| נשלח ב-18/11/2009 00:33 |
|
| |
פאול: ווי לאנג נאך וועלן די סאטמורים אפזיצן און קארטס
זייט די אויסבראך פון די מחלוקה, זענען שוין געשווענדעט געווארן מיליאנען דאלארן אידיש געלט פון ביידע צדדים,
ביז די אלבעני פסק זענען די אהרוניס געווען די תובעים, די לעצטע יארן זענען די זאליס, קיינער האט נאך קיינמאל געווינען עפעס ממשות, און כהיום יום איז מען נאך טיף טיף פארזונקען אין קארט, יעדער שרייט תורה הק', יעדער שרייט מסרבים לדין, די וועלט שטייט און א זייט אדער לאכט אריין א גוטס, אדער זענען פארווייטאגט
מיין שאלה איז ווען וועט מען שוין איינזעהן אז גענוג איז גענוג, וויפיל יאר נאך וועט מען זיך אויפוועקן אז קארט ארבעט נישט.
דא איז די אויסוואלן ביז וועלכן יאר מ'עט נאך אלס רעדן "ברעיקינג" קארט נייעס אויף היידפארק:
א. תשע"ה
ב. תש"פ
ג. תש"צ
ד. ת"ת
ה. תת"י
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 00:50 |
|
| |
לאנג לעבען זאל ר' סקאט!!!
נישט צום גלייבען האסט געפויעלט! איך האב איצט גערעד צו די ארוינים, זיי זענען זיך גרייטט צו שטעלן צו די ד''ת נאך הייינט באנאכט!
אלזא! גיבט נאר די אונסטראקציעס וואו מיר דארפען גיין אונטער שרייבען שטרי ברורין, מיר גייען שוין!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:12 |
|
| |
לשבח דארף דערמאנט ווערן די וויליאמסבורג בית-יואל דיון, וואס האבן די וואך געססעטעלט אויף געלט אנשטאט פארזעצן די קאורט, און אפי' ער וואלט אפשר געקענט באקומען מער אין קאורט.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:14 |
|
| |
עס איז דא עפעס א זאלי וואס שפאצירט דא ארום אויפן פארק און ער שרייבט וואו פאלגענד:
מיט א גוי גייט מען אין קאורט
וויאזוי האט רבינו בעל ברך משה זי"ע געשריגן אויף דוד עקשטיין ווען ער האט באפאלן ר' משה משב"ק אז ער וועט אים רופן צו דין תורה: "דו פירסט זיך אויף ווי א גוי און דו ווילסט נאך גיין צו דין תורה?
עכ''ל פונעם זאלי דוד 46
קימט א צוויטער זאלי מיטען נאמען חיי שעה און שרייבט וואו פאלגענד:
מיר זענען אלעמאל גרייט צו גיין צו דין תורה, מיר פאדערן איין קליינע תנאי און די ארוינים ווייסן דערפון.
אביסעלע טינט פון א קליינע פעדער א חתימה אויף די שטריי ברורין וואס זאל זיך ליינען "אהרן טייטלבוים"
דערווייל האלט ער נישט דערביי
עס איז פשוט נישטא ווער עס זאל לאכען!!!!
די זאליס ווילען נאר קימען צו די תורה נאר טאמער רבינו שליט''א שרייבט אונטער שטרי ברורין, איר הערט ווערטער!
ווען רבינו שליט''א וועט אונטער שרייבען וועלן די זאליבאנישע לייצים אויף קימען, אז פרעזידענט אבאמא הי''ה דארף אויך אוהטער שרייבען,
און טאריק אזיז אויך
און דער פובסט!
מיטן ראש הממשלה בנימין זאל לעבן
מיט מייקל סאסמאן,
יאשקע מסור
ווער נאך?
עכ''פ זיי זענען מודה אז זיי האלטען נישט ביים גיין צו דין תורה!
דוד מיטן סיבה ווייל מיר זענען גוים,
און חיי שעה מיטן סיבה!
ווייל עס מיזן אויך מסכים זיין צו די שטרי ברורין א גאנצע רייע מיט בר נש'ן אפי זיי האבן נישט קיין שייכות צו דעם סוכסוך!
ברוך שלא עשנו זאלי
תוקן על ידי פארשטיי ב- 18/11/2009 01:14:34
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:16 |
|
| |
זעליג
ווער וואלט באקומען מער????????
דיין רבין'ס זון האט געמאנט ''ריבית'' פין נחמן בראך, (די מארגעזש פין בית יואל אין וומ''ס באלאנגט פאר קהל עצי ב''פ) אין שפיץ האט געלייגט דרוק אויף זיין שוואגער זאל הייסען זיין זון זיך שטעלן צו די''ת, ווי ער וואלט קיינמאל נישט געקענט געווינען צו צווינגען א יוד צו צאלען ריבית.
תוקן על ידי rebyankel ב- 18/11/2009 02:03:47
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 01:17 |
|
| |
סקאט מיר קרענקט עס אויך ביטע גיב א קוק וואס כ'האב היינט געשריבן אין די פארום פין די זאלונים - זיי זענען יעצט די תובעים
נו! אפשר שטעלט מען זיך שוין צו דין תורה??? וויפיל איז דער שיעור?
יעדער האט טענות אין תנאים פאר די ש''ב אין בי''ד וכו' נו! ס'דא א
פשוט'ע עצה, זאל מען זיך זעצן צו א זבל''א בי''ד, אין מ'זאל די ערשטע זאך דן זיין,
אויב דער נתבע - היינטיגער תובע מעג פארלאנגען אז די די''ת זאל ג'פסק'נט ווערן דורך
''דייני הקהילה'', דערנאך זאל מען דן זיין, אויב ס'איז דא שייך אין נזקקין, ביי
איינס פין די 2 צדדים, אויב די ארונים האבען געהאט א הלכה'דיגע היתר צו גיין אין
קארט, וכ'י אלע תנאים ארום די ש''ב אין דער בי''ד, אין דער בי''ד וועט פסק'נן וואס
די הלכה איז ביי די אלע פעלער, אין איינמאל מ'וועט האבען א הלכה'דיגע יסוד אויפן
מהלך הדי''ת וועט מען גיין צו א בי''ד וואס דער זבל''א האט געשיקט, והכל על מקומו
יבא. די אלע זאכען וועלן היידפארק שרייבער נישט אפמאכען די הלכה, דאס וועט דער
בי''ד אפמאכען ויקוב הדין את ההר.
נו! אויף וואס ווארט מען?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 19:43 |
|
| |
נאך 10 יאר זיין דער תובע און פארלירן איז א קליינע צדקות צו שרייבן "איך בין גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה"
די שאלה "ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר", איז אסאך שטערקער ווי די שאלה "פארוואס זיצט איר יעצט אין קארט"
די ביסט אליינס מודה אז די ארוינים זענען געווען די תובע די לעצטע 10 יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2009 19:59 |
|
| |
נייפעלע, פון ווי נעמסטו אז די פראגע
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר"
איז פיל שטערקער פון די פראגע
"פארוואס זיצט איר יעצט אין קארט"
אינטרעסאנט, פארוואס האט איר נישט געפרעגט
זלמן לייב טייטעלבוים ווען ער האט געוואלט ווערן רבי
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר", הא?,
מען האט עהם קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר
און דא אויפאיינמאל שפראצט ער ארויס,
די פראגע איז דיר באמת קיינמאל נישט שווער געווען?
די זאליס גיבן ענדליך ארויס זייער אמת'ער פרצוף,
ווען אימער מען קומט ארויף מיט א נארמאלן סעלאשן
קומען זיי ארויס מיט פראגעס, אפשר איז די עכסטע צייט
צו קיקן פאראויס און נישט ריקווערטס,
אפשר איז א דין תורה יא א מיטל צו קומען צו א שטיקל
פארשטענדעניש, יעדער ווייסט דאך אז א דין תורה וועט נאר
מאכן א פשרה, קיינער וועט נישט ארויס העכסט צופרידן
אבער דער שוואכסטער שלום איז דאך פיל חשוב'ער
פין די שטערקסטער מחלוקה,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 00:58 |
|
| |
אפגעזעהן אצינד וועלכע זייט עס איז שולדיג, אבער דאס איז אמאל זיכער
אז דאס וואס די 10 יעריגע סאטמארער סכסוך איז נאך עד היום נישט אנגעקומען צו קיין די"ת
איז אַ חילול ה' און אַ אויסגערופענע באנקראט פאר די נאמען סאטמאר אנטקעגן די גאנצע וועלט
כאטשיג איך פרעזענליך שעם מיך אויך דערמיט מוז איך דאס ארויסשרייבן דא ברבים
ועל הכל איז קלאר אז דאס וואס די סאטמארער סכסוך אין ארץ ישראל איז אנגעקומען צום ציוניסטישן כופרישן בית המשפט
איז אַ אויסגערופענע באנקראט פון די גאנצע דרך הקנאות און מלחמה לה' בעמלק מדור דור
לאנגע יארן וועלן דאס פארבלייבן לחרפה ולדראון עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:00 |
|
| |
עס איז נישט אפגעזעהן ווער עס איז שילדיג
דער שילדיגער בלייבט לדראון עולם,
א סעמפל פין א כת וואס האבען געטרויטן אויף די תורה כאוות נפשם ר''ל!
תוקן על ידי rebyankel ב- 19/11/2009 01:02:01
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:07 |
|
| |
ר' יענקל אז דו ווילסט רעדן וועגן שולדיג,
איך וואלט דאס צוטיילט צווישן אמעריקא און ארץ ישראל
הא לן והא להו וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 01:27 |
|
| |
א מודה במקצת ביזטו שוין, ערגעץ האלט איך!
לאמיר אנהייבן פין וומ''ס, ווערט האט פין די ערשטע מיניט ביזן היינטוגען טאג מסרב געווען לדי''ת?
אין ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס ווער איז דער תובע? האט ער געשיקט א הזמנה?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 16:37 |
|
| |
כמעשי למעלה כן כאן. איך וועל איגנארירין קינדישע טענה'ריי און וויכוחים וואס קומען נישט אריין דא, איך וועל נאר דעבאטירן די ספעציפישע נושא פון וואס מ'רעדט אין דעם אשכול.
| יענקעלע11 כתב: |  | נייפעלע, פון ווי נעמסטו אז די פראגע
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר"
איז פיל שטערקער פון די פראגע
"פארוואס זיצט איר יעצט אין קארט"
אינטרעסאנט, פארוואס האט איר נישט געפרעגט
זלמן לייב טייטעלבוים ווען ער האט געוואלט ווערן רבי
"ווי זענט איר געווען די לעצטע 10 יאר", הא?,
מען האט עהם קיינמאל נישט געזען אין סאטמאר
און דא אויפאיינמאל שפראצט ער ארויס,
די פראגע איז דיר באמת קיינמאל נישט שווער געווען?
די זאליס גיבן ענדליך ארויס זייער אמת'ער פרצוף,
ווען אימער מען קומט ארויף מיט א נארמאלן סעלאשן
קומען זיי ארויס מיט פראגעס, אפשר איז די עכסטע צייט
צו קיקן פאראויס און נישט ריקווערטס,
אפשר איז א דין תורה יא א מיטל צו קומען צו א שטיקל
פארשטענדעניש, יעדער ווייסט דאך אז א דין תורה וועט נאר
מאכן א פשרה, קיינער וועט נישט ארויס העכסט צופרידן
אבער דער שוואכסטער שלום איז דאך פיל חשוב'ער
פין די שטערקסטער מחלוקה, |
|
יעדער נארמאלער מענטש נישט נאר די זאלי'ס פרעגן פאראגעס פאר זיי גייען איין אין א געשעפט, כך דרך כל הארץ.
קען זיין אז אין דיינע אויגן איז די העכסטע צייט צו גיין צו דין תורה, נישט אין די זאלי'ס אויגן. פאר א פשוטע סיבה, אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג, אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס, ענק האבן געפייניגט די זאלי'ס געשלעפט פון איין ריכטער צום צווייטען פון איין קעיס צום אנדערן, יעצט ווען ענקער לעצטע האפענונג אין קארט לויפט אויס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די זאלי'ס זאלן יעצט אנהייבן נאכאמאל דעם גאנצען פראצעדור פון א'. ביז 10 יאר אין קארט און פרישע 10 ביי דין תורה.
חוץ שרייבן אויף הייד פארק און אין דער בלאט "שטעלט ענק צו דין תורה" האלטן ענק ביי גארנישט! די זאלי'ס האבן בשעתו מציע געווען 3 בתי דינים מיט איין תנאי, ר' אהרן זאל אינטערשרייבן, עד היום האט איר נאך נישט מודיע געווען פאר קיין איינער פון די 3 אז איר זענט גרייט!
בנוגע פשרה. די זאלי'ס האבן ענק מסכים געווען צו געבן אין וו"ב בנינים. דערמאן דיר, איך גלייב אז מ'קען טרעפן דא אויף הייד פארק אויך דעבאטעס וועגן דעם. פאסירט האט דאס פאר ענק האבן געפנט ענקער ת"ת אין וו"ב ענקערע עסקנים האבן זיך געבעטן ביי די זאלי'ס "מיר זענען אייך גרייט צו געבן פון אונזער'ס אין קרית יואל גיבט אונז פון ענקער'ס אין וו"ב". די זאליס האבן מסכים געווען! די האנדלעריי האט זיך אפגעשטעלט ווען ענק זענען געווען גרייט צו געבן א "פיס פאר א פיס" פאר יעדע סקווער פיס וואס די זאליס געבן איין אין וו"ב באקומען זיי א סקווער פיס אין קרית יואל. די זאליס האבן אבער געפאדערט ניין, איר דארפט אונז געבן די ווערד פון א סקווער פיס אין וו"ב. פשוט גערעכנט זענען די זאליס גערעכט און אויך נאכגעביגע פאר בכלל מסכים זיין צו האנדלען. אבער פארוואס זאלן די זאלי'ס געבן א סקווער פיס וואס איז ווערד 400-600$ און באקומען א סקווער פיס וואס איז ווערד אפשר $100 צום סוף האט זיך גארנישט אויסגעארבעט דערפון.
מיט דיבורים זענט איר גרייט צו גיין צו דין תורה, מיט מעשים נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 16:46 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  |
לאמיר אנהייבן פין וומ''ס, ווערט האט פין די ערשטע מיניט ביזן היינטוגען טאג מסרב געווען לדי''ת?
אין ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס ווער איז דער תובע? האט ער געשיקט א הזמנה? |
|
אין וו"ב איז נישט דא קיין מסרב לדין! אדרבה ביטע ברענג א כתב סירוב פון "סיי וועלכע בית דין שבעולם" (פון נאווארדיק ברענג נישט ווייל איך וועל צוריק ברענגען זייער "הסרת עיקול" צוליב דעם וואס איר זענט אריין אין קארט נישט מיט זייער רשות) ברענג ביטע! אין אידיש זאגט מען ניטא! אן א כתב סירוב זאלסטו מוחל זיין נישט רופן א קהלה קדושה בישראל מסרבים לדין!
ביי די יעצטיגע אפענע קלאגעס איז דא א היתר פון בד"ץ סאטמאר, חוץ מזה פעלט דאס בכלל נישט אויס נאכדעם וואס די ביה"ח האט איר שוין אליינס ארייגעלייגט אין ערכאות אן א היתר בי"ד אזוי ווי פריער דערמאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2009 17:42 |
|
| |
א גיט מארגן הער נייפעלע!!!
וויאזוי זאגסטו? די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה ווייל...
אין ענקערע אויגן זען ענק נישט קיין אנדערע אויסוועג,
אין קארט האבן ענק באמבאסטיש דערלייגט ממילא איז די העכסטע
צייט צו גיין צו דין תורה. משא"כ ביי די זאלי'ס,
נייפעלע, זאג דאס נאכאמאל איבער שטאטעלעך, און האלט די איין פין לאכן,
זאג נאר נייפעלע, ווער גייט פראטעסטירן מארגן? די פארלירער אהרונים
אדער די געווינער זאליס?, ווער אפיעלט די קארט דעסיזשאנס,
די פארלירער די אהרונים, אדער די געווינער די זאליס, הא?,
ווער שעלט יומם ולילה די פארלירער די אהרונים אדער די געווינער די זאליס?,
נעם דיר אריין אין קאפ, מיר זענען ב''ה זייער צופרידן כמו שהוא,
מיר זענען זייער שטארק גרייט פאר א סיס פייער פאר א וואפן אפשטאנד,
דאס פארלאנגן צו גיין צו דין תורה איז נישט ווייל מיר זענען נישט צופרידן,
נאר ווייל אזוי האט די תורה הקדושה געהייסן,
''ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם'', איז נישט עפעס א איסור אויף בני יואל,
וואס עקספייערט (לדעתכם), ס'איז נישט עפעס א שטיינזאלץ חומרה, וואס
האט שוין לאנג אויסגעוועפט, ס'איז נישט עפעס א הלכות עירובין וואס איז שוין
נישט שייך בזמן הזה (לדעתכם הכוזבת), ניין די תורה איז א ניצחית,
און פון דעי וואן, פונעם ערשטן טאג האבן מיר געשריגן, לאמיר גיין צו דין תורה,
אין יעדן קארט פאפיר האבן מיר געשריבן שווארטץ אויף ווייס אז מיר ווילן נישט זיין
דא לפני עכו''ם, מיר ווילן גיין צו דין תורה און איר האט גענטפערט אז איר ווילט נישט
גיין צו דין תורה, סא, ווער איז דער מרים יד בתורה משה?, ווער איז דער נקרא רשע?
וואס מיינסטו די וועלט קאלעכט שוין?, די וועלט ווייסט נישט דעם אמת? יעדער ריכטער
ווייסט היינט צו טאג אז די אהרונים ווילן גיין צו דין תורה און די זאליס ווילן נישט,
יעדן טאג האבן זיי א פריש געבאקענעם תירוץ, איינמאל איז דאס תהלוכי הקהילה,
איינמאל הייסט דאס אביסעלע טינט, איינמאל הייסט דאס אין נזקקין, אבער הצד השווה
שבהן, איר ווילט נישט גיין צו תורה, סא, האסט א ברירה, אדער ברעכסטו דיך און וועסט
בדלית ברירה עובר זיין אויף די עבירה החמורה בתורה און גיין צו דין תורה, אדער קענסטו
שרייען חי וקיים, גזלנים חמסנים, שפארן צו א בית המדרש וכו' יא, איר קענט גיין פראטעסטירן, שעלטן, שפייען בלוט, אבער ליגן וועט איר נאך אלץ מאחורי הגדר כקבורת חמור,
מיר זענען נישט בלינד און מיר זענען נישט דום, מיר ווייסן די אמת'ע סיבה פארוואס איר
ווילט נישט גיין צו דין תורה, פשוט מאוד, דער קארט קען זיך און טאר זיך נישט אריין מישן
אין רעליגיע, במילא קען מען נישט דן זיין אויף ענקערע גניבות וזיופים, איר ווייסט גאנץ גיט
אז די מינוט וואס איר גייט צו דין תורה איז ענקער גאנצע ראביסטעווע אין דזשעפערטי,
פארוואס האט איר פארלאנגט בתוקף ווען איר האט גערופן קהל צו דין תורה אין קרית
יואל בנידון דעם הויז אויף אוהעל קארט, האט איר זיך אויסגענומען אז מען טאר נישט
רעדן בנידון הרבנות, און ווען דער בית דין האט דאס צוריק געוויזן זענט איר פארשווינדן,
פארוואס? ווייל ענקער גאנצער רבנות איז יסודו בשקר, און איר ווייסט גאנץ גיט אז ביי א
דין תורה גייט איר דאס פארלירן און דאס איז די סיבה פון ענקער נישט וועלן לדון בדייני
ישראל,
אבער נייפעלע זיסער, איך וויל דיך בארוהיגן, דו ביסט דאך פון די הויפט שישקעס ביי די
זאליס, אמת?, איך ווייס טאקע נישט פונקטליך ווער דו ביסט , אבער איך בין גאנץ זיכער
אז די ביסט פון די הויפטן, אדער ביסטו משה גבאי אליין, אדער ליפא ט''ב,
אדער גאר זלמן לייב בכבודו ובעצמו, איך ווייס טאקע נישט, אבער דאס איז זיכער אז
אויב ביסטו נישט איינער פון די דערמאנטע ביסטו גאנץ זיכער פון זייערע נאנסטע
יוצאי משרתים, וויל איך דיך בארוהיגן, מיר גייען נישט דן זיין בענין הרבנות,
חס ושלום ורחמנא לישזבי מיר זאלן צוריק באקומען דיקרעציגע, (היו לא תהי') ניין,
מיר ווילן נישט האבן קיין לעפקעלעך אדער יאקאבאוויטש'לעך במחנינו, יהי לך
אשר לך, מיר האבן ב''ה א חסידות פון כולו ממתקים וכולו מחמדים, כולם טהורים, שמן זית זך,
עידית שבעידית, ניין, מיר דארפן נישט צוריק די אלע פענסטער ברעכער אוןטייער שניידערס,
מיר דארפן נישט צוריק קיין ילד שעשועים אנצינדערס, ניין, זאלן די מחוצפים בלייבן
ביי אייך, מיר ווילן נאר דן זיין אויף די עצים ואבנים, די נכסי הקהילה, דאס און נאר דאס איז אונזער תביעה, און נאר פון דעם ווילן מיר רעדן ביי דין תורה, און נישט פון אייער ראביסטעווע,
און דאס איז נאר אויב דארף מען זיך ווייטער שלאגן, אויב ווילט איר אראפ לייגן דאס געווער
און ערקלערן א סיס פייער, זענען מיר אלע מסכים אז אלעס זאל בלייבן ווי יעצט, איר קענט
אין קרית יואל, אין בארא פארק און אין בני ברק, טוהן וואס מיר האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, מאנסי און ירושלים, זיך אליין בויען, און דאס איז דאך די בעסטע פשרה, איר
באקומט די בנינים אין וויליאמסבורג וואס איז ווערט 600 דאלאר א סקווער פיס און מיר בלייבן
מיט די בנינים אין קרית יואל וואס איז נישט מער ווערט ווי 100 דאלאר א סקווער פיס.
איך האלט נייפעלע, אז טראץ וואס דו שרייבסט דיינע שקרים הונדערטער מאל גלייבסטו
נאך אלץ נישט דיינע געבאקענע ליגיונות, דו ווייסט גאנץ גיט אז נישט נאר אין בלאט ווילן מיר
גיין צו דין תורה נאר מיר ווילן וירקליך גיין, ווייל אויב וואלסטו דאס געגלייבט, וואלט איר
געהאט א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן קבל עולם ומלואו למי החותמת ולמי הפסולים,
איר וואלט מיט איין אטעם אריין געלאפן צו א בית דין און אינטער געשריבן שטרי ברורין
און פראקלאמירט פאר יעדן, קיקטס דא האבן מיר אינטער געשריבן, זאלן די אהרונים אויך אינטער שרייבן, און דאן וואלט יעדער געזעהן צו די אהרונים האלטן באמת פון גיין
צו דין תורה, אדער איז נאר על גפי דפי ה''דער בלאט'', נו, איר וואלט גענומען דעם טשענס?
I DON'T THINK SO.
 |
|
|
|
|
|