בית פורומים כל העולם כולו

מערכה - דער בלאט אין בארא פארק.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2009 00:18 לינק ישיר 
מערכה - דער בלאט אין בארא פארק.

א געשעפט אין בארא פארק האט היינט באקומען פרעשער פון א איינעם פון די גרויסע קאסטימערס וועלכער באצאלט אויך פאר אנדערע מענטשן, אז אויב ער וועט ווייטער פארקויפן די בלאט, וועט ער בויקאטירן די סטאר.

פארוואס יענער איז יעצט געווארן כעס'יג אויפן בלאט, דארף מען נישט זיין קיין גרויסער חכם. יעדער פארשטייט עס. דער בלאט האט פאריגע וואך צעשמיסן די בני יואל / זאליס און זיי געוויסן וואס עס מיינט קנאות און וואס עס מיינט היפאקריטיזם און מתנחלים-סארט טריקס און קאמעדיע שפילן.

דערפאר וויל איך בעטן אלע קאסטומערס פון אלע סטארס אין בארא פארק, און אין אפילו אין וויליאמסבורג און אפילו אין קרית יואל - צו "צוריק" בויקאטירן די סטארס וועלכע ווילן נישט אריינעמען דער בלאט, אבער נעמען יא אריין דער איד.

אויב מעג דער סטאר בויקאטירן קעגן דער בלאט (נישט ווייל דער בלאט האט ווייניג נייעס- נאר דוקא ווייל דער בלאט איז די ארונישע צייטונג קעגן משה בן פראדעל) - דארפן מיר ענטפערן "עין תחת עין" ושן תחת שן.

לאמיר זיך נישט לאזן פאטשן אין פנים. לאמיר זיך נישט לאזן שאנטיזשירן. לאמיר זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע.

מיר וועלן קעמפן - נישט פאר דער בלאט. נאר פאר אונז !
מיר קעמפן נישט פאר דער בלאט - ווייל דער סטאר וואס ווארפט ארויס דער בלאט, מיינט נישט די בלאט, ער מיינט אונז !

אויב מיינסטו אונז ---
--- דאן מיינען מיר דיך אויך !


טוט מיר א טובה מיינע פריינט, און לאמיר צוריק בויקאטירן פון די וואך אן - אלע גראסעריס וועלכע נעמען דער איד און נישט דער בלאט ! דעם שפראך וועט יעדער פארשטיין !



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 00:24 לינק ישיר 

 הא! הא! לוזער, עטס זענטס די מינאריטי...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/12/2009 00:57 לינק ישיר 

גוט צו וויסן וועלכע געשעפט.
ביטע לאז וויסן די עולם, כדי ווער עס קויפט דארט זאל לאזן וויסן די בעה"ב, אז אן דער בלאט אינעם געשעפט קויפן מיר נישט דארט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-17/12/2009 04:25 לינק ישיר 

פארוואס נאר אין ב''פ?
מ'טאר נישט בויקאטען א איד, נאר אז איינער שפילט פאליטיק מיט זיין ביזנעס, בין איך משוגע נישט מיטצישפילען אבער  מיט מיין צד פין די געים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 18:29 לינק ישיר 

איך האלט אז מיר דארפן דא אנהייבן אויסלופטערן די סטארס וועלכע פארקויפן נישט דער בלאט און די שמוציגע דער איד יא.

ס'איז דאכצעך מיר נעריש אנצוהייבן א מערכה מיט אלע סטארס.

קודם דארף מען אנהייבן מיט לאנדא סופערמארקעט אויף בעדפארד עוועניו.

דער לאנדא איז משה גבאי'ס שוואגער, און ער מיינט אז ווייל ער קויפט שטילערהייט עטליכע בלאט'ן אבער לייגט עס נישט אויפן שעלוו, וועט ער בלייבן מיט די קאסטומערס.

אלזא, די וואך לאמיר אנהייבן די מערכה מיט לאנדא גראסערי אויף בעדפאר און פען סטריט
אויך מיט לעפקאוויטש גראסערי ביי לי קארנער ראס, וועלכער וויל אויך עפעס נישט לייגן די בלאט נארמאל.


1) לאנדא
2) לעפקאוויטש.

עס איז דא געניג גראסעריס וועלכע דארפן אונזער ביזנעס. אויב דארפסטו נישט די בלאט, דארפסטו נישט די ארונישע קאסטימערס !

זייער קלאר פארשטאנען !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 18:53 לינק ישיר 

לאנדא איז בכלל מאדנע, ער אדווערטייזט אינעם בלאט, ד''מ ביזנעס דארף ער
אבער פאליטיק שפילט ער נאך אלס - אין פארקויפט עס נישט

לעפקאוויטש פארקויפט עס יא לפי ידעתי

עס מיז באצייכענט ווערן אז קיינער איז נישט מחיוב צו פארקויפן דער בלאט נאר אז איינער וויל שפילן פאליטיק, דאן שפיל איך אויך
אויב איינעם קרענקט די בלאט אזוי שטארק, זאל ער טהון וואס בעדפארד גארדענס גראסערי טוט אין נישט פארקויפן קיין איין צייטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 19:03 לינק ישיר 

עס איז דאך דא א איסור פון בירך משה קעגען דער בלאט?
אויב איז ער א חסיד מעג ער נישט פאלגען?
אמת עס זענען געווען וואס האבען געזאגט אז דעס איז א פאלשער בריוו, איך קען דאס הערן.
אבער יענער מוז נישט האלטען אז דאס איז פאלש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 19:11 לינק ישיר 

איך האב אים דען געהייסן וואס צו טאן????
ער מעג פאלגן יעדן איינעם.

אבער די עכטע חסידים פון ברך משה זאלן אויפהערן דארט איינקויפן... ! פינטל.
ווייל לעפקאוויטש גראסערי איז נישט קיין חסיד פון ברך משה קיינמאל געווען.

און ער טוט עס נאר צו שלאגן די ארונים.

די זעלבע איז מיט לאנדא אויף בעדפארד. ער איז משה בן פראדעל'ס שוואגער

די ארונים דארפן א טראפ שכל און אויפהערן שטיצן די באנדידטן וועלכע ווילן זיי אויפעסן !

עס האט גארנישט מיט ברך משה !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 19:18 לינק ישיר 

איך הער זאגן אז לעפקאוויטש אויף לי ראס וויל עס לייגן אין בעק.

אויב לייגט ער עס אין בעק, לייגט ער אונז אין בעק !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 19:30 לינק ישיר 


באנדא'ס גראסרי אויף לי קאר. ראדני האט נאר דער איד אין נישט די בלאט (איך פעלג דארט איין קויפן אמאל איך קויף מער נישט נישט דארט וועגן דעם)

ראסט סט. מיני מארקעט האט נאר דער איד אין נישט די בלאט

one stop האט אויך נאר דער איד אין נישט די בלאט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 19:39 לינק ישיר 

שלום לאנדא פלעגט אויך קיינמאל נישט פארקויפן דער בלאט, נאר דער איד, ווען איינער פלעגט אריינקומען בעטן דער בלאט, פלעגט ער ענטפערן "ס'שוין אויסגעגאנגען"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:17 לינק ישיר 

שלום פין די רעסטעראונט?
נו! אז די ביזנעס איז נאך פאליטיק, האט זיך עס טאקע פארמאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 20:21 לינק ישיר 

משנתחסידים כתב:
עס איז דאך דא א איסור פון בירך משה קעגען דער בלאט?
אויב איז ער א חסיד מעג ער נישט פאלגען?
אמת עס זענען געווען וואס האבען געזאגט אז דעס איז א פאלשער בריוו, איך קען דאס הערן.
אבער יענער מוז נישט האלטען אז דאס איז פאלש


זאג פאר די שקרנים אז זיי זאלען קודם פאלגען די א''ג רבנים פין וועם  זיי זענען באמת א חסיד



האסט דא די גאנצע בי''ד פין די הולכים בערכעות, מארגעענשטערן, קויפמאן, טענענבוים, גאלד, כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 20:39 לינק ישיר 

רעביאנקל, די שיסט דיר אליינס אין די פיס

יענער פליקט דיר מיט א איסור פון ברך משה
די ענטפערסט צוריק מיט א איסור פון א בי"ד פון 15 רבנים

לכאורה האסטו גוט גענטפערט אבער די שיסט דיר אליינס אין די פיס מיטן פסלן די איסור דורך שרייבן אז זיי זענען מוסרים... פליק צוריק מיט א איסור אויף דער איד און בלייב שטיל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:41 לינק ישיר 

איך האב פארגעסן צו ענדיגן די מעשה מיט שלום לאנדא, ער זאגט אז "דער בלאט" איז אויסגעגאנגען,

ענטפערט דער קאסטומער: "אויב דער בלאט איז שוין אויסגעגאנגען איז שוין אוואדי אויסגעגאנגען די פרענקפורטערס, דאכצעך אז גאטליעבס האט נאך גענוג פרענקפורטערס, זייטס מיר געזונט."



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:49 לינק ישיר 

סקאט, די סוף פון די מעשה הרג'עט אפ די זאך... די מאכסט א נאמען פאר די ארוינים אלס פרענקפוטער עסער'ס...

עס זענען פארהאן אסאך "גוט-זאגער" די פראבעלם איז אז זיי ווייסן נישט ווען צו ענדיגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מערכה - דער בלאט אין בארא פארק.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext