זייט הרב החסיד ר' דוד עקשטיין האט געמאכט די קהל'ס אסיפה אז ווער ס'אדערווייזט אין דער איד קען אין אינזערע שילן נישט מאכן קיין אפיעל אין קאלקעטען געלט מיט קיין פישקעס וכו.
בין איך געווען פין די גרעסטע שטיצער פאר דעם ביל ווייל די גאנצע פארשטייט אז איינער ספאנסערט טעראר האט א דין ווי דעם טערארסיט אליינ.ס
למעשה האבן שוין גרויסע ארגענזעציעס אויף געהערט צי אדעווטייזן אין דער איד
חובת ירושלים
זינבערעגן
ארגעטינע
בוני עולם
RCCS
בן פראדל'ס בענאק יושע הערש זאגט אז די מערכה קאסט שוין פאר דעם שינד בלאט דער איד א וואך 7000 דאללער
וויל איך דא אויף פארדערן אין בעטן די וויליאמסבורגע קהליה מיטן גזבר הרב החסיד ר' שלום אליזער פרענקל
אין די זעלבע די בארא פארקע קהילה
מען זאל אראפ נעמען אלע כולל שומרי החומות פישקעס פין אינזערע בתי מדרשים.
איך פאדער אויף קהל צי נעמען שריט ווי אמשנעלסטן אין מבער זיין אלע פישקעס.
א חוץ אויב קהל וויל אליינס ציזאם נעמען די געלט פין די פישקעס אין איבער געבן פאר די כולל דירעקט אין ארץ ישראל
אן דעם וואס ס'זאל אדורך גיין די הענט פין דעם באנדיט שלמה מייער
עת לדבר....
נשלח ב-20/11/2009 01:42
ארגינעלער שרייבט:
למעשה האבן שוין גרויסע ארגענזעציעס אויף געהערט צי אדעווטייזן אין דער איד חובת ירושלים זינבערעגן ארגעטינע בוני עולם RCCS
זעט אויס ארגינעלער אז דו האסט נישט געליינט דעם איד פאריגע וואך און די ואך, ווייל דו וואלסט געזען אז "בוני עולם", rccs ,ד און ארגענטינע האבן ארווערטייזט אין דער איד
נשלח ב-20/11/2009 01:44
נעקסטע מאל פאר די באקסט א מעשה טשעק עס גוט נאך אויב עס שטימט מיטן מציאות, ווייל אזא פנים האט אויך דיין געבעקס אז עס האט געקאסט 7000 א וואך
בכלל צו אדווערטייזן פאר 7000 א וואך דארפן די 3 מוסדות אינאיינעם האבן אריינגעלייגט לכה"פ 10-12 עמודים ווייל זיי באקומען דאך פאר ביליגער
מיין מלמד פלעגט זאגן אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן שווייגט מען און מען פארדרייט נישט דעם שמועס.
נו, יעצט הייב נאכאמאל אן מיט די פילן...
נשלח ב-20/11/2009 02:00
למעשה איז די תקנה א דורכגעפאלענער, א חוץ אז כ'וועל זאגן אז מ'האט בעיקר געמיינט בלויז קרית יואל, וואס דארט האט זיך עס היבש אויסגעארבייט. (אחוץ ביהמ"ד אהל פיגא ווי שלמה מאיער דאווענט).
יעצט ביטע ענטפערן נארמאל: איז דא אין "איד" אדווערטייזמענט'ס פון בוני עולם, rccs אדער ניין?
נשלח ב-20/11/2009 02:02
פאריגע וואך איזגעווען א האלבע עמוד פון בוני עולם
די וואך אזי געווען א קאלירטע פלייער פון rccs אין אלע אידישע און אנגלא-אידישע צייטונגען
נשלח ב-20/11/2009 02:05
דוד איז פעשווארסעק רבי געווען אין קלויזנבעג ?
האט נידערמאן אויס געבעלט די יאפאנזער בחורים ?
גיי ווייטער אן מיט דיינע געבעקסן.
נשלח ב-20/11/2009 02:07
לאעליכם
א תקנה וואס איז געמאכט געווארן דורך א מענטש ווי דוד עקשטיין (וועלכער איז פארפיינטעט אפילו ביי די אהרונים) קען נישט האבן קיין הצלחה. עס איז געמאכט מיט כח און נישט מיט מח!
נשלח ב-20/11/2009 02:08
איך ווייס אז דו ביזט אן ארגינעלער אהרוני, וואס קאפעט ווי א מועד ווען ער זעט אז מען האט אים געכאפט ביים ליגענט
נשלח ב-20/11/2009 02:09
כ'בין מודה אז ס'האט אין וויליאמסבורג און אין ב.פ. נישט געהאט קיין הצלחה.
אין קרית יואל קען איך דיר נישט זאגן, ווייל אויב ס'איז ווי די זאגסט א בוני עולם האט געלייגט א עד אין דער איד, איז וואס גייען זיי טוהן ביי זייער יערליכער דינער אין קרית יואל???....
אלע זאלן, בנינים, און רוב צענטראלע בתי מדרשים באלאנגען צו די ארונים.
(כ'גלייב שווער אז זיי וועלן גיין אין איינע פון די בני יואל'ע זאלן, משוגע זענען זיי נישט).