טעראר: זאליס מערכה קעגן הרב זילבערבערג
איצט איז געקומען די רייע אויף הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס קומט די וואך שבת פראווענען אויף ווילי.
די זאליס לייגן איין וועלטן אז ר' צבי מאיר זאל אונטער שרייבן א בריוו קעגן די עירוב אין ווילי, שמעון ווייזער פון UJO איז די גרעסטע אנפירער פון די טעראר מערכה, ער פרובירט מיט גוטן און מיטן בייזן, די נאכט האט ער געמאכט פאני קאלס א גאנצע נאכט צו ר' צבי מאיר אין שטוב מיט אלע מאוסע לאזונגען ווי מחללי' מות יומת, מחלל שבת, אויך יוסעלע פליט פון דבר יום ביומו האט געקאלט א גאנצע נאכט.
ווייזער האט געזאגט פאר ר' צבי מאיר אז יעדער רב וואס קומט אויף ווילי מיז אונטער שרייבען קעגן דעם עירוב, אז נישט מיינט דאס אז ער שטיצט די עירוב, און ער שטיצט מחללי שבתים.
איצט גרייט צו ווייזער מיט יוסעלע פליט א מערכה כבידה קעגן ר' צבי מאיר, די ווילי גאסן וועלן באקלעבט ווערן, און אך און וויי וועט זיין מיט די סיין פאר ר' צבי מאיר הויז.
|
|