מיט א שווער הארץ געב איך איבער די שלעכטע נייעס אז דער בייזער חלום פון חילול שם שמים, ווי די פרומסטע חסידות זיצן אין די גויאישע געריכטן שוין באלד 10 יאר, גייט ליידער ווייטער ממשיך זייין דעם קומענדיג מאנטאג מקץ, ג' דחנוכה, 10:00 און די נ.י. סטעיט אפעלאט דעוויזשען, סעקענד דעפארטמענט, 45 MONROE PL.
די זאליס אפילן א פסק וואס זיי האבן אריינגעבערענגט בערכאות של עכו"ם, תיכף נאך די אלבעני פסק צו דשאדש אמבראזיא אין ברוקלין, ווי זיי האבן געקלאגט ר' בערל פרידמאן'ען אז לאור די אלבעני און באראש פסק זענען זיי לשיטתם די איינציגע לעגיטימע ראשי הקהלה אין ר' בערל פרידמאן וחבריו טארן זיך נישט לעגאל פארופען אלס "קהל יטב לב". ריכטער אמבראזשיא האט ארויסגעווארפן די קלאגע און קלאר געפסק'נט אז לויט די פריערדדיגע פסקים פון באראש, אפעלאט און אלבעני, קענען די גויאישע געריכטן דאס נישט אנטשיידן.
דא איז א לינק פון אמבראזשיאס פסק.
/www.nycourts.gov/reporter/3dseries/2008/2008_51779.htm
לתועלת הענין איז כדי וואס מער חסידישע אידן זאלן זיך באווייזן אין געריכט זאל.