איזראעלישע ליידיגייערס! קודם הדסה, דאן קרטא, דאן אינטל, און יעצט חוזר חלילה מען הייבט אן פון פריש? לאמיר צונעמען יעדעס איינס באזינדער. הדסה: ליידער איז אויך פארהאן משוגעים אין די היימישע ציבור, אין אזא גרויסע ציבור פון אלע היימישע אידן צונאזאם, מעג זיין איינס אדער צוויי משוגעים, און עס ווייסט גארנישט אויף די היימישע ציבור בכלליות. ליידער איז די מאמע גערירט אביסל ביים זינען, עס איז דא אסאך באווייז אויף דעם. די שפיטאל האט אויך געטוהן מעשים אשר לא יעשו, אזוי ווי יעדעס שפיטאל אין די גאנצע וועלט. די אמת ליגט ערגעץ ווי צווישן די מאמע'ס זייט, און די שפיטאל'ס זייט. פון דא ביז פארברענען גארביטשעס, לעקטער'ס וכו' וכו' (וואס נאר די היימישע ציבור ליידט פון דעם, פארוואס טוט מען עס איז גאולה? טוט עס ביי די פרייע, פארוואס זאל די היימישע עולם נישט האבן קיין לעקטער'ס און גארביטשעס?). און זיך אויפפירן ווי כאלעריעס, איז נאך דא א ווייטע מהלך. קרטא: הגה"צ רבי מאיר בראנדורפער זצ"ל האט אמאל געזאגט, ווען עס איז געקומען א מערכה איבער אונז, למשל אז מיר זאלן נישט דארפן מאכן גיוס בנות, מ'זאל נישט מחלל שבת זיין און אינזער געגענט וכו' וכו' און אויף קברי אבות, דאן האבן מיר מצליח געווען. אבער ווען עס איז געקומען א מערכה אז די פרייער זאל היטן די מצוות, דאן האט עס קיינמאל נישט אויפגעטוהן!!! איך האב געהערט א אטינטערוואו פון הרב פאפענהיים אויף די איזראעלישע ראדיא (קול ישראל, ארי' גולן) ווען די עירי' האט גע'עפענט די ערשטע פארקינג לאט, וואו ער איז מסביר אז היתכן די עירי' שטעלט צו א פארקינג לאט פאר די מחללי שבתות (וואס בדרך אגב, אנדעם וועלן זיי אסאך מער פארן צו זוכען פארקינג), האט אים די ריפארטער געפרעגט: דיין גאנצע פראבלעם איז נאר די עירי'? און אויב א פריוואטע מענטש וועט דאס עפענען וועסטו אזוי איבערקערן די גאסן? האט ער גע'ענטפערט: עס וועט מיר וויי טוהן, מיר וועלן באקירן די קאמפאני, אבער נישט איבערדרייען, און נישט מאכן קיין הפגנות!!. שפעטער וואס די עירי' האט זיך געבראכן (אדאנק די ערשטע הפגנות, וואס האט געוואלדיג אויפגעטוהן). און א פריוואטע מענטש האט דאס גע'עפענט, דרייט מען ווייטער איבער די גאנצע שטאט, וואס איז יעצט? פארוואס ווען די פאריגע ראש העיר (לופליאנסקי) האט גע'עפענט א פארקינג לאט איז עס אדורך געגאנגן שטיל, און יעצט פלוצלינג פפפווווווייייי, גיייווווווואאאאאאללללללדדדד? אינטל: עס איז א אמעריקאנע קאמפעני, וואס גוים מאכן דערויף געלט, עס איז שוין אפען (לויט וויפיל איך געדענק, עס קען נאך זיין מער) 14 יאר שבת, און קיינער האט עס נישט געבאדערט, וואס איז יעצט געשעהן? נאר וואס דען ליגט דא אינטער דעם? פאר ווער עס ווייסט, איז מאיר פורש געלאפן פאר מעיאר, און ער האט פארלוירן נאר אדאנק די גערע, פון דאן כדי צו באשמיצן דעם גערער און זאגן גיבטס א קוק וועמען ענק האבן ערוועלט אשטאטס מיר, דרייט ער איבער די שטאט, קערט איבער אלע גאסן. קוקט'ס אנשטאט'ס מיר, א היימישע מענטש מיט א לאנגע ווייסע בארד האט עטץ ערוועלט א פרייע אנטי-היימישע. און די פאליטישע שפיל געלונגט אים אייזן. והא ראי' זיין צייטונג (המבשר) דעקט יעדע קליינע הפגנה מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות. און די גערע צייטונג (המודיע) פארוואסערט עס, אדער האקט אנטקעגן דעם. און די עיקר, חברה! גייטס ארבעטן, ווועט עטץ שעהן אזאלעס ווערט פלולינג מסודר
 |
|
|