בית פורומים כל העולם כולו

רבני בני יואל שיקן "התראת בית דין" פאר קהל יטב לב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2009 18:42 לינק ישיר 
רבני בני יואל שיקן "התראת בית דין" פאר קהל יטב לב



 



תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 23/11/2009 18:56:52

 



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 23/11/2009 21:44:25




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 19:07 לינק ישיר 

איך האלט אז יעצט זאל מהר"א 'ס זייט אויך ארויס לייגן זייערע דיינים אפשר וועט פין היינט אין ווייטער יעדער וואס האט טענות אקעגן דעם צווייטען מיזען האבן בכתב א היתר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:08 לינק ישיר 

פארוואס האט נישט ר' געציל, אדער ר' שלמה זאבעל, ר' יוסף הערש סופר, אונטערגעשריבען דעם דאזיגען צעטיל????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:12 לינק ישיר 

אז וואס אז ר' דוד זאל ארויס נעמען זיין קלאגע? זענען נישט דע דיינים וואס די שרייבסט פין מהר"א'ס זייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:14 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
פארוואס האט נישט ר' געציל, אדער ר' שלמה זאבעל, ר' יוסף הערש סופר, אונטערגעשריבען דעם דאזיגען צעטיל????


ווייל זיי זענען פעירא"ל דיינים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:19 לינק ישיר 

אה??? און די 3 אונטערגעשריבענע האבן עפעס א שייכות מיט די בני יואל???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:23 לינק ישיר 

לויט ווי איך ווייס זענען קיינער נישט איינגעשטעלט ביי קהל בית יואל

ביי דע ווע, ווי קימט דא אריין דע בני יואל'ע ?מ'ריפט זיי נישט אין קארט אין זיי זענען נישט די קלעגערס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:34 לינק ישיר 

זייט ווען זענען רבי יואליש רבי מאיר יודא און רבי משה בער דיינים?
האבן זיי דען א בית דין? ווען איז דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן געהאט
א דין תורה?, האט מען טאקע נישט געטראפן קיין נארמאלע בית דין?
זעהט אויס אז א נארמאלע בית דין האלט אז ר' דוד עקשטיין איז יא
גערעכט דעריבער האבן זיי געדארפט קרוינען נייע דיינים.


תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/11/2009 19:35:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:39 לינק ישיר 

דא איז די בריוו פון קהל יטב לב צו די מוסרים ומלשינים, ווי קהל שרייבט אז זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה ביי בי"ד זבל"א, און די מוסרים זאלן מעלדן פאר קהל ווער זיי ער בורר איז.

זעהט אויס אז די 3 ליצים האבן נישט געזהען די בריוו.

גראדע נאך אזאך איז אינטערסאנט צו ווייסן ווי געפינט זיך די טשאטה ישיבה, אז ער שרייבט זיך ר"מ טשאטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 19:50 לינק ישיר 

אפאר נקודות איבער די ליצנות.

1) ווי אזוי מעגן זיי אויספרעגן עדים אן שתי צדדים?

2) זיי פסק'נען דא אז ר' דוד עקשטיין איז א מסור, און זיי ווארנען אים אז טאמער ער פאלגט נישט וועט מען פסקנען אז ער איז א מסור...

3) זיי שרייבן אז קודם דארף מען מבטל זיין די תביעות קעגן די בני יואל, אויף דעם קען מען זיך אפילו נישט טענהן... דא איז א חוק וואס זיי הייסן...

4) זיי שרייבן אז מען מיז שיקן אן הזמנה פון א בי"ד כשר, וואס מיינט ביי זיי כשר, זענען די 3 ליצים א בי"ד כשר כאטשיג זיי זענען נישט קיין בי"ד?

5) בי"ד כשר מיינט פארשטייט זיך נאר יצחק מאנדל, אלטר משה, לאנדאסמאן, ווייל זיי זענען אין די שיטה, אבער אלע אנדערע זענען ציונים...

6) אבער אפען בעלות פון ביהמ"ד דאס בלא אויף דעם וועט מען צו קיין דין תורה נישט גיין ח"ו, ווייל די בני יואל האבן קיינמאל נישט געוואלט גיין ממילא טאר מען ווייטער נישט גיין...

7) און וואס איז מיט אין נזקקין אויף די בני יואל וואס האבן געריפען קהל צו דין תורה איבער די דאך וכו', דארטן איז אין נזקקין געשטארבען...

8) פארוואס איז לפנים משורת הדין פאר די בני יואל צו גיין צו דין תורה, האבן זיי אן אדערע שלחן ערוך?

טא אויף וואס מעג מען יא דן זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 21:31 לינק ישיר 

אוי, נאר נישט דאס. מען זאל נאר נישט אויסרופן אין אלע בני יואל בונקערס איבער די גאנצע וועלט אז דוד עקשטיין איז א מסור, ווייל איך טראג עס נישט איבער...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 21:40 לינק ישיר 

כל תלמיד חכם שאין בו דעת נבילה סרוחה טובה הימנו...

דאס איז געזאגט געווארן אויף די "תלמידי חכמים" וואס שרייבן אונטער אויף דעם צעטל.

עס איז אינטערסאנט ווי ר' יואליש און ר' מאיר יודל האבן למען השם געמוזט צושרייבן נאך א שורה (אפילו ווען ס'איז נישטא נאך א ליין פאר דעם) כדי אז קיינער זאל ח"ו נישט מיינען אז זיי זענען סתם אזוי מוצ"לעך, נאר יעדער זאל וויסן קלאר און דייטליך אז ער איז דער פירער פון די מעכטיגע שארמאשער אימפעריע און ער איז דער בארימטער ראש ישיבה פון די וועלט בארימטע טשאטער ישיבה.

ערליכע אידן זאגן אז ווילנער גאון איז געווען קעגן חסידים ווייל ער האט געהאט הייליגע אויגן און געזען ווער עס וועט זיך פאררופן חסידישע רבי פאר משיח וועט קומען...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 21:42 לינק ישיר 

אגב, וואס דארף איך טראכטן ווען איך זע וויאזוי דריי "רבנים" זאגן מיר אז קהל איז גאר געווען דער וואס האט גערופן די קרעציגע אין קאורט, ווען יעדער וואס קען ליינען ענגליש ווייסט זייער גוט אז אויף יעדן קאורט פעיפער שרייט ארויסגעשריבן גראב קאנג. אלטע פייגע ווערסוס קאנגרעגעישאן יטב לב?

1. אז די דריי האלטן עולם גולם פאר אזעלכע פערדן אז מען קען זיי אלעס איינרעדן.

2. אז די דריי זענען אזעלכע פערדן אז מען קען זיי אלעס איינרעדן.

וואס האלט דער עולם? וועלכע פון די צוויי איז אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 08:17 לינק ישיר 

הא הא הא,

איך האלט אז אבאמא זאל בעטן דעם בית דין דנן ארויסצוגעבן א התראת בית דין פאר ביבי אז ער טאר נישט בויען נאך הייזער אין די שטחים, און דער ארויסגעשטויסענער פירער פון האנדורעס זאל בעטן א התראת בית דין פון דעם בית דין דנן אז די פוטש פירער מוזן אים שוין צוריקגעבן זיין פרעזידענט בענקל און מדינת ישראל זאל בעטן פון דעם בית דין דנן א התראת בית דין אז כאמאס מוז שוין באפרייען יגאל שליט, און די רעפובליקאנער זאלן בעטן פון דעם בית דין דנן א התראת בית דין אז אבאמא זאל שוין סטאפן זיין העלט קעיר ביל,

אז מען זיצט אין א בונקער און מען האט אזויפיל פאוער צו קענען געבן אזעלכע מעכטיגע התראת בית דינ'ס זאל מען עס שוין אויסנוצן פאר וויכטיגערע צוועקן ווי פאר איין נארישן צימער'ל אין מאנרא.

את יושב בבונקער ומצודתך פרוסה בכל העולם.

אפילו דער פורים בית דין פון די זאליס האט שוין מער פאוער ווי די דריי בונקער רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/11/2009 10:18 לינק ישיר 

בראווא !

דאס איז א נייער מהלך אינעם ענין פון מלחמות ירושה און סכסוכים. מען עפנט א בי"ד, און 3 שובבי"ם זאגער'ס און הקפות טאנצער'ס ווערן איבער נאכט דיינים און רבנים, און: יקב הדין את ההר.

דאס האבן זיי געטון אין וויליאמסבורג, ווען זיי זענען געשטאנען אביסל שמאל, און דאס טוען זיי יעצט אין מאנרא, און די וועלט וועט דאס אננעמען מיט'ן ריכטיגן בליק, און אפשר אויך מיט מיטלייד און רחמנות. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2009 12:44 לינק ישיר 

אפשר איז נאך דא פלאץ אין ''שערי חמלה'' פאר די דריי ליצים ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבני בני יואל שיקן "התראת בית דין" פאר קהל יטב לב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext