בית פורומים כל העולם כולו

רדיפות ממשיך! מאמע, קרתא, יעצט תולדות אהרן...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2009 22:24 לינק ישיר 
רדיפות ממשיך! מאמע, קרתא, יעצט תולדות אהרן...

דער ראש עריית ירושלים האט יעצט ארויסגעגעבן א באפעל אז די נייע בנין פון תולדות אהרן אין וועלכע עס ליגן שוין איבער 15 מיליון דאלער דארף תיכף ומיד פארשפארט ווערן און אלע טירן און פענסטרער'ס פארשטאפט מיט סעמענט!

די אפיציעלע תירוץ איז ..."די בנין אין געבויעט מיט לויט אלע פארשריפטן"... איי ווי איז די עריי' געווען ביז היינט?

ירושלים גייט פארן אויפ רעדער, אויב האט מען געמיינט אז ביז יעצט איז געווען לעבעדיג, ווארט אויף וואס ס'גייט קומען.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:34 לינק ישיר 

דאס הייסט א "צו איטום" מען טאר נישט אריינגיין אינם בנין פאר קיין שום סיבה. דערנאך קומט א "צו הריסה" די רגע עס איז דא א "צו הריסה" גייט די בנין אראפ מיטן גוטן ווילן אדער מיט מכות...

שטעלט אייך פאר וואס וועט פאסירן ווען טרעקטאר'ס פון די שטאט ראט און ירושלים ווען זיך אנהייבן דערנענטערן צום ביהמ"ד... השם ישמרינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:42 לינק ישיר 

מיין טעות, איינער האט מיר פאראכטן אין אישי.

"צו איטום" מיינט אז דער בעל הבית דארף דעם בנין אראפווארפן, אויב דער בעל הבית פייפט זיך אן דאן קומט א "צו הריסה" און די שטאט ווארפט דאס אליינס איין.

לויט די שטאט ראט דארף דער בנין תיכף ומיד ווערן איינגעווארפן, עסקנים פון תולדות אהרן לייגן יעצט אריין גרויסע כוחות אז די שטאט ראט זאל מבטל זיין די גזירה.

די שטאט ראט גיבט איבער אז זיי האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון תולדות אהרן נישט וועלענדיג האבן קיין מלחמות מיט זיי אבער א געוויסע "ארגאניזאציע" האט אריינגעגעבן א מסירה! איך מיין אז דער עולם קען זייער שנעל געס"ן ווער די מוסרים זענען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:53 לינק ישיר 

יעצט וועלן דע בני יואלע חברה שוין האבן ווער סזאל מיט וויינען מיט זיי וועגען איינע פין זייערע בתי מדרשים זענען אויך נישט ליגעל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:17 לינק ישיר 

דערווייל פייפט תולדות אהרן אויף די שטאט ראט, נעכטן נאכט איז פארגעקומען א גרויסע בר מצוה פאר א אייניקל פון רבין אינם גרויסן ביהמ"ד. די שטאט האט זיך דערווייל נישט וויסענדיג געמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רדיפות ממשיך! מאמע, קרתא, יעצט תולדות אהרן...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext