די וואך שבת קומט פאר דער אויפריף בבית ת''צ ספינקא - סעליש (סעליש'ר רבי איז א זון פין אולם'ער רב פין בעיסוואטער אין א איידעם ביי ר' בעריש מ'ספינקא ז''ל, אין א נעפיו פין ספינקא רבי - זיין מחותן)
די חתונה וועט פארקומען אי''ה קומענדיגע וואך אין די ברכה סימא זאלען
נשלח ב-20/11/2009 20:04
פליז שרייב הפרדס, ברכה סימא ווייזט אז ס'באדערט דיר....
נשלח ב-20/11/2009 20:27
יא יא, גערעכט, ביטע שרייבן הפרדס, ווייל ווען דו שרייבסט ברכה סימה ווייזטו אז ס'באדערט דיך אז מהרז"ל הקאפּיקעט הגדול והנורא האט נאכגעמאכט ר' חיים יושע, וואס ר' חיים יושע האט נאכגעמאכט זיין שוואגער סאטמארער רבי שליט"א, וואס איז געווען דער רבי וועלכער האט איינגעפירט די גרויסע חתונה תקנות וואס ווערט יעצט נאכגעקאפּיט אין די גאנצע וועלט.
סאו ביטע רוף עס הפרדס זאל, און אז דו האסט איבעריג טינט אין דיין פעדער לייג צו אז מהרז"ל איז נישט קיין נארישער בעיבי און קאפיקעט וואס האט נישט קיין אייגענע איידיעס און מוז אלע איידיעס גנב'ענען פון זיין עלטערן ברודער אדער יונגערן שוואגער.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 21:33:58
נשלח ב-20/11/2009 20:30
שרייב נארמאל הפרדס זאל
זיי נישט קיין פערד.
נשלח ב-23/11/2009 00:19
זעליג אויב באקומסטו באצאלט פאר יעדע אשכול וואס די פארדרייסט די טעמע, דאן האלט איך אז ס'קומט דיר א רעיס, די טרייסט דיין בעסט.
אגב, כ'האב נישט געוויסט אז די נעמסט אזוי צום הארצען די נייע נאמען.
כ'האב נישט קיין פראבלעם צו רופן הפרדס, נאר די זאל ליגט מיר נאך אין מח אלס ברכה סימא
סיי וויאזוי, ווען איינער וועט זיך עקש'נן אין דאס רופן ברכה סימא, על עפו וחמתו פין די זאלי'ס, איז ער נאר מקיים דעם רצון רביה''ק בעל ב''מ וועלכע אזוי שטארק פארלאגנגט מ'זאל לאזען דעם נאמען ''ברכה סימא'' אפי' ווען ר' אהרן יוסל לאנדא האט איבערגעבויט די זאל פאר אסאך יארען ציריק לע''נ זיין ווייב, האט רביה''ק בעל ב''מ פארלאנגט מ'זאל לאזען דעם אלטען נאמען, הגם ס'האט געהאנגען א שטיינער'נע טעוועלע אין זאל ''אולם אהל חנה לאה''.
נשלח ב-23/11/2009 00:22
ציריק צו די טעמע: (כ'האף אז זעליג קען באשטיין)
ת''צ ספינקא רבי לאדענט סאטמערע רבי צו די חתונה ביי זיין באזוך בביתו נאווה קודש אין ק''י