה', וואס איז גילטיג אלע מאל, עס עקספייערט קיינמאל נישט, ווען מען דארף עס ניצן, צו אונטערברענגען סאטמאר, קען מען עס ניצען!

און דידן נצח!!! דער שופט האט היינט מסכים געווען אז דער טענה אויפן דיעד באלאנגט טאקע און קארט!!!

די שמחה, די התלהבות, וואס הערט ביי די זאליס, אז מען האט געקענט געבן נאך א ריק פארן רבש''ע איז דאך איין לשער,
 
שמשון יענקל איז שוין עד דלא ידע!!! ער לאזט שוין מעסעשדשעס,

דער לא ציית לדינא הרב פילאף האט אויס געבראכען און א בכיה של שמחה, אזאנס, מען קען ווייטער טרעטען אויף די הייליגע תורה, דאס איז דאך אונזער גאנצער ציהל,

דער וויינבערגער פון פייע איז א ביסעל באזארגט אז עס וועט מיזן ערשינען און געריכט מיט די לאנגע בארדע, און די רבנישע ברילען, אבער דאך שיינט אים די צירה וואו א מלאך, אזאנס, דער באשעפער האט געכאפט נאך א ריק!!!

בקיצור מען האט גוט צו געפיקסט ג-ט ב''ה, די זאליס זענען גוט געלאוינט, עס איז א בחינה פון רשע בשעה שמשחקות לו!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 21:20 לינק ישיר 

פארשטיי ניצחתני בני!

נאר טו מיר א טובה האק נישט אין טשייניק, ווען עס קומט צו ערכאות זענען ענק אייניגע צדיקים!

אזוי ווי פאר יונה וועל איך זיך נישט מטריח זיין צו ענטפערן דיין מגילה פון געשמירטע ווערטער אן הענט און פיס און טענות פון הליכה לערכאות אין וועלכע איר זענט לכה"פ פונקט אז געשלאגן דערין. נאר צו איין נקודה.


פארשטיי כתב:
אלזא, די זאליבאנעצעס האבן היינט אפגעהאלטען א מעכטיגען ניצחון, וואס זייט די גראנד ברעקונג פון די פאלאק'ס סעמעטערי האבן זיי נאך אזא גוטען טאג נישט געהאט,

וואס האט פאסירט?

עס האט פאסירט אזוי, די זאליס האבן מקיים געווען בדחו''ר  די גרויסע ''מצווה'' פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני העכו''ם, און
זיי האבן געריפען קהל יטב לב ד'סאטמאר און גויאישען קארט, מיט א טענה, היתכן? מען לאזט זיי נישט גנב'ענען דעם בית החיים,

האבן די ארוינים געזאגט פאר'ן שופט, אז היות אז מיר זענען יודען, זענן מיר געצווינגען אויסצופאלגען אלעס וואס עס שטייט און די הייליגע תורה, דעריבער ווילען מיר אז דער טענה זאל קימען פאר א ב''ד,

און די זאליס האבן געשריגען, פוי! פוי! ח''ו! פאר א ב''ד? זייט ווען גייט מען צו א ב''ד?  דאס איז דאך ביהרג ועל יעבור, עס איז אפי'ערגער פון דעם סקול דיסטריקט, ניין, בשאו''א מיר גייען נישט צו דין תורה,

נאר וואס יא?

מיר ווילען ווייטער טוען די גרויסע ''מצווה'' פון גיין און גויאישען קארט!!!!

מיר האבן אפי' א היתר פון דער ב''ד הגדול היושבים בקיעפ, וואס זיי האבן און שיפלאד א היתר, געבויעט אויף עת לעשות לה', וואס איז גילטיג אלע מאל, עס עקספייערט קיינמאל נישט, ווען מען דארף עס ניצן, צו אונטערברענגען סאטמאר, קען מען עס ניצען!

און דידן נצח!!! דער שופט האט היינט מסכים געווען אז דער טענה אויפן דיעד באלאנגט טאקע און קארט!!!

די שמחה, די התלהבות, וואס הערט ביי די זאליס, אז מען האט געקענט געבן נאך א ריק פארן רבש''ע איז דאך איין לשער,
 
שמשון יענקל איז שוין עד דלא ידע!!! ער לאזט שוין מעסעשדשעס,

דער לא ציית לדינא הרב פילאף האט אויס געבראכען און א בכיה של שמחה, אזאנס, מען קען ווייטער טרעטען אויף די הייליגע תורה, דאס איז דאך אונזער גאנצער ציהל,

דער וויינבערגער פון פייע איז א ביסעל באזארגט אז עס וועט מיזן ערשינען און געריכט מיט די לאנגע בארדע, און די רבנישע ברילען, אבער דאך שיינט אים די צירה וואו א מלאך, אזאנס, דער באשעפער האט געכאפט נאך א ריק!!!

בקיצור מען האט גוט צו געפיקסט ג-ט ב''ה, די זאליס זענען גוט געלאוינט, עס איז א בחינה פון רשע בשעה שמשחקות לו!!!


די ביסט דא מהפף הקערה על פי', ליין די מיניטס ביטע... נישט דאס בכלל איז די טענה פון די זאלי'ס, די טענה פון די זאלי'ס איז היתכן די ארוינים האבן דאס געגנבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 21:28 לינק ישיר 

נפל

א שאד צו טענהן מיט די אהרונים, ווייל זיי האבן סייווי געווינען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 21:28 לינק ישיר 

איך מיטשע מיר שוין לאנג ציפארשטיין
וואס איז א נפקא מינה למעשה צי די טרענספער איז יא לעגאל צי נישט
ווייל אפילו סאיז נישט לעגאל גייט עס דאך ציריק צי קהל ייטב לב
יעצט ווער עס איז קהל ייטב לב קען דאך די קארט נישט פסקענען נאר כל דאלים גבר 
אין בית החיים זענען דאך די ארונים אלים גבר ממילא בלייבן זיי דארט


??????????????????????????????????????????????????????????? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 22:09 לינק ישיר 

טאטלע

דיין קשיא האט א תירוץ אפילו די מאכסט אזוי פול ??'ס

איך ווייס נישט די תירוץ, איין זאך ווייס איך יא, די זאלי'ס זענען זייער גוט געפארן מיט זייערע מהלכים ביז היינט, איך גלייב אז זיי ווייסן אויך פון דיין קשיא. אויב זיי זענען גרייט צו ספענדן אויף לויער'ס ריזיגע סכומים האבן זיי א אויסגערעכנטע חשבון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 22:14 לינק ישיר 

יא יא, די זאליס האבן ווייטער געווינען,
האבן זיי דען אמאל פארלוירן? NEVER!!!
סיי וואס דער ריכטער וואלט גע'פסק'עט
וואלטן זיי געקלעימט וויקטארי,
ווייל אפילו דער ריכטער וואלט געזאגט אז דאס איז
יא רעלידזשעס וואלטן זיי געשריגן אז זיי האבן געווינען
ווייל זיי לויפן שוין אין אפעלעט... נוסח, רעבעצינס שוהל,
דא איז גארנישט נתחדש געווארן, דאס איז געווען ערווארטעט
און גלייבטס מיר, איי גייט דאס זיין רעלידזשעס און נאך ווי רעלידזשעס,
זיי וועלן נאך דארפן בויען א מקוה אין געריכט הויז...

ס'איז קלאר נאך דעם בארא פארק/דעמערעסט אפעלעט פסק אז
א ריכטער קען נישט ארויס ווארפן א קעיס ווייל ער/זי האלט אז סוף
כל סוף וועלן זיי דארפן אנקלאפן מיט רעליגיע, כן הדבר הזה,
פונקט ווי אין בארא פארק איז געווען די טענה "באארד מעמבער"
און די ריכטערן האט געזאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אנקלאפן אין רעליגיע
האט זי דאס לכתחילה ארויס געווארפן, האבן די אפעלעט ריכטער געזאגט אז ניין,
מען קען נישט ארויס ווארפן א קעיס על שם העתיד, הער אויס דעם קעיס
און דערנאך וועסטו מחליט זייט אויב דאס איז רעלידזשעס,
דא איז אויך אזוי, אויפן אויבערפלאך איז דער נושא נאר דער דיד,
קען דער ריכטער נישט זאגן אז איך ווארף דאס ארויס ווייל סוף כל סוף וועלן
מיר אריין קראכן אין רעליגיע, נאר ער דארף דאס קודם אויסהערן,
און גלייבט מיר, יעדע דריטע סענטענס וועט זיין, רבי, הלכה, שלחן ערוך,
בעל שם טוב, טעמי המנהגים, וכו', ווען מיר האבן דעם שליסל,
וואס הייסט "רעליגיע" וועלן מיר דאס ניצן כאוות לבינו,

און בכלל, ווער ס'איז קהל יטב לב פון ברוקלין האט שוין דער קארט
גע'פסק'עט אז זיי קענען זיך נישט מישן, נו, חלום'ען די זאליס אז דער קארט
גייט זיך אצינד יא מישן און געבן פאר זיי בעלות?
גייט דען דער קארט צוריק ציען פון זייער פרירעדיגן פסק אז זיי קענען
זיך נישט מישן? ווייל אויב יא, איז אפשר גייען זיי זיך ענדליך יא מישן
און מחליט זיין אז ר' בערל פריעדמאן איז פרעזידענט אזוי ווי ריכטער
ראזענוואסער האט גע'פסק'עט, אבער דאס גייט נישט געשעהן!!!
זיי וועלן ווייטער בלייבן ביי זייער החלטה אז זיי קענען זיך נישט מישן
און ווער ס'איז אוחז ביד דער בלייבט ווייטער בעל הבית,

אלזא, זאליס טייערע, כאפט אייך נישט צו צו שטארבן אצינד...
איר האט נאכנישט צוריק דעם בית החיים,

און אפשר איז אצינד א שעת הכושר צו מאכן א שטיקל חשבון אז
אפשר איז שוין גענוג מיט די אלע ערכאות'ער, און אפשר קענען זיי
טרעפן עפעס א היתר צו גיין צו א דין תורה, כהילכות גוברין יהודאין,
אפילו א דיעבד היתר, אפילו א דוחק היתר, אולי ואולי...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext