ברעקינג: געבראטענע צרות מיט בית פאלאק
די זאליס זענען צופליקט אויף שטיקער, צוהרגט און צושלאגען, חושך ואפילה, איבער פאלאקס בית החיים.
איצט אין די מינוטען קומט די נייעס אז עס האט אויסגעבראכן א פייער ביי איינע פון די הייזער אויף פאלאקס בית החיים, דארט ווי עס ליגן די מאנגאס.
דאס איז ביי די הויז פון רייכמאן, וואס איז אמאל געווען די דירה פון ר' יוסף לייב קאהן, ווי עס קוקט אויס האבן עס די זאליס אונטער געצינדען אז דער רייכמאן זאל ארויסמופן פון דארט.
די לעצטע פאר וואכן איז חושך ואפילה ביי די זאליס איבער פאלאקס בית החיים.
די זאליס זענען אויף געשטאנען פונעם ביטערען חלום, נאך 4 חדשים וואס זיי האבן געסיינט קאנטראקט איבער פאלאק בית החיים, און זיי דערזעהן זיך אין א ביטער פעקל, קיין נארמאלער מענטש וויל קיינער נישט אהין לייגן, אויסער מאנגאס, קינדער, אלטע מיידלעך, וכו', עס איז זיי ביטער ווי א זית, די לאטס אליין האט זיי אפגעקאסט צו קויפן איבער 5 מיליאן דאלער!!! און זיי דארפן אריין לייגן כאטשיג נאך 1 מיליאן דאלער עס אהער צו שטעלן ווי א בית החיים.
און זייער עולם האלט נישט ביים געלט געבן, פאריגע וואך האט ישעי קרויס אויפגעבען צו זיין דער קלאקטער, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז נאכן פאמפען און פאמפען, געבאקענע דרשות פון די בעקערס עזריאל גליק, לבן פערלשטיין, פייפן זיך די זאליס אויס און האלטן נישט ביים געבן קיין פעני דערפאר, יעדער מיט אן אנדערע תירוץ.
איינער זאגט, 1) איך האלט סיי ווי נישט ביים ליגן דארט, ווייל איך בין א נארמאלער מענטש 2) איך האב נישט קיין מאנגא 3) איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין און 10 יאר ארום ווען יעקב בער און חיים הערש גייען זיך הרגענען ווער עס וועט האבן פאלאקס בית החיים 4) די אהרונים קומען אויס אסאך ביליגער 5) איך קען ליגן אין בני יואל לעבן לייטנער 6) גייט צו דין תורה און פארטיג 7) פערלשטיין שרייבט אז ער גייט לייגן יעדן אומזינסט טא וועל איך דאך ממילא ליגן, וואס איז דאס בעטן געלט 8) אז רז"ל האט א פראבלעם צו שרייבן שטרי בירורין זאל ער באצאלן 9) איך גלייב נישט פערלשטיין א ווארט, ער האט אונז צוגעזאגט אז די אלטע בית החיים האבן מיר 10) און די קליגע זאגן נאך בעסער... מען גייט דאך צוריק האבן די אלטע בית החיים... מארגן.. באלד... פריער... שפעטער... אלעס בלייבט ביים אלטן...
די סך הכל איז, די זאליס האבן נישט קיין געלט געמאכט, נאך אלע פאמפען האבן זיי נישט צוזאאם געקראצט קיין 100 טויזנט דאלער!!!
פאריגע וואך איז אריין אברהם בער יאקאבוויטש יו"ר פון פאלאקס בית החיים צו רז"ל, און ער האט געזאגט אז אזוי ווי ער זעהט אז דער עולם געט נישט קיין פעני, און פון די אנדערע זייט האלט דער עולם נישט ביים לייגן נפטרים דארט, גיט ער אויף. און פון היינט און ווייטער האט ער מער גארנישט מיט פאלאקס בית החיים, און ער דארף צוריק די האלב מיליאן דאלער דיפאזיט וואס ער האט שוין איין געשטעקט דארט. אברהם בער האט ביטערליך פארפירט, אז ווי ער איז נאר געגאנגען נאך געלט אפילו ביי די גרעסטע זאלי עשירים, און ווער רעדט נאך ביי פרעמדע, האט אים יעדער אויסגעלאכט און אים גארנישט געגבען.
רז"ל האט אנגעהויבען זיך צו בעטן צו אים מיט טרערן אין די אויגען, ער האט אים מסביר געווען אז ער וועט זיך שעמען ארויס צו גיין אויף די גאס פאר בושה, אברהם בער האט אים געזאגט אז עס אינטערסירט אים נישט, אים איז גוט צו ליגן לעבן זיין רבי לייטנער, אז רז"ל האט א פראבלעם ווי צו ליגן זאלט איר צוזאם שטעלן די געלט, אבער איך בין פארטיג דערמיט. רז"ל האט זיך געבעטען צו אים ווי צו א גזלן, אברהם בער האט אים געזאגט דאס איז עס, גענוג איז גענוג, איך בין נישט אייער בהמה, יעדער האט זיך אפ געלאזט און קיינער העלפט מיר נישט, מען האט געמאכט דעם חשבון אז עס וועט ליגן אויף מיין קאפ אזוי וועל איך זיין דער אייזל און באצאלען די 5 מיליאן דאלער פון מיין טאש, איך האלט נישט דערביי.
ער האט איבער געלאזט רז"ל מיט פאלאק לאט אפען קאפ.
פון די אנדערע זייט האבן די זאליס געבראטענע צרות, די מוכרים פאלאק, רייכמאן, וואלהענדער, האבן זיך פאריגע וואך צוזאם גענומען און סטראשנען די זאליס, אז טאמער זיי קלאזן נישט ביז אפאר וואכן גייען זיי מער נישט לאזן לייגן קיין נפטרים דארט, ווילאנג זיי גייען נישט קלאזן.
די מוכרים ווייסן אז איצט האבן זיי די זאליס אין די האנט, ווייל זיי האבן שוין דארט אפאר משכונות, טוען זיי מיט די זאליס וואס זיי ווילן, און טרייבן ארויף די פרייז.
די זאליס האבן געמיינט אז זיי וועלן אריין ריקען דארט אפאר מתים, און דערנאך וועלן זיי גיין צו די מוכרים און זיי זאגן, אז זיי מיזן אראפ לאזן די פרייז אז נישט ציען זיי צוריק פון די מכירה, און די מוכרים וועלן נישט האבן קיין ברירה ווייל וואס טוט מען דא מיט די מאנגאס וואס ליגן שוין דא. אבער די מוכרים האבן געטאן דאס פארקערטע און זיי זאגן איצט האבן מיר שוין אפאר משכונות, קומט עטץ מיט די געלט איז גוט ואם לאו לאזן מיר מער נישט באגראבן.
איצט איז חושך ואפילה ביי די זאליס, עס הערשט א שטיק בית החיים דארט, און זעהן זיך נישט ארויס פון די ביטערן פאלאק פלאנטער.
 |
|
|