בית פורומים כל העולם כולו

כ''א כסליו ב' וישב תש''ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2009 23:57 לינק ישיר 
כ''א כסליו ב' וישב תש''ע

די הכנות זענען שוין אין פולסטען ברען צו גרויסען מעמד סעודת הודאה ודינער השנתי כ''א כסליו תש''ע לפ''ק

ביטע באריכטען דא אלע אפדעיטס בנוגע דעם גרויסען אווענט והמסעתף

דער יערליכער אווענט וואס דינט אלס אזא גרויסער כינוס לצדיקים ואנשי מעשה אינאיינעם מיט בעה''ב ואבריכם פין סאטמערע תלמדים אין תומכים וועט היי יאר כ''א כסליו געפאלען ליל ב' וישב הבעל''ט.
אין די עסקנים גייען שוין ארום אין די הייזער פין סאטמערע יודן

אין מ'בעט דעם עולם, יעדער זעהט וואס מ'האט דא באוויזען אויפצושטלען אין די פאר יאר, מיט א זעלטענע סייעתא דשמיא עד להפליא, אין די קורצה 3 יאר, זינט מ'האט עס איבערגעפרישט האט זיך שוין דער מספר התלמידים כמעט געדאפעלט בליעה''ר, 
אין סיי די איכות פין די וומ''ס מוסדות וואס איז ב''ה גיט מפורסם, סיי די ת''ת אין סיי די בית רחל וועלכע דינען ווי א וועג ווייזער פאר אנדערע. - טראץ וואס קיינער האט נאכנישט באוויזען עס נאכצומאכען.

דאס וואס אזא מוסד מיט אזעלכע גרויסע פראיעקטן בכמות ובאיכות זאל קענען אנהאלטן צו צאלען צייטליך פאר די איינגעשטעלטע ממש וועכענטליך, איז נאכנישט געווען אין די סאטמערע היסטאריע, אין דאס גיבט גאר אסאך צו צי די איבערגעגבנקייט פין די איינגעשטעלטע וואס יעדער מבית ומחוץ קען עדות זאגען דערויף ב''ה, כן יעזור להלאה.

אין די פירות דערקענט זיך ב''ה שטארק,

עס וואלט געפאדערט א לאנגע ארטיקעל אפצושרייבען די אימגעהויערע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט אין יעדן ברענטש ביי די מוסדות הק', אבער כ'וועל עס לאזען פאר די וואס פארשטייען דערצו מער ווי מיר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 00:40 לינק ישיר 


וואו גייען די ארונים היי יאהר אפרעכטן די סעודת הודאה ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 07:43 לינק ישיר 

די סעודת הודאה כ"א כסליו וועט אי"ה היי יאר געפראוועט ווערען אין די ריזיגע זאל פין סטיינערס סטודיא אין די ברוקלין נעווי יארד אין וויליאמסבורג,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 15:31 לינק ישיר 

א זאל אדער א טענט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 20:27 לינק ישיר 

עס גייט זיין אינעם גרעסטן זאל פון סטיינערס סטודיא.

זיי האבן דארט אסאך זאלן, די זאל ווי עס גייט זיין כ"א כסלו איז אפאר זאלן אינאיינעם וואס האט פארעדיגע ווענט און צוזאמען איז עס גרויס בערך 43000 סקווער פיס, און אן קיין איין פאול.

די זאל האט גאר אסאך מעלות, עס קומט אויס וויייניגער ווי האלב פרייז פון מאכן א טענט, די דאך איז הויעך בערך 50 פיס, און עס איז אין ווילי.

אז מען רעדט שוין יא, דארף מען דא געבן א דאנק פאר משה דוד נדיערמאן UJO וואס האט געהאלפן שטיינער סטודיא, צו קענען בויען דא אין ווילי זייער סטודיא, אזוי כאטשיג איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון, אשריך משה דוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 20:37 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך די מערכה וואס "נידערמאן" האט געפירט "אפען טיש" און עס געשטיצט אונטרן טיש.

מיר האבן אלע געגעבן געלט צו באקעמפען די שרעקליכע מואווי סטודיא, וואו איז דאס געלט געגאנגען?

ווער האט באקעמפט?

מ'האט געבויט א שיינע הויז אינדרויסן פון קרית יואל... און מיר האבן באצאלט דערפאר !
ווי געפעלט אייך דאס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 20:38 לינק ישיר 

לויט ווי מען שמועסט דא אויף הייד פארק איז דא א שטיקל מחלוקה ווי די סעודה גייט פארקומען.
איך וועל מאכן א סך הכל.

יונה: האצטעפלאצטע פלאזא מיט איבער אהאלב מיליון סקווער פיס
פארשטיי: מ'גייט פארן מיט א טשאטשא טרעין זכר לנס
truefacts: אין שטיינער סטודיאו
פארמעגליך: אין ביהמ"ד הגדול אויף בעדפארד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 22:33 לינק ישיר 

כ'האב הנאה אז ענדליך וועט מען האבן א נארמאלע זאל, און מ'וועט נישט מוזן פארן און זיצן אין א גרויסן טענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2009 00:00 לינק ישיר 

נפל כתב:
לויט ווי מען שמועסט דא אויף הייד פארק איז דא א שטיקל מחלוקה ווי די סעודה גייט פארקומען.
איך וועל מאכן א סך הכל.

יונה: האצטעפלאצטע פלאזא מיט איבער אהאלב מיליון סקווער פיס
פארשטיי: מ'גייט פארן מיט א טשאטשא טרעין זכר לנס
truefacts: אין שטיינער סטודיאו
פארמעגליך: אין ביהמ"ד הגדול אויף בעדפארד


אינעם קינדערישען פארום וואלסטו געווען די העלד פין טאג פאר אזא גיטס, כ'מיין זאלסט עס דארט אויף פאוסטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2009 00:03 לינק ישיר 

לאעליכם כתב:
כ'האב הנאה אז ענדליך וועט מען האבן א נארמאלע זאל, און מ'וועט נישט מוזן פארן און זיצן אין א גרויסן טענט

די טענט איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי די לייגסט עס אראפ, ס'האט זיך געשפירט גאנץ באקוועם, ס'פארט נישט געווען די סחורה'נע טענט
אבער דאך איז א פארמאכטע בילדינג א שטארקע מעלה, ספעציעל אז מ'דארף נישט פארען אזוי ווייט, אין ס'קומט אויס אסאך ביליגער, כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 01:47 לינק ישיר 

אין קווינס זעהט זיך שוין אן די הכנות צו כ''א כסליו
מ'האט שוין געשיקט די בחורים רייסען צעטליך

נעבעך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 02:07 לינק ישיר 

סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך

די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...

די מעלדונג וואו עס וועט זיין איז צייט צו מעלדן א וואך פארן דינער

אט אזוי שפארט מען געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 03:04 לינק ישיר 

די אהרונים דערמאנען אלעס די זאליס

זייער פיין דוד'ל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2009 23:07 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך

די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...


ביזט גערעכט די ארוינים רייסען אליין די צטעליך......

וועגן צעטליך, כ'האב פאר דיר נייעס, 82 האט שוין געהאנגען פאוסטער פאר 3 וואכען ציריק, אין זיי האבען געסטאפט...

סיי וויאזוי, ווען 82 זאל מאכען האלב אזוויפיל וויפיל די סאטמערע מוסדות ביי דעם גרויסען דינער, וואלטען זיי שוין געהאנגען - אין אנדערע ווערטער ווען עס איז דא אויף וואס צו ארבעטן ארבעט מען
---------------------

הכונו כ''א כסליו תש''ע אינעם גרויסען סטיינערס קאמפלעקס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2009 04:06 לינק ישיר 

rebyankel כתב:

סיי וויאזוי, ווען 82 זאל מאכען האלב אזוויפיל וויפיל די סאטמערע מוסדות ביי דעם גרויסען דינער, וואלטען זיי שוין געהאנגען - אין אנדערע ווערטער ווען עס איז דא אויף וואס צו ארבעטן ארבעט מען
---------------------

הכונו כ''א כסליו תש''ע אינעם גרויסען סטיינערס קאמפלעקס



יא יא, איינער ווייסט אפשר די סיבה פארוואס די אהרונים בויען נישט היי יאר קיין גיגאנטישע טענטס ווי זייער שטייגער? רעב יאנקל איך מעג פארציילן וואס ענקער נייע אדמינסטראטער מרדכי אלעזר הירש האט געסטראשעט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 05:12 לינק ישיר 

איינער פארשטייט וואס באלאנד פרעגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כ''א כסליו ב' וישב תש''ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext