בית פורומים כל העולם כולו

רח"ל, טמאי מתים אויפן הר הבית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2009 23:08 לינק ישיר 
רח"ל, טמאי מתים אויפן הר הבית

האט איר געזעהן דעם קליפ אויפן הויפט פעידש פון בחדרי חרדים?

זיי האבן דארט א קליפ פון איינעם, אנגעטאהן ווי א חסיד'ישער איד, מיט א ווייסער בארד, וועלכער גיט א טור פאר אנדערע היימישע אויסזעענדע פנים'ער אויפן הר הבית, נישט מער און נישט ווייניגער. רחמנא ליצלן.

מען האט שוין געזעהן אזאנס פון דעם עוכר ישראל טענדלער שר"י, אדער פון דעם אנדערן עוכר ישראל, משנהו בדומה לו אריאל שיינערמאן, וועלכער האט זיך געטוישט דעם נאמען צו אריק שרון שר"י (הלוואי ווען דער ערשטער זאל שוין אויסקוקן ווי דער צווייטער).

איך האלט אז אויב איינער ווייסט ווער דער באנדיט איז, זאל ער עס מפרסם זיי דא אויפן פארום, עס איז א געפערליכע זאך.

איך ווייס אז יעצט גייען קומען אפאר אויבער חכמים און שרייען אז מען מעג. אבער דאס אליינס איז אויך א תוצאה פון ציונות, עם הארצות, פערדישקייט, און פשוט וואוינען אין דעם צודרייטן אטמאספערע וואס הערש היינט אין מדינת ישראל, אינאיינעם.

איך שריי פשוט ווייל עס טוט מיר וויי.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 23:48 לינק ישיר 

האלט אביסל איין דיין פעדער!
ניצט נישט געמיינע לשונות קעגן תלמידי חכמים!

ער איז א גאון עצום און אויב האסטו געקוקט דעם גאנצן קליפ וואלסטו אנדערש גערעדט. זיי זענען נישט געווען אויפן הר הבית בכלל! ער ווייזט דארט פארן עולם ווי די הר הבית הייבט זיך אן און "קיינער" גייט נישט אריבער דארט! דארט ווי ער איז יא געגאנגען האלטן געוויסע רבנים (וואס זענען ווייניגער בקי אין די הלכות ווי אים) אז ס'איז הר הבית און ער האלט אז נישט. אין פאקט איז ער דער גרעסטער קענער אין די הלכות און אויב ער זאגט אז ס'איז נישט איז נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 23:49 לינק ישיר 

דער יונגערמאן איז א באוואוסטער פורץ גדר, און ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער גייט ארויף אויפן הר הבית, ער הייסט יאסל אלבוים, א בעלזער חסיד, און ער וואוינט, יא יא, נישט מער און נישט ווייניגער נאר, אין קרית ויואל משה אין ירושלים.

מיט אים גייען זיין איידעם, און זיינע צוויי זוהן, און נאך א גערער יונגערמאן ראטשטיין, מיט אפאר ליטוואקעס. אומוואוסנדע מענטשן, נעבעך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 23:55 לינק ישיר 

Just for your Information


א טמא מת מעג גיין אויפן הר הבית!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 23:59 לינק ישיר 

טמא מת איז מותר במחנה לוי', נאר א זב איז אסור און פאר א זב איז מים חיים גענוג.

דער מנח"י זוכט איסורים געבויט אויף ספיקות ווי מחנה לווי' ענדיגט זיך.

איך האב דעם ווידעא נאכנישט געזען, דער קעפל איז נאר אמעראצות....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 00:16 לינק ישיר 

צמח דוד וואס איז א נפק"מ צו דער איד וואוינט אין קרית ויואל משה צו אין קרית יואל צו אין קרית בעלזא... ער קען די הלכות בעסער פון סיי וועם און אויב ער האלט אז דארט איז נישט די הר הבית איז דאס נישט דארט!

פורץ גדר לכאורה אין דיין דיקשאנערי איז טייטש "איינער וואס פאלגט נישט מיין רבי"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 00:38 לינק ישיר 

ר' נפל איר זענט אביסעלע צומישט, מאכט אייך אביסל סדר אין קאפ.

ראשית כל, זעה איך אז דו שרייבסט אויבן "אויב וואלסטו געקוקט דעם גאנצן קליפ וואלסטו אנדערש גערעדט", איז זיי מוחל, קוק טאקע דעם גאנצן קליפ, און זעה ווי אזוי דער נידערטרעכטיגער פארשוין זאגט אנע בושה אז כלל ישראל איז שוין מתפלל ביים כותל המערבי הונדערטער יארן צום קבר פון פייסל חוסעני (עפ"ל).

"ער קען די הלכות בעסער פון סיי וועם", פון וואנעט ווייסטו, און פון וואנעט קענסטו צו זאגן אז ער קען בעסער האסט אים דען פארהערט ? צופעליג ווייס איך פון מענטשן וועלכע קענען אים פערזענליך, אז ער קען גאאארנישט.

און פורץ גדר אין מיין דיקשאנערי מיינט, איינער וואס פאלגט נישט "אלע" גדולי ישראל, און ווען מ'פרעגט אים וועלכער רב האט אייך מתיר געווען ארויף צו גיין אויפן הר הבית זאגט ער אז ער קען נישט זאגן, אפשר האט דער רב גאר מורא פון טעראר...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 01:18 לינק ישיר 

,



תוקן על ידי פארשטיי ב- 18/11/2009 01:19:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 02:39 לינק ישיר 

ס'איז גאר א שאקירנדער קליפ. ס'איז באמת א שוידערליכע זאך. אלע גדולים פון אלע שיכטן און קרייזן אן קיין אויסנאם האבן גע'פסק'עט אז ארויפגיין אויפ'ן הר הבית איז איסור כרת אדער אין בעסטן פאל אסור. זעלטן איז די וועלט געווען אזוי באחדות ווי ביי דעם פסק. ס'איז נישטא קיין שום היתר ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 03:18 לינק ישיר 

ס'איז בכלל נישט קיין נפ"מ צי מ'קען טרעפן עפ"י הלכה א דריידל ארויפצוגיין. אויב אלע גדולי ישראל פון אלע דורות האבן געאסר'ט ארויפצוגיין, איז דער וואס גייט יא ארויף א ריכטיגער אפיקורס אפילו אויב ער טראגט א בארד און פיאות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 03:56 לינק ישיר 

וואס מיינט א דריידל? עפ"י הלכה איז ברור אז אויב מ'קאן אנצייכענען ווי ס'איז זיכער נאר מחנה לוי' איז א היתר גמור אהינצוגיין.

פארוואס ווערט מען א אפיקורס אז מ'פאלגט די תורה?

ווער זענען אלע גדולי ישראל פון אלע דורות וואס האבן געאסר'ט ארויפצוגיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 17:46 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן אויבן אז עס גייען קומען חברה שרייען אז מען מעג, פיין מען שרייט אויך אז יענער קען די הלכות בעסער פון יעדעם איינעם, און אז ער זאגט בים איז בים.

איך גיי ניטאמאל ענטפערן אויף דעם פערדישן גע'טענה'ריי, איך האב שוין אויבן געשריבן פון וואס דאס נעמט זיך. איך קען פערזענליך עטליכע אזעלכע חברה, טייל אפילו ערנסטע תלמידי חכמים, פיל גרעסער פון מיר, אבער אנגעפיקעוועט מיט ציונות (איינער פון די האט מיר אמאל מסביר געווען אז אריק שרון שר"י איז א מלך ישראל...)

איך וויל נאר צולייגן איין נקודה צו וואס איך האב פריער געשריבן.

איך האב געזען די גאנצע קליפ, און ווען איך וואלט כאטש געזען א ביטערן טיפן צער אויסגעגאסן אויף זיין פנים, און טרערן רינען פון זיינע אויגן אז ליידער "שועלים הלכו בו", וואלט איך אפשר געטראכט, נעבעך, אן אומוויסנדער איד. למעשה אבער זעט מען אויף זיין פנים, און מען הערט עס פון יעדן ווארט און תנועה זיינעם, פונקט דאס פארקערטע פון דעם, דער טראציגקייט מיט וואס ער דרייט זיך דארט ארום, דאס שטעכט נאך מער, און אויך דעם טוה איך וויינען "שועלים הלכו בו" ליידער אזעלכע מיט ווייסע בערד און געקרייזלטע פיאות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 16:46 לינק ישיר 

טייערער גביר_אדיר,

עס איז דיין באשלוס צו די ווילסט ענטפערן אדער נישט. אבער מיטן גארנישט ענטפערן און ס"ה זאגן אז די וואס שמועסן פשוט אויס די הלכה רעדן פערדיש און זענען אנגעפיקעועט מיט ציונות, לייגט איר זיך במח"כ צונאר בפני כל הקהל.

אז טאמער בין איך נישט קיין ציוני, טאר איך נישט זאגען אז להלכה מעג מען ארויפגיין?

פשוט למ"מ בעלמא קוק נאך אין שו"ת מנח"י ח"ה ס"א. וועסטו זען אז ער האט דריי הסברים צו אסר'ן, די שטערקסטע איז דאס אז מ'ווייסט נישט ווי מחנה לוי' ענדיגט זיך. די אנדערע צוויי פאר איינער וואס האט אמאל געלערנט די סוגיות איז הרבה יש לדון בדבריו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 19:15 לינק ישיר 
אל תעלו בחומה

* width="500" height="405"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רח"ל, טמאי מתים אויפן הר הבית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext