די דעמעגאגיע און מוח וואשעריי האט זיך געטראפן אין א שטארקן קלעם, דא פארקויפט מען פאר די אקסן אז אונזער רבי איז דער בעסטער שענסטער גרעסטער, אנגענומען אין די גאנצע וועלט, אפילו דער פשעווארסקער רבי וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט אים ביז יעצט האט שוין אויך אנערקענט אז ער מוז באזוכן ר' אהרן, און פלוצלינג טראך! דאס גאנצע בנין נערים פאלט צוזאם ווי א לעגא שפיל...
ר' אהרן זיצט ביי די חתונה אומגעדולדיג זיך צו טרעפן און בעיקר צו טאנצן אליינס מיט זיין נייער ידיד נפשו ר' לייבוש דער פשעווארסקער רבי, אבער ער איז נישטא, ר' לייבוש קומט נישט אריין...
נו נו! זארגט נישט, מ'האט זאפארט איינגעשפאנט פון די סאמע בעסטע היידפארק שרייבער וואס די אהרונים פארמאגן זאלן אנהייבן פארגלעטן דעם דורכפאל, קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.
נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס...
אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן...
אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי....
ביטע נישט לאכן!!! ר' יונה וועט דא זיין מארגן אינדערפרי, אפשר דעמאלס וועט זיין עפעס בעסערע ספינס