זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בישועתו, ענדליך נאך אריבער
אכט יאר וואס די נשמה פון די רעבעצין ז''ל האט זיך נעבעך ארום
געוואלגערט אן די מעגליכקייט צו צוקומען למנוחה נכונה, אלע אירע
זכותים אין צדקות וואס זי האט געטוהן אויף דער וועלט איז איר נישט
צו הילף געקומען, זי האט נעבעך געוואלט אנקומען צום היכל ווי רבותינו
הקדושים דער בעל דברי יואל און דער בעל ברך משה זי''ע געפונען זיך
אבער וויל לאנג דער ליצנות קלאב, איז אפן געווען האט מען איר דאס נישט
ערלויבט, ביז ענדליך נאך אכט יאר מיט די שווערע האראוואניע פונעם רבין זי''ע
קענען מיר אויסשרייען, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און זה היום
עשה השם נגילה ונשמחה בישועתו, און ענדליך היינט צו טאג ווען דער אכזריות'דיגע
ליצנות קלאב ווערט ענדליך פארשפארט על בריח ומנעול, קען די נשמה פון הרבנית
הצדיקת אלטא פיגא בית אביגדור אנקומען למנוחה נכונה און אנקומען אין היכל
רבותינו זי''ע, ת.נ.צ.ב.ה. און מיר תלמידים און חסידים פון הייליגן בעל ברך משה זי''ע פרייען זיך שטארק
אז ב''ה מיר האבן זוכה געווען צו דערלעבן צו זעהן בעינינו די הבטחה פון בעל ברך משה
אז די בני יואל וועלן נאך האבן א מיאוסן סוף, מיר האבן אלץ געהאפט אליין זוכה זיין
צו זעהן דעם קיום פון די דאזיגע הבטחה און ב''ה שהחיינו והיגיענו לזמן הזה,
און ב''ה זוכה געווען דערצו און מיר ווארטן און האפן אי''ה צו דערלעבן ווייטער צו זעהן ווייטערדיגע שמחות ווען זיי וועלן בקרוב זיין געצווינגען צו פארלאזן די אנדער געגזל'טע בנינים, און מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס קען און וועט געשעהן בקרוב ממש. בב''א. דער גרויסער קידוש השם וואס קומט היינט פאר אין קרית יואל, ווען די ועלט זעהט
בחוש אז לא אלמן ישראל, יש דין ויש דיין, און הרמת יד בתורת משה איז נישט מצליח, דער קידוש השם וואס קומט היינט ארויס וועט זיכער זיין לעילוי נשמתה הטהורה פון אונזער רעבעצין ז''ל, וויפיל צער האט די נשמה נעבעך געהאט די אלע יארן וואס די עבודה זרה פון הרמת יד בתורת משה איז אפן געווען, אין די בועטים בתורה משה האבן געשריגן אין לנו חלק באלוקי ישראל, מיר האבן נישט קיין תורה און נישט קיין שום תורה'דגע אוטוריטעט, בהפקירא קא ניחא לי (כדברי השחץ פון דעם פורק עול זלמן לייב וואלדמאן) יעצט זעהט די וועלט אז דברי חז''ל איז א ניצחית, ווען זיי האבן געזאגט והיא לא תצלח איז דברם הקדושים חיים וקיימים, און דער קידוש השם גייט זיכער לטובת נשמת הרבנית הצדיקת אלטא פיגא בת אביגדור ז''ל. די אפגעפליקטע בני זועל, שרייען, שפייען בלוט, באשילדיגן יעדן איינעם, הענגען אויס פלאקאטן מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות ווי זיי ברענגען אראפ האלב קינות און גיסן אויס זייער דערביטערקייט און שרייען געוואלד, יעדער איז שולדיג אין זייער נידערלאגע, זיי שעלטן דעם רבין שליט''א, זיי שעלטן רבי דוד עקשטיין שליט''א, אבער דאס אז זיי אליינס זענען שולדיג אין זייער ביטערע נידערלאגע פאלט זיי גארנישט ביי, דאס וואס עס שטייט אין איכה כִּי-ה' הוֹגָהּ עַל רֹב-פְּשָׁעֶיהָ; צַדִּיק הוּא ה', כִּי פִיהוּ מָרִיתִי; נֶהְפַּךְ לִבִּי בְּקִרְבִּי, כִּי מָרוֹ מָרִיתִי; נַחְנוּ פָשַׁעְנוּ וּמָרִינוּ, אַתָּה לֹא סָלָחְתָּ. דאס דערמאנען זיי נישט, און די ענדע פון איכה ווי עס שטייט: נַחְפְּשָׂה דְרָכֵינוּ וְנַחְקֹרָה, וְנָשׁוּבָה עַד-השם הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ ונשוב (וְנָשׁוּבָה), חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם. כִּי אִם-מָאֹס מְאַסְתָּנוּ, קָצַפְתָּ עָלֵינוּ עַד-מְאֹד. הֲשִׁיבֵנוּ ה' אֵלֶיךָ ונשוב (וְנָשׁוּבָה), חַדֵּשׁ יָמֵינוּ כְּקֶדֶם. פון דעם ווילן זיי נישט וויסן, זיי שרייען ווייטער בקול רם, אחטא ואשוב ואחטא, אין לנו חלק ונחלה באלוקי ישראל,, זיי ווילן נאר פראטעסטירן ביים רבין שליט''א, ס'פאלט זיי גארנישט ביי אז דאס איז א שטראףפאר מרים יד זיין בתורת משה, את אשר קרא להם מודיעים ואת אשר עשו לא מודיעים, אם יהרג במקדש השם כהן ונביא לא מודיעים, וויפיל בלוט האבן זיי געצאפט פון אונזער הייליגן רבי דער ברך משה זכותו יגן עלינו, ניין, אפילו אין דעם הסתר פנים פילט זיך אמאל אן דאס מעסטל, און מען כאפט צוריק מנה אחת אפיים, אבער רשעים אפילו בפתחו של גיהנם אינן חוזרין, דער חרון אף איז גרויס דער חילול השם איז מעכטיג, און ווער איז שולדיג?, נישט די פארפוילטע רשעים, ניין, נאר דער רבי שליט''א, זעט אויס אז דער צדיק הדור איז נתפס בעוון הדור.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 06/12/2009 21:19:51
 |
|
|