בית פורומים כל העולם כולו

אברהם בער פיקסט צי דוד ראזנבערג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2009 19:23 לינק ישיר 
אברהם בער פיקסט צי דוד ראזנבערג

אברהם בער יאקאבוויטש וואס איז באקאנט מיט זיין רשעות האט זיך ארויף געזעצט אויף דוד ראזנבערג ובניו ב"ר יודל ז"ל
אין טיילט זיי אויס ציפקע צרות ווי ער קען אנגעהויבן מיט די קעפמעס.

אין יעצט ברענט ער אים די פיס אין די מצה בעקריי ער האט אריין געריקט סענדר גרינפעלד אז ער זאל פירן די פינאץ פין די בעקריי ווייל מען קען נישט טראסטן דוד'ן מער.

דוד מיט די קינדער טאנצן אין ברענען אין שעלטן צאם מהרז"ל מיט אברהם בער.

אברהם בערעלע טי רשעות מיט די זאליס וויפיל די קענסט.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 21:32:30




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/11/2009 19:27 לינק ישיר 

די מערכה וואס זיי האבען מיט ראזענבערגס איז שוין עטליכע יאר, ר' דוד פארציילט עס פאר יעדן, (דאס איז די טעמע א גאנצען טאג אין בעקעריי אויף בראדוועי)
די ס''ה: עס איז פשוט א טיפיקעל זאלי פייט: איך בין בעה''ב אין די נישט!

אויב מיינסטו אז די פייט איז נאר ביי ראזענבערגס מאכסטו א גרויסען טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2009 19:39 לינק ישיר 

טיפיקעל ארוני אשכול...  

ב''ה די שטערקסטע מצה בעקעריי אין די וועלט, מערסטע מהודר, א.א.וו.

די אריזאנא שפיל איז נישט געלונגען הא?   



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/11/2009 19:42 לינק ישיר 

זעליג שרייבט וואס ער חלומ'ט ביינאכט אין דמיון'ט בייטאג

איינס פין די עיקר סיבות אויף זייער דעפרעסיע איז טאקע דאס וואס זייערע דמיונות האבען אזא הצלחה ווי טאקע ביי די מצות אין ווייץ.

 זעליג KEEP IT UP




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2009 19:09 לינק ישיר 

דאס אז א יאקבאוויטש אדער א לעפקא, איז עוסק און  מעשי רציחה, דאס איז נישט קיין חידוש, נישט בחנם האט זיי דער ברך משה דערווייטערט פון קהלתינו הק' ביום ו' אלול תשל''ט,

 

 און זיצענדיג אונדרויסען און די לעכער און שאפראן, מאנדעוועדא, אד''ג, פארווייטאגט, און אנגעגעסן אויף סאטמאר, האבן זיי נאך פראבירט צו שעדיגען די אונטרעסען פון סאטמאר, וואו, און ווען, זיי האבן נאר געקענט,

 

ווען מען האט געקענט ווייטאן דען ברך משה זי''ע, זענען די לעפקעס מיט די יאקאוויטשליך געווען פון די עומדים בראש המערעכה, צו עס איז געווען ביי די דירות, בני יואל, סקול דיסדריקט, הגה''ק ר' משה ארי' זי''ע, איבערל האבן זיי פראבירט אריין צו שטעקען זייערע בליטיגע נעגל, און אנזייען חורבנות, אן קיין הצלחה, צו דער גרויס צער פון דער אבי אבות הוויטשעס, דער מנוח און וועלטס גנב וויגדור זאל ריען און גה......

 

אלזא, איז נישט קיין חידוש אז די דאזיגע וויטשעס פאר גיסען בליט פון ר' דוד,

 

די רויטער אברהם בער, איז נעבאך ביטערליך געדריקט, ער האט ליגען און די קאסע פון די זאלי קהל 2 מיליאן דאללאר, וואס ער האט אריין געשמיסען און די קאסע האפענדיג, אז דאס  וועט אויף בויען דעם באנקעטירטע זאלי קהל, ביז דער ווייל זעט זיך נישט קיין ישיעה אופן האריזאנט, נאר פארקערט,

 

אמאל ווען וועלט איז געווען וועלט, ווען ר' זלמניו איז נאך געזיצען מיט די זקינים און סיגוט, און געהאקט ווארטשען, ביי קרוינס רעסטעראנט, האט קהל געהאט אן הכנסה, פון זיצען, נו''נ, מקווה, בית החיים, דיוס, מצה בעקעריי, אד''ג

 

אבער זייט דער מן הארץ הגדול והנורא, האט פלאצירט זיין זיצער אויפן געגנב'עטער בענקעל, האבן זיך די אלע הכנסות, דראסטיש פארמינערט,

 

דער גאנצער עולם האט זיך אריבערגעצויגען צום נייען ביהמ''ד אויף הופער, און מען האט געמיזט פארפילען דאס פיסטקייט פונעם אלטען בית מדרש, מיט נייע פארשוינען, וואס האבן נישט געהאט קיין חשק איבער צו לאזען זייער בתי מדרשים וואו זיי האבען געדאווענט 25 מיט גרויס צופרידנהייט,

 

זיי זענען נאר געקימען נאך העפטיגע הפצרות און בקשות, פון די ראשי הזאליס, וואו נפתלי בלומענפעלד אד''ג, וואס האט זיי נעבאך געשוואנקען די זאלי מוחות, מיט עפעס א נקידה פון רבינזיכרוינעלברכה, אז ווער עס קימט אונעם אלטען ראדני שוהל הערן ר' זלמניו'ס שקל שלום תורות, איז מחזק דעם רבינזיכרונעלברכה, האט מען זיי געמיזט צו שטעלן זיצען, פאר זיי און פאר די בנים,

 

 און ווען שטערנבערגער אדער דאסקאהל, אדער דער מסור יודא לעזער יאקאבאוויטש, קימען צו זיי בעטען זיץ געלט, הייבן די נייע געקימענע  אויף זייער זאלי אויגען, מיט ווינדער און כעס באנאזאם, און נעמען זיך מאכען אזעלכע פאקסען,נישט גענוג איך קים נאך דא דאווענען, מיז איך נאך באצאהלען?????? , און די אויבענדערמאנטע הייבן אן צו לויפען עוד נשמתם בם,

 

אלזא פון זיצען מאכט מען נישט קיין געלט,

 

פון נו''נ מאן דכר שמיה, די גרעסטע נדבה וואס די נייע געקימענע גיבן איז, אז זיי קימען דאווען אונטער איין דאך, מיט איינעם פון די גרעסטע עמי המהרצים און דור,

 

מקווה, מאכען זיי לעצטענס אויך נישט קיין געלט, ווייל דער ערעסטע עולם, ניצט מער נישט זייער מקווה, צוליב דער אומצטרוי וואס דער גרויסער ראב''ד האט זיך ערוואבען פון כלל ישראל אונעם השגחה פעלד, און ווען עס איז נוגע קדושתן וטהרתן של ישראל, שפיעלט מען נישט קיין פאליטיק, און דער ערענסטער עולם ניצט ענדערש די מקווה פון פפא אד''ג,

 

א חוץ פון דעם האט זיי די מערכה וואס דער רויטער ווילדער אקס, אברהם בער, פירט אן מיט יודא אליעזר כץ, און קארט, געקאסט מער געלט, וואס די זאלי קהל האט נאר מרוויח געווען פון די מקווה און 3 יאר,

 

פונעם בית החיים איז דאך אפגערעד, עס איז ב''ה געלונגען, פאר קהל יטב לב, צוריק צו נעמען דעם בית החיים, אונטער קאנטראל, און די זאליבאנצעס האבן נעבאך געמיזט אפקויפען פאר שווערע מיליאנען א בעק יארד, וקרא שמו בישראל פאלאק'ס סעמעטערי, און טראץ די העפטיגע קאמפיין, פון זכור אשר עשה לך עמלק, מאכן זיך די זאליס נישט וויסענדיג און געבן נישט קיין איין גרייצער, פאר פאלאק'ס,

 

דער אברהם בער האלט ביי א מצב פון צו זאם בראך, בקרוב וועלן מיר האבן א נייער אשר מיילך,

 

האט ער מיט גרויס פארצוויפלונג אנגעהויבן פירען א מערכה מיט ר' דוד ראזענבערג פון די מצה בעקעריי, אפשר וועט מען קענען פון דארט שלעפען עפעס מזומנים, מען זאל קענען באצאהלן פאר די פרישטאגס אונעם אלטען ראדני שוהל, און פאר פארמעגליך, און אביסעל פארפילען די אויסגעטריקענטע קאסע, פון די זאלי קהל,

 

אבער דער ר' דוד איז א הארטע ניס, און עס זעט זיך נישט אויס אז דער ווילדער רויטער אברהם בער, זאל  קענען עפעס מאכען מיט אים,

 

פאר אונז בלייבט נאר איבער צו שטייען און דער זייט, און זיך האלטען ביי די זייטען, און דערמאנען פאר די זאליבאנצס, זייער באוויסטער ניגון:  לָמָּה זֶּה אַתֶּם עֹבְרִים אֶת-פִּי ה'  וְהִוא, לֹא תִצְלָח!!!

 

די ישיעה וועט נישט קימען אויב מען וועט פיינוגען ר' דוד ראזענבערג, און אים אוועק נעמען די פרנסה, די ישיעה וועט אפשר קימען, אז מען וועט ציריק געבן די גניבה,  און זיך שטעלן צו דין תורה, כהלכות גוברין יהודאין,  

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 21:33 לינק ישיר 

איך הער אז אברהם בער יאקאבוויטש איז זייער ברוגז אויף דוד'ס זין הערשי ראזנבערג
ער האלט אים פאר א ראציג קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:21 לינק ישיר 

אין דער איד וויינען די זאליס די וואך אז זייער נייער פאלאקס בית החיים קאסט זיי איבער 5 מיליאן דאלער!!!

כן ירבו.

איך מיין אז די מאגוס זאלן מיט וויינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אברהם בער פיקסט צי דוד ראזנבערג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext