דעם קומענדיגן זונטאג לסדר "למען הציל אותו מידם" וועט כלל ישראל ובפרטיות תלמידי וחסידי סאטמאר אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, אז דאס הייליגע הויז פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע וועט בעז"ה מער נישט מחולל ווערן דורך די באקאנטע קרעטשמעריסטן, די פארכאפער פון דעם הייליגן הויז וועלן לרוב חרפתם פארלאזן דאס הויז ברוב עם הדרת מלך.
די ווילן נאך האבן אזא מיאוסן סוף מיר אלע וועלן עס דערלעבן צו זען
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
נשלח ב-6/12/2009 02:02
די בית מושב ליצים, וואס האט יארן אנגעפירט א מרידה בה' ובתורותו הק', וואס דארט איז געווען די מקום המקלט, פון אלע מחללי ה', עוקרי התורה, מוסרים, הולכי בג"ץ, שקצים, מלשינים, מסרבים לדין, ליצים וכו'.
איצט ב"ה לאזט זיך נישט גלייבן אז די בית מושב ליצים גייט זיך אפשפארן, און אז מארגן זינטאג 10 אזייגער גייט פארקומען די
מעמד הוצאות הליצים
און עס גייט ווערן אפגעטאן פונעם הייליגן שטאט קרית יואל אזא געמיינע קרעשטמע, ובפרט וואס דארט האט מען אנגעפירט א מרידה און געטרינקען דאס בלוט פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און זיי האבן מחלל געווען דעם הייליגען נאמען פון מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיעועכי"א, יעדע מסירה ומלשינות וואס זיי האבן געטאן האבן זיי ארויף געלייגט זיין הייליגען נאמען.
כ"ק מרן רבינו הקדוש זי"ע ועכי"א האט נעבעך געבלוטיגט פון די רשעים און געבעטען ברחמים: בסדם את תבוא נפשי, ובקהלם אל תחד כבודי - אל יתיחד עמהם שמי, הערט אויף צו נוצען מיין הייליג נאמען פאר ענקער מלשינות, וחילול שם שמים!!!
אבער די ליצים האבן דאס געטאן טאג נאך טאג, אויף די ערגסטע אופנים, און אלע גוי'שע צייטוגען, און אין אלע גוי'שע קארטס, איצט האט רביה"ק הנאה בגנזי מרומים ווי זיין הייליג נאמען וועט ווערן ווייניגער מתחלל.
די גרעסטע קידוש ה' וואס קומט ארויס איצט פונעם אפשפארען די מושב ליצים.
אז דאס וועט זיין לזכר עולם, אז די קרעטשמע איז אפגעשפארט געווארן, דורך די שרעקליכע חילול ה', און עקירת התורה הק', וואס די ליצים האבן זיך אליין געברענגט אויף זיך, בבחינת בור כרה ויחפרהו, ווען זיי האבן געריפען די הייליגע קהלה קהל יטב לב דסאטמאר וואס רביה"ק זי"ע האט געגרינדערט מיט מסירת נפש, האבן זיי געקלאגט אין גוישען געריכט אן קיין הזמנה והיתר בי"ד.
עס איז געווען א פרייד צו זעהן ווי זייערע שותפים און חבירים, די הולכי בג"ץ ומסורים ומרבים לדין די זאליס האבן זיך די שבת ארום געדרייט ווי אבילים, און זיי האבן געשימפט און געשאלטען, אז די מושב ליצים גייט ווערן אפגעשפארט.
און אלע זייערע בתי מדרשים האבן זייי אויפגעהאנגען ריזיגע ליילעכער, מיט אלע פסוקים פון איכה ווי זיי וויינען דארט אז מען גייט אפשפארן די מושב ליצים, און אז אלע זאליס זאלן זיך משתתף זיין ביים מעמד הוצאות הליצים וואס גייט פארקומען מארגן זינטאג 10 אזייגער אינדערפרי.
א מחזה הוד איז געווען צו זעהן ווי שמשון גאלד שטייט און ראדני און שימפט און שעלט אז מען גייט אפשפארען די קרעטשמע.
זאגט איינער: נעבעך, משה גבאי, שמשון, מעכי וויינגארטען, משה הערש רייזמאן, סיני טייטלבוים, וכו', זענען נעבעך אומגעקומען פריצייטוג, און האבן נישט זוכה צו זעהן די פארשליסונג פונעם מושב ליצים, אויף וואס זיי האבן אזוי ביטער שווער געארבעט....
תוקן על ידי טראק ב- 06/12/2009 02:05:28
נשלח ב-6/12/2009 02:07
גאנץ שבת טוט זיך טישן און בענק ביי ר' זלמן לייב, צו ער זאל מוחה זיין היינט נאכט ביים דינער פאר סאסמאן מוסדות אפען פארשליסונג פונעם מושב ליצים צו נישט, מען רייסט זיך ביי די קעפ.
שמואל טייטלבוים און ליפא קרויס שרייען אז מען דארף מוחה זיין בכל תוקף, משה גבאי, יעקב בער, אליזער קעסטענבוים שרייען אז ניין, אזוי רייסט מען זיך ביי די קעפ. דארט.
השי"ת זאל העלפן אז די כח הליצנות וואס זיי האבן אריינגעברענגט אקעגן אלע גדולי הדור דער הייליגער מנחת יצחק זצ"ל, רבי הערשעל מספינקא זצ"ל, רביה"ק בעל ב"מ זי"ע וכו', זאל ווערן אויסגעריסן.
יעצט איז די צייט פאר די נאכשלעפער פון די חברה ליצים זיך אפצולאזן פון די מעשה מחלוקת.
זאל טאקע זיין וילמדו תועים בינה, אלי ואלי וועט שוין זיין שלום בתוכינו.
נשלח ב-6/12/2009 11:52
דער גנב וויינט אז ער מוז נעבעך צוריקגעבן די גניבה...
נשלח ב-6/12/2009 16:30
מנשה סילוף מיט מאיר ראטה פארן אויף קרית יואל צי די צערמאניע
נשלח ב-6/12/2009 16:31
נשלח ב-6/12/2009 19:34
זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בישועתו
הונדערטער אנ"ש זענען זיך היינט צופרי צוזאמען געקומען, און דאס הארץ האט געקוואלן פאר פרייד צו זען ווי די אנשי דלא מעלי, פארלאזן דאס הייליג הויז וואס זיי האבן פארכאפט פאר דרייסיג יאר צוריק
אין דעם הויז האט מען מבזה געווען גדולי ישראל אויפן ערגסטן פארנעם
אין דעם הויז זענען געזעסן אלע לצים שולי מחנינו און געטריבן ליצנות מכל הקודש לנו
עכשיו הגיע הזמן
יום י"ט כסלו וועט פארצייכנט ווערן אלס היסטארישער טאג בדברי הימים דסאטמאר, חג הגאולה, דאס הייליג הויז איז ארויס מידי הדיוטים
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, אז מיר האבן געהאט די זכיה צו פארשיקן די מחבלי כרמים פונעם הייליגן הויז
רבותינו הקדושים משמי מעל קוקן אראפ און קוועלן נחת, אז חסידיו ותלמידיו עושי רצונו האבן פארשיקט די אינשי דלא מעלי פון זיין הייליג הויז
אין א זייטיגן נאטיץ איז כדאי צו פארצייכענען, אז דאס איז נאך א שטאפל פון מסירות נפש נישט צו גיין צו דין תורה
אז מען שפארט צו א ביהמ"ד, אבי מען זאל נישט דארפן גיין צו דין תורה
נשלח ב-6/12/2009 19:36
קהל יטב לב האבן ארויסגעלייגט מעכטיגע קנאקעדיגע ספיקערס, אפען פארטש פון די זייט פון ביהמ"ד.
די ספיקער האבן געשריגען צו די בני יואל דאס וואס שטייט אפען צעטיל.
די בני יואל זענען טויב געווארן דערפון, די מייקס איז געווען אסאך אסאך העכער ווי זייערע מייקס, און דאס האבן זיי געהערט א גאנצע צייט, זיי זענען געשטאנען דארט ביי זייער מעמד הוצאות הליצים ווי אבילים אויסהערענדיג די מוסר דרשה.
נשלח ב-6/12/2009 19:44
נגילה ונשמחה בישועתך
דער רבי ז"ל זאגט אין דברי יואל פאריגע וואך אין פ' וישלח דף קצה, אויף דעם וואס מען איז מתפלל נגילה ונשמחה בישועתך, פארוואס בעט מען מיר זאלן זיך פרייען מיט די ישועה, ווען משיח וועט קומען אוודאי וועט זיך יעדער פרייען.
נאר זאגט דער רבי ז"ל, אז דער זמן הגאולה איז תלוי אין די כשרון מעשים פון אידן, און דורך די עוונות איז מען מרחק די גאולה, מיר אליין ווייסן נישט אויב מיר זענען מקרב די גאולה אדער חלילה מרחק, ווען משיח וועט קומען וועט נתגלה ווערן ווער ס'האט מקרב געווען די גאולה און ווער חלילה פארקערט, אין די וואס האבן מקרב געווען די גאולה די וועלן זיך קענען פרייען מיט די ישועה שלימה, אבער די וואס האבן עס מרחק געווען וועלן זיין טרויעריג ווייל זיי וועלן זיך שעמען אז דורך זייערע מעשים האבן זיי מרחק געווען די גאולה.
לענינינו, אילו זכינו וואלט יעקב שמשון, סיני ט"ב וכו' היינט דא געווען זיך פרייען מיטן סגירת הקרעטשמע, ועכשיו שלא זכה, איז ער געקומען מיט וויינען מיט זיי.
ב"ה מיר האבן די זכי' זיך מיט צופרייען מיט דעם גרויסן מעמד, אשר עין ראתה שמחת קהלינו, ואבלת שונאינו
ווער עס האט א בילד זאל פאסטן ווי יעקב שמשון שפאצירט מיט אין די צערעמאניע מיט זיינע געוועזענע שונאים
תוקן על ידי וואלןסח ב- 06/12/2009 20:14:17
נשלח ב-6/12/2009 20:43
פון בחדרי חרדים ראו את מי יוסף90 מחליפין במי?
מצד אחד עומדים!
מרן בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, מרן בעל מנחת יצחק זי"ע, מרן רבי משה ארי' פריינד זי"ע גאב"ד ירושלים, מרן רבי ישראל משה דושינסקי זי"ע, מרן רבי ישראל יעקב פישער זי"ע, מרן רבי בנימין ראבינאוויטץ זי"ע, מרן אברהם דוד הורוויץ זי"ע, מרן רבי הערשלע מספינקא זי"ע, ומרן רבי יעקב לייזער זי"ע שקרא להם בני קרח, ועוד ועוד גדולי וצדיקי הדור משעבר זי"ע.
ובראשם מרן רבינו הקדוש מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע ועכי"א, שקרא עליהם בחייו "מחריבי קרתא" וכפי פסקם של מרן רבותינו חברי הבדי"צ העדה החרדית זי"ע שהני בני קרח פוגעים ומורדים
בכבוד קדושת מרן רבינו הקדוש מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע!
ואחריהם גדולי ישראל אשר אתנו חיים לאויוש"ט.
ולהבדיל מצד השני עומדים גדולי..?
מסרבים לדין, מחמוד אחמדיניג'אד מושל אירן, המסור יוסף וואלדמאן, שארמאש, יוסף 90, מלפנים ר"מ טשאטה, מוסרים, הרב סאסמאן, מלשינים, אלטר משה גאלדברגר, יאסיר אראפט, משה גבאי, משה בער בעק, שופטי בג"ץ, משה בער קויפמאן, שמשון גאלד, הולכי בג"ץ, מסור וואלערשטיין
חלק ממכתבים ופסק דינם של גדולי וצדיקי הדור נגד הני מסרבים לדין מוסרים ומלשינים בני קרח
נשלח ב-6/12/2009 21:13
הקב"ה ותורתינו הק' האבן היינט אויסגעריפען!!
ויאמר משה למה זה אתם עברים את פי ה' והיא לא תצלח!!!
מיטן טרעטן בשאט ובנפש אויף די הייליגע תורה הקדושה, מיטן מסרב זיין לדין תורה, אין גיין בריש גלי אינעם טמא'נעם קארט, און טרעטן און עוקר זיין די ציווי התורה הקדושה ואלה המפשטים אשר תשים לפניהם - ולא לפני עכו"ם!!!
האט הקב"ה מקיים געווען בור כרה ויחפרהו!!!
מיטן גיין קלאגען אינעם טמא'נעם גוי'שען קארט, האבן זיך די בני קרח אליין באגראבן!!!
היינט איז מקודש געווארן דעם דבר ה', און טויזענטער אידן ווייזן אן אויף די פארשפארטן בית מושב ליצים, אזוי קוקט מען אויס ווען מען איז מסרב לדין און מען גייט אינעם גוי' שען קארט!!!
אין זה כי אם אצבע אלקים הוא!!!
אויף צוויי פלעצער אין קרית יואל ווייזט אן די אצבע אלקים, אז אזוי קוקט מען אויס ווען מען גיין אינעם גוי'שען קארט רח"ל.
די
בית מושב ליצים
פאלאק'ס בית הקברות
טויענטער אידן גייען היינט דורך די 2 מסרבים לדין ומוסרים פלעצער, און קוקן צו מיט פרייד די אצבע אלקים!!!
נשלח ב-8/12/2009 21:24
אין שו"ת מן השמים (למהר"י מקורביל) ברענגט ער אין סימן ה' אז י"ט כסלו איז א יום בשורה.
די חסידי חב"ד טייטשן עס אויס לדרכם, חסידי סאטמאר זענען היי יאר געוואר געווארן אז ס'איז פאר זיי אויך א יום בשורה.
נשלח ב-27/12/2009 04:48
כ'האב יעצט געטראפן אין "ככר השבת" [פון די איינציגסטע חרדי'שע נייעס סייטס צו בלייבן אפן נאך די פרישע מערכה אין ארץ ישראל] א באשרייבונג וועגן דעם, ס'איז מיר אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאך קיינמאל נישט געברענגט דא. ער שרייבט קודם די נייעס וויאזוי א בני יואל האט עס אים לכאורה אריינגעשיקט, און צום סוף האט ער אן ענטפער פון ר' דוד עקשטיין און א קעגן-ענטפער פון ר' יוסל וואלדמאן (וואס רעדט, אגב, פאר פייער און פאר וואסער):