יא, איך בין געווען ביי די לוי', עס איז געווען זייער טרויעריג. די וועטער איז געווען שרעקליך קאלט, אבער דאך איז א גרויסער עולם געשטאנען אויפן גאס אין די שניידיגע קעלט און מיטגעהאלטן די לוי'. מעהאט געקענט מיינען אז מען באגלייט דא א גרויסן רב. אבער דער אמת איז אז ער איז געווען נאך אסאך חשוב'ער. ער איז געווען אן עכטער בעל מידות, א גאלדן הארץ, און א ריכטיגער ענותן ושפל ברך, הצנע לכת ולא מחזיק טיבותא לנפשי'.
עס איז געווען אסאך מספידים, אבער די בעסטע האבן גערעדט צוויי ברודער, ר' ברוך און ר' ליפא.
ביי די לויה האט מיר געזאגט א נעפיו אז ר' מיילעך ז"ל האט אויסגעפירט איבער הונדערט שידוכים, און איך האב געפרעגט א ברודער ווי מען לייגט אים האט ער מיר געזאגט אז ר' מיילעך האט געשריבן צוואה אז ער וויל ליגן אין קרית יואל, כאטש זיין טאטע ליגט אין סקווער.
|
|