אנאליז איבער רביצין שול
אויפן זאלוני פורום האב איך געשריבן א לענגערע אנאליז איבער די שערוריא און איך וויל ענק געבן די געלעגנהייט צו רעאגירן
1. תשס"ד האט קהל אפגעהאקט ענקער וואסער.
2. ענק האבן געהאט 2 ברירות אדער גיין צו די"ת אדער קארט
3. האט עטס געטענה'ט, אז די"ת איז אויסגעשלאסן צוליב אין נזקקין, מסכים, געזונטערהייט גיי און קארט.
4. נו אז דער תובע וויל דוקא קארט מוז מען דאך מיטגיין אין קארט.
5. אז מ'גייט אין קארט קומט עס מיט ריסקס, ס'קומט מיט מעגליכע קאנטער תביעות פונעם נתבע, אזוי אז ביידע צדדים זאלן ריזיקירן מיטן קארט. דאס איז א פשוט'ער יושר. איך דענק נישט אז איינער זאל דעמאלטס האבן געהאט טענות, פארן אריינגעבן די קאנטער תביעות, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז פעיר-געים.
6. איינע פון די קאנטער תביעות איז געווען אז דער ביהמ"ד איז אומלעגאל,
7. די סיבה פארוואס קהל האט אריינגעגעבן די קלאגע איז נאר אך ורק אז ענק זאלן אויך ריזיקרן מיט די קארט, ווי געשמועסט.
8. בית יואל האט מיט דעם ריזיקירט זייער גאנצער בעלות אויפן הויז ווייל אויב זייער ביהמ"ד איז אומלעגאל קען זיי קהל אנהאלטן ביים קארג זאלן קומען פארהאנדלען.
9. יעדער האט פארשטאנען אז ווער אימער ס'געווינט גייט דער געווינער אינפארסירן דער געווינס. דאס מיינט אז ביידע האבן דא גענומען ריסקס, קהל אומווילנדיג אין די רביצין ווילנדיג.
10. דער קלאגע אז דער שול איז אומלעגאל איז געווען פון די ארגינעלע קאנטער קלאגעס נאך בשנת תשס"ד, נישט יעצט נאכן אפעלאט תש"ע, דאס איז געווען איינע פון די זאכן וואס דער קארט האט דן געווען דורכאויס דער גאנצער קארט פראצעדור, און יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז א ריסק וואס די רביצין מענטשן נעמען דא.
11. דער פסק קומט ארויס פון אפעלאט, און זיי געבן נאך דעם קאנטער קלעים, אז דער שול איז אומלעגאל. דער אפעלאט שרייבט "אז דער פארבאטונג פון דעם אראנדש קאונטי קארט צו אפען האלטן דעם הויז פאר א שול זאל בלייבן בתוקפו"
12. דאס מיינט עטס האטס דערלייגט דעם איינשטעלונג. און קהל האט דא געהאט אלע רעכטן צו איינקעשן דעם געווינס. און ענק אנהאלטן ביים גענאק מיט דעם.
13. וואס טוט א נארמאלער מענטשן אין אזא מצב, מ'שלעפט יענעם אין געריכט 6 יאר, מאכט שאדן אומגעהויערע לעגאלע קאסטן, און נאכדעם דערלייגט מען? האט מען כאטש אביסל דיסענסי צו אפפערן א פארגוטיגונג, אפפערן אז מ'זעמיר גרייט צו פארהאנדלן, מ'זאגט כאטש איים סארי, עפעס.
14. דערווייל גארנישט, מ'נעמט זיך פייערן נצחון, אז מ'האט 15 יאר צוריק געווינען די הויז, מ'מאכט זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג, אלעס גייט אן כאילו לא הי'.
15. אומפארשעמטע חוצפה במלא מובן המלא!
16. אויף דעם זאגט קהל, דו האסט מיך געשלעפט אין געריכט, דו האסט איינגעלייגט דיין ריסק, אזוי לאנג איר טוט נישט דו מינדעסטע מענטשליכקייט פון עכ"פ אפפערן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי א נארמאלער מענטש, נאכן פארלירן, וועט זיין קאנצעקווענצן פאר ענקערע אייגענע מעשים, און מ'האקט אפ די לעקטער אין וואסער.
17. קהל זאגט קלאר אז טראץ וואס זיי האבן די געווינס, טראץ וואס זיי האבן אלע רעכטן צו איינקעשן די געווינס, זענען זיי ווייטער גרייט זיך אראפזעצן פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן.
18. ווי זאגט די גמרא אכל שום וריחו נודף יאכל שום, זיי האבן שוין דערלייגט דער קארט זיי ליידן די קאנצווענצן, גארנישט, האבן זיי ווייטער די העזה צו נישט מער אין נישט ווייניגער וואו נאכאמאל שלעפן אין קארט אז מ'זאל זיי שוין צוריקגעבן די סוער.
19. זיי האבן ווייטער דערלייגט, זעלבסטפארשטענדליך קומט ווייטער קאנצקווענצן, און זייער נארמאל צו אריינגעבן א קאנטעמפט אוו קארט קלאגע.
 |
|
|