בית פורומים כל העולם כולו

סאיז שווער צי פארשטיין המספיק'ס חשבון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/11/2009 18:16 לינק ישיר 
סאיז שווער צי פארשטיין המספיק'ס חשבון

איך האב דע לעצטע וואך געליינט אביסל דע אויסגאבע פין המספיק אין סאיז מיר שווער געוארן אפאר קשיות האב איך געטראכט איך וועל מיך אדארך שמיסען מיט מיינע גיטע פריינט דא אויף הייד פארק.

ווי יעדער ווייסט איז המספיק א ארגענאזאציע וואס געט הילף פאר דע וואס מיזן ציקימען ליידער ציקימען דערצו שטעל זיך א קשיא איז עס נאר המספיק וואס קען עס צישטעלן ?
 דער ענפער ניין סאיז דא אפאר ביי די היימישער עולם וואס קען אלעס וואס המספיק קען ווי למשל דא אין מאנסי איז הויפט קווארטירט ידי חסד פין ביקור חולים ד'ראקלאנד קאנטי וואס שטעלט צי איבעראל אין אלע אידישע געגנטער די הילף אין אזוי ווייטער רעים אין מעלה אין נאך אפאר וואס איך ווייס נישט פיקטלעך זייערע נעמען. 

 שטעלט זיך א קשיא איז עס בחינם אזוי ווי אלע אנדערע צדקה צוועקן ?
דער ענפער ניין זיי מאכן אלע געלט פין די רעגרונג ווי אזוי ארבייט עס (לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג) אז זיי באקימען געלט פאר יעדע מענטש וואס זיי העלפן אביסלע מער ווי דע הילף קאסט מיט אפאר פארצענט אין פין דעם באצאלט מען אסאך אויסגאבן (קימט אויס איין זאך בקוציר אז אלע זייערע הוצאות ווערט באצאלט אדארעך דער וואס דארף אנקימען צי זייער הילף דעס איז איינס). 

 יעצט איז שווער אביסעל פארוואס איז המספיק אזוי גרויס (עכ"פ פאר אינז וואס לייענען זייער פראפאגאנדע יעדע חודש ווייסן אזוי אויב סאיז טאקע אזוי דעס לאז איך פאר אנדערע צי באשליסן)?

ווייל זיי האבן פשוט די בעסטע פאבליק רילעשן'ס קאמפיין אז יעדער מיינט ווען ער ליינט אין די אויסגבע פין המספיק אז זיי זענען געווארן באשטעטיקט פאר עפעס א פראגראם מיינט יעדער אז נאר זיי אין דע אנדערע ווי ידי חסד- רעים- מעלה- אהבה- אין אזוי וויטער קענען נישט צישטעלן די אלע פראגראמען וואס באמת לויט מיינע אינפארמעשן די לעצטע טעג איז עס בכלל נישט אזוי יעדער קען אלעס.

יעצט וואס איז מיין ציל מיט דע הקדמה?

זייער פשוט ווי אזוי האט המספיק פאבליק רילעשאן'ס קאמפיין פארזען אין זיי האבן געמאכט אין די גאזעט פין דע חודש א גאנצע באשרייבינג פין זייער חנוכת הבית אין קרית יואל פין עפעס א בילדינג אין זיי שטעלן זיך אזוי שטארק מיט די צד פין מהר"א אין לייגן אסאך בילדער פין מהר"א מיט זיין דרשה אין אזוי ווייטער ווייסן זיי דען נישט אז זיי האבן אסאך קאנסאמערס וואס געהערן צי אנדערע פארטייען ווי למשל מהרז"ל אדער גאר בני יואל'ע מענטשען ווי אזוי האבן זיי זיך פארעכענט אין געווארן א אפציעלע פאן טרעגער פאר איין צד ווען יעדער פין זיינע קאנסאמער'ס קענען יעדע מינוט אוועק גיין פין המספיק אין גיין צי איינע פין די אנדערע ווי למשל : ידי חסד - מעלה- רעים- אהבה- אין ווייטער באקימען אלעס וואס זיי האבן געהאט ביי המספיק זענען זיי דען נישט אז אלע פארטיין זיינען זייער שטארק פאר זייער פארטיי אין וועלן נישט אראפשלינגן אזא זאך ווי מזאל ניצן זייער געלט פאר זייער שונא'ס פראפגענדע ?


נאכאמאל איך רעד נישט אויף המספיק ח"ו יעדער ווייסט ווי געטריי זיי זענען אין פילטער דא נאר אויס מיינע קשיות איינער וואס וויל ענפערן אין מסביר זיין זייער צד ווערט געבעטן צי שרייבן דא

"דער עולם ווערט געבעטן זיך ציהאלטן צים ענין איך מיין אז יעדער וועט אי"ה הנאה האבן"

 



תוקן על ידי nys10952 ב- 29/11/2009 18:38:09




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 18:29 לינק ישיר 

איינער האט מיר געשיקט אין אישי דע לינק צי די גאזעט פין דע חודש. ישר כח

http://www.hamaspik.org/ArticleFiles/66Yiddish.pdf?path=10303010



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 19:23 לינק ישיר 

די סיבה איז זייער א פשוט'ע. די אהרונים זענען רוב פון סאטמאר און אויב רעגט מען זיי אויף קען מען סאך מער שאדן האבן ווי אז מען רעגט אויף אפאר בני יואלישלעך און זאלונישלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2009 19:30 לינק ישיר 

איינער האט מיר אריינגעשיקט אין תיבה אישית א גערעכטע טענה: אמת טאקע אז די אהרונים זענען רוב סאטמאר אבער מען דארף קוקן ווער ס'האט רוב מענטעל קעיסעס.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2009 19:35 לינק ישיר 

איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן לפי קוצר ידיעתי (הגם איך האלט בשיטה אז דו האסט דא עפעס א באהאלטענע אגענדע-איך האב רעכט צו האלטן, אמת?)

נומער 1, קלאר אז המספיק איז היינט פון די גרעסטע – אויב נישט די גרעסטע – אין דעם פעלד פארן חרד'ישן ציבור, די סיבות זענען עטליכע, ערשטענס ווייל (דוכט זיך) זיי זענען פון די עלטסטע, און נומער 2 זייער אנפירער איז א מענטש וואס איז א האסלער און א ארבעטער, און ער האט נישט מורא אז אלע בני יואל'ס און זאליס וועלן אוועקגיין פון אים, ווייל ער האט (ליידער) גענוג און נאך, מען קומט פון איבעראל, און נישט יעדעם'ס ערשטע פיאריטי איז צו קוקן פון וועם ער האלט, מען קוקט קודם וואסערע סערוויס מען געט.

נומער 2, איז זייער פשוט, המספיק איז נישט מער ווי א תולדה פונעם הייליגן מוסד שערי חמלה (אפס, איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אינעם פאליטיק) וואס ווי באוואוסט איז דער היילגער מוסד שערי חמלה נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובנו רבינו שליט"א, און זיי האבן אסאך בלוט זיך געלאזט נעמען לטובת די קראנקע קינדער, איז נישט מער ווי רעכט (דאס איז לכאורה וואס ר' מאיר האלט פאר זיך, איך האב אים נישט געפרעגט) אז ער רופט רבינו שליט"א.

נומער 3 והוא העיקר, פונקט ווי ווען א וויזניצער אדער פאפער יונגערמאן וועט שטיין בראש פון אזא מוסד, וועט ער כסדר – ווען ער דארף האבן א רבני'שע פונקציע – רופן זיין רבין, און ס'וועט אים ווייניג אנגיין וואס די חסידי וויזניץ בני ברק אדער פאפא ב"פ וכו' וכו' זאגן, דאס זעלבע איז דא אויך, און צוריק מעין הפתיחה, ער האט שבת צו מאכן אן די בני יואל קינדער אויך, און ווי געזאגט נישט יעדעם'ס ערשטע פיאריטי איז צו קוקן פון וועם ער האלט, מען קוקט קודם וואסערע סערוויס מען געט.



תוקן על ידי וואלןסח ב- 29/11/2009 20:11:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 19:53 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן לפי קוצר ידיעתי (הגם איך האלט בשיטה אז דו האסט דא עפעס א באהאלטענע אגענדע-איך האב רעכט צו האלטן, אמת?)



ניין אויסדריקלעך נישט איך האב נאר געזען אז סאיז שטיל דא האב איך אויסגעליפטערט מיינע מחשבות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 19:58 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:

נומער 1, קלאר אז המספיק איז היינט פון די גרעסטע – אויב נישט די גרעסטע – אין דעם פעלד פארן חרד'ישן ציבור, די סיבות זענען עטליכע, ערשטענס ווייל (דוכט זיך) זיי זענען פון די עלטסטע, און נומער 2 זייער אנפירער איז א מענטש וואס איז א האסלער און א ארבעטער, און ער האט נישט מורא אז אלע בני יואל'ס און זאליס וועלן אוועקגיין פון אים, ווייל ער האט (ליידער) גענוג און נאך.

נומער 2, איז זייער פשוט, המספיק איז נישט מער ווי א תולדה פונעם הייליגן מוסד שערי חמלה (אפס, איך נעם בכלל נישט קיין שטעלונג אינעם פאליטיק) וואס ווי באוואוסט איז דער היילגער מוסד שערי חמלה נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ובנו רבינו שליט"א, און זיי האבן אסאך בלוט זיך געלאזט נעמען לטובת די קראנקע קינדער, איז נישט מער ווי רעכט (דאס איז לכאורה וואס ר' מאיר האלט פאר זיך, איך האב אים נישט געפרעגט) אז ער רופט רבינו שליט"א.

נומער 3 והוא העיקר, פונקט ווי ווען א וויזניצער אדער פאפער יונגערמאן וועט שטיין בראש פון אזא מוסד, וועט ער כסדר – ווען ער דארף האבן א רבני'שע פונקציע – רופן זיין רבין, און ס'וועט אים ווייניג אנגיין וואס די חסידי וויזניץ בני ברק אדער פאפא ב"פ וכו' וכו' זאגן, דאס זעלבע איז דא אויך, און צוריק מעין הפתיחה, ער האט שבת צו מאכן אן די בני יואל קינדער אויך



איך בין נישט אזוי באקאנט אין מאנרא ווייס איך נישט אויב איז עס ווי די שרייבסט קען זיין איז ער גערעכט

איך האב בכלל נישט געזאגט אז ער זאל נישט ריפן איך האב נאר גערעדט פין מאכן אזא טראסק מיט אזויפיל בילדער ער האט עס נאכקיינמאל נישט געטיען ער פלעגט אריין לייגן איין בילד אדער צוויי האב איך געטראכט ער טיט עס וועגן דעם נישט אויפצירעגן דע אנדערע צד האב איך נישט פארשטאנען וואס איז יעצט געשען איך זע דאך דא אויף הייד פארק גייט עס מיט אזא פארביסענקייט (ליידער) האב איך סתם געפרעגט אבער יעצט מיט דיין ענפער איז ער גערעכט אין מיינע אויגן

תוקן על ידי nys10952 ב- 29/11/2009 19:58:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 20:01 לינק ישיר 

ארגינעלער כתב:
איינער האט מיר אריינגעשיקט אין תיבה אישית א גערעכטע טענה: אמת טאקע אז די אהרונים זענען רוב סאטמאר אבער מען דארף קוקן ווער ס'האט רוב מענטעל קעיסעס.


וואלןס"ח קריגט מיט דיר ער שרייבט נישט אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 21:46 לינק ישיר 

איך זע יעצט אז דע בני יואל'ע האבן זיך שוין ארויף געכאפט אויף דעם אין חומת הדת פין דע וואך שרייבן זיי דערוועגן פארוואס האט עס אויסגעפעלט פאר אזא נאבעלע ארגענזאציע

http://www.chomashadas.com/LinkClick.aspx?fileticket=nTZmhtfgPVQ%3d&tabid=39&mid=375



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 23:04 לינק ישיר 

מיר פילען אייער ווייטאג.

סיי וויאזוי, המספיק גאזעט וועט קיינמאל נישט שרייבען 'קעגן' סיי וועלכע חסידות/פארטיי/קהילה, אפי' נישט קעגן די זאלי'ס.
נו! נארמאל טוט נישט 'וויי' פאר א באבוווער ווען איינער רומט אויס דעם סקווערע רבי, כו', אבער אז די זאלי'ס האבען אזא סינדארם, אז זיי קרענקט אזוי שטארק ווען איינער שרייבט פאזעטיוו אויף זייער בלוט פיינט, דארפען זיי זיך לאזען באהאנדעלן פאר דעם. (המספיק האט גראדע נישט קיין הילף פאר דעם)
אין אויב איינער וועט אפמאכען ווי צו לייגען א קינד אין אזא מצב לויט 'לויט די פאליטישע גיסטע' איז ער א פשוט'ע.......!

צום ענין: המספיק איז ווי באקאנט פאר א יחיד במינו, די געטיישאפט, די סיסטעם, אין אויסגעהאלטענקייט, איז אנביטעבל (כ'זאג נישט אז אנדערע זענען שלעכט, רוב פין זיי קענען אבער נישט מיטן בעסטן ווילן צוקמען צו המספיק'ס מעלות אין דעם פעלד) אין דאס ברענגט זיי צו זיין די גרעסטע בכמות ובאיכות.

רעדענדיג פין גאזאט: די אויסגאבע איז א הערליכע רייכע אויסגאבע, רייכע אין הערליכע ארטיקעלן אין באריכטען, אין ווערט דורכגעליינט דורך רוב חרדישע יודען אין ניו יארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2009 23:11 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
צום ענין: המספיק איז ווי באקאנט פאר א יחיד במינו, די געטיישאפט, די סיסטעם, אין אויסגעהאלטענקייט, איז אנביטעבל (כ'זאג נישט אז אנדערע זענען שלעכט, רוב פין זיי קענען אבער נישט מיטן בעסטן ווילן צוקמען צו המספיק'ס מעלות אין דעם פעלד) אין דאס ברענגט זיי צו זיין די גרעסטע בכמות ובאיכות.

רעדענדיג פין גאזאט: די אויסגאבע איז א הערליכע רייכע אויסגאבע, רייכע אין הערליכע ארטיקעלן אין באריכטען, אין ווערט דורכגעליינט דורך רוב חרדישע יודען אין ניו יארק.


גערעכט 100%



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 23:36 לינק ישיר 

ס'איז קלאר ווי די טאג ווען שארמשאער רב איז ווען יונגער מיט א 30 יאר
האט ער ווען אסאך האפענוג

אשריך ר' מאיר ווערטהיימער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2009 00:01 לינק ישיר 

NYS10952
יישר כח פארן לייגן דעם לינק צי חומת הדת באיז ציקער זיס ציליינען וואס די פאריקטע משוגעים שרייבן
אין זאל איעדער זען מיט וואסערע משוגעים מיר דילען דא

די תריץ אויף דיין הארבע שאלה האט וואלן גענטפערט אין זיין # 3



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 00:46 לינק ישיר 

סיי וויאוזי זעהט מען ווי דער פותח האשכול, איז נישט באהאווענט אין פשוט'ע פאקטען
די געלט ארויסצוגעבן דעם גאזעט קומט נישט פין ווי ער זאגט אז עס קומט, עס איז א עקסטערע פאנד.
ווער עס ווייסט דיטעילס זאל עס ברייטער אויסשמיעסן.

אים קרענקט דער געטרייער מנהל פין המספיק, אין זיינע געוואלדיגע עסקנות פאר יעדע דבר שבקדושה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 01:54 לינק ישיר 

הרב החסיד רבי מאיר ווערטהיימער ני"ו איז א איד א צדיק, ער העלפט זיינע פאציענטען דאס בעסטע וואס איז נאר שייך, זיין גאנצער אידיש הארץ לייגט ער אריין דערין.

ווען מען קוקט זיך אום ווי אנדערע די גנבים פון כלל ישראל, ווי דער גנב קעסטענבוים ODA, משה דוד נידערמאן UJO, וכו' באקומען מיליאנער דאלער א יאר פון די רעגירונג אונז צו העלפן און מיר זעהן נישט קיין דאלער דערפון.

שרייט ארויס אשריך רבי מאיר אשריך!!!

איין עצה טובה פאר רבי מאיר, פון די בני יואל און די זאליס, וואס בטבעם זענען זיי שלעכטע מענטשן, זאלסטו ווייט שטיין, יעדער וואס האט זיי נאר א טובה געטאן האבן זיי אין פנים געשפיגען, און געמסרט.
 
איז, וויי ווייניגער די וועסט זיי העלפען וועלן זיי דיר ווייניגער מסר'ן, און ווי מער די וועלסט זיי העלפן, אלעס מער וועלן זיי דיר מסר'ן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 03:27 לינק ישיר 

ס'קוקט אויס אז ר' מאיר האט געהאלפן צופיל פון די חברה לעצטענס אז זיי האבן זיך אויפגעוועקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאיז שווער צי פארשטיין המספיק'ס חשבון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext