בית פורומים כל העולם כולו

הרה"ג מהר"א כהן שליט"א - "פרא פאלעסטין" שבת מאנטשעסטר ראללי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2009 22:21 לינק ישיר 
הרה"ג מהר"א כהן שליט"א - "פרא פאלעסטין" שבת מאנטשעסטר ראללי

הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א, געוועזענער משפיע אין מרביץ תורה אין ישיבת "תורת חסד" אין לאנדאן איז מקדש שם שמים שבת קודש אין די מאנטשעסטער'ער גאסן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:22 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:23 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:24 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:25 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:30 לינק ישיר 

האט אמאל נטורי קרתא ארויסגעגעבן א עפענטליכע פארדאמונג אויף די רציחות וואס די מערדער טוען קעגן אומשולדיגע אידישע קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:33 לינק ישיר 

נפל כתב:
האט אמאל נטורי קרתא ארויסגעגעבן א עפענטליכע פארדאמונג אויף די רציחות וואס די מערדער טוען קעגן אומשולדיגע אידישע קינדער?

ווען דו רעדסט, ווייס איך שוין נישט וועמען דו מיינטס.
מדינת ישראל אדער להבדיל קרית יואל?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/12/2009 22:35 לינק ישיר 

איך וויל וויסן אויב דער אזוי גערופענער הרה"ג האט אמאל פארדאמט דאס שיסן ראקעטן אן קאנטראל און דערמיט אריינלייגן אין א סכנה אומשולדיגע אידיש בליט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:39 לינק ישיר 

פארוואס זאלן זיי?
האט ענקער לישקע ארויסגעגעבן א מחאה ווען בני יואל איז געגאנגן אין קאורט שלא ברשות בי"ד?
אזוי גייט ביי די מענטשן וואס כבוד איז ביי זיי דאס וויכטיגסטע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/12/2009 22:39 לינק ישיר 

מיט דעם וואס נטורי קרתא ערקלערט אז תורה יודען זענען "גלות געטריי", און זיכען נישט קיין פאליטישע רעכטן אין ארץ הקודש, און זענען גרייט צו זיין ארענטליכע בירגער, ווי יודען גאר אויס אין אלע גוי'שע לענדער אין די גאנצע וועלט, דאס איז די גרעסטע מניעה פאר שפיכת דמים.

יודען אין גלות דורכ'אויס אלע דורות טוען ניטש "פארדאמען", יודען קענען די טאקטיקען פון שוחד און הכנעה, דאס האט נאך אייביג געארבייט, ביים בישאף, פריץ, סולטאן, גראף, שעך, אא"וו.

הערצל ימ"ש מיט זיינע חברים האבן ערפינדען נייע מעטאדן, וואס האט פאראורזאכט שפיכת דמים אן קיין שיעור.

זעהט אויס אז "נטורי קרתא" איז אביסל אלט-מאדיש, זיי באניצען זיך מיט רפואות פון די אלטע היים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:50 לינק ישיר 

[quote]

יודען אין גלות דורכ'אויס אלע דורות טוען ניטש "פארדאמען", יודען קענען די טאקטיקען פון שוחד און הכנעה, דאס האט נאך אייביג געארבייט, ביים בישאף, פריץ, סולטאן, גראף, שעך, אא"וו.

אודאי האבן יודן נישט פארדאמט אידן. אבער אז מ'זאל נישט פארדאמען אראבער ווייל ער איז מיין שונא'ס שונא???
איך פארשטיי אז דו האסט ליב דעם אראבער אהבת נפש, ער גיבט דאך דיר אטענשין. אבער נישט פארדאמען פאר הרג'נען אידן?


הערצל ימ"ש מיט זיינע חברים האבן ערפינדען נייע מעטאדן, וואס האט פאראורזאכט שפיכת דמים אן קיין שיעור.

קיינער לייקנט עס נישט. אבער וועגן דעם מעג מען הרג'נען אומשלידגע אידן רח"ל

זעהט אויס אז "נטורי קרתא" איז אביסל אלט-מאדיש, זיי באניצען זיך מיט רפואות פון די אלטע היים.

דאס דערמאנט מיר א מעשה אז ווען די דייטשן ימ"ש (ווי זענען ענק ביי די נעא-נאציס? זיי האבן דאך אויך געהרגט ציונים?) האבן זיך געגרייט צו די מלחמה אנקעגן די פוילישע מיליטער. איז געוועון אן אסיפה ביי די פוילישע מיליטערישע הויפטקוואטיר. דארט האט איין גענעאל געזאגט אז איך האב אנגעגרייט טויזענעטער סאלדאטן אויף פערדן, מיט שפיזן אין די הענט. האט אים א צווייטע גענעראל געזאגט: ביסט משוגע? פערדן אנטקעגן טאנקן???
האט אים די פוילישע גענעראל גע'ענטפערט: מיין זיידעס האבן מלחמה געהאלטן מיט פערדן און מיט שפיזן, און זיי האבן אלע געוואונען. איך וועל אויך זאוי געוואונען די מלחמה. און די סוף איז באקאנט.
[/quote]

מנהל! ביטע אויסשפארן דעם צודרייטן נטורי קרטא'ניק. זאל ער גיין צו די בעבי'שע פארום.קיינער וועט נישט וויינען נאך אים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/12/2009 22:50 לינק ישיר 

NOYOUCANT
על פי פקודת דעם מנהל קען איך מיט דיר נישט ממשיך זיין צוליב דעם וואס די פארדרייסט דעם שמועס.

ווארימער, פון דערקלערן פאר די גאנצע וועלט אז מיר זענען "גלות געטריי" ביז קלאפן אין ריקן פאר ביליגע רוצחים ימש"ו איז דא א לאנגער מהלך!

האק נישט אין קאפ מיט אלטמאדיש... סאטמאר רב ז"ל איז געווען גארנישט ווייניגער אלטמאדיש און ער האט קיינמאל נישט "מחזק" געווען רוצחים, בפרט נאך ווען דעמאלט'ס בימים ההם האבן זיי נישט געטון אזעלכע נידריגע רציחות ווי זיי טוען היינט.

כלל:

ערקלערן אז מיר זענען מקבל דעם עול הגלות
האט קיין שום קשר מיט "מחזק" זיין ביליגע רוצחים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:10 לינק ישיר 

עטליכע וויכטיגע פונקטן:

1. "נטורי קרתא" האט קיינמאל נישט געגעבען חיזוק פאר רציחות, זיי זאגן פאר די "רוצחים" דאס דער תורה געטרייער כלל ישראל איז נישט ענקער בר פלוגתא.

2. ווען אלע רבנים, רבי'ס, ראשי ישיבות, וואלטן געשיקט דעם זעלבען מעסעדזש פאר די אראבישע וועלט, וואלט דער כעס אויפן ארטאדאקסישען יוד געווען פיעל קלענער.

3. עס איז נישט קיין שום איסור צו קלאפן דעם גוי אין פלייצע אדער מארטשן מיט אים מיט א גלות'דיגן צוגאנג (מען קלאפט די פלייצע פאר אלע פאליטשיענס פאר א פאר דאלאר - ואין פוצה פה !).

4. ווער עס זאגט אז רביה"ק זי"ע איז געווען מתנגד צו מפייס זיין די גוים וואס די ציונים האבן אין זיי מורד געווען, איז א מהרהר אחרי רבו, ומספר אחרי מטתן של ת"ח, און זאל זיך מוחל זיין נאכאמאל ארפאזעצן לערנען זיינע הייליגע ספרים, מיט א אויפריכטיגקייט, נישט מיט ווייבערישע אדער צייטונג געפילן.

5. אויף רבי מיכאל בער זצ"ל און אויף רבי יוסף חיים זצ"ל האט מען אויך געטייטלט מיט די פינגער אז זיי זענען פארערטער.

6. דאס אלעס אויבענדערמאנט האט גארנישט צוטיען מיט "נטורי קרתא", עס אל"ף בי"ת פון יודן אין גלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:23 לינק ישיר 

מיטן קלאפן אין ריקן פאר א רוצח וואס ווארפט ראקעטן נישט וויסענדיג ווי דאס גייט זיך אויפרייסן איז מען "מחזק" דעם רוצח, מען זאגט אים "מיר זענען אויף איין פעידש מיט דיר".

ווען וואלט... העטעך פעטעך

קלאפן אין פלייטע פאר פאליטישאנס יא! פאר רוצחים נישט! עס איז א איסור פון לא תעמוד על דם רעיך!

אויף נומער 4 בין איך פולי מסכים, אבער די וועסט אויך מיזן מסכים זיין אז נאכן לערנען די ספרים בעיין וועסטו נישט טרעפן אפילו א רמז אז מען דארף קלאפן א רוצח אין ריקן.

די זעלבע וואס האבן געשריבן אין אלע גאסן אויף סאטמאר רב "רבינו סר מן מדרך" האבן במשך אלע יארן געטייטלט אויף אלע ערליכע אידן וואס זענען נישט געווען אינגאנצען אויף זייער זייט.

איך ווייס נישט פון וועלכע אויבן דערמאנטע די רעדסט... דאס קישן א רוצח וואס האט גע'הרג'עט מיט קאלטע בליט איז א "התחברות לרשע" אויפן זעלבן פארנעם ווי "התבדלות מרשע" אויב זענט איר מקיים די "התבדלות" דורך "התחברות" איז דאס א מצוה הבא בעבירה און אין א געוויסע זין א "בוצע ברך ניעוץ ה' רח"ל"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 03:33 לינק ישיר 

טייערער חבר ! - מ'האנדלט מיט צו ערנסטע ענינים, דעריבער רעדט נישט מיט כעס און שימף ווערטער, לאמיר באהאנדלן די זאך מיט א רואיגן געוויסן:

* ווען איינער האנדלט מיט א האלד-אפ'ניק, און דער איינציגסטער וועג איז עם צו קלאפן אין ריקען, דארף מען זיין א טאטאלער מטורף צו זאגן אז מען טאר עם נישט קלאפן אין ריקן, ווייל דאס איז התחברות לרשעים, אפשר איז יעקב'ס ביקן צו עשיו אויך געווען התחברות לרשעים, אפשר איז רבי מיכא' בער'ס פארהאנדלונגען מיט די נאציס אויך געווען התחברות לרשעים.

* ווען מען שטודירט יודישע היסטאריע אין גלות, זעהט מען אז דאס איז דער אויסגעסטראטענער וועג פון גלות.

* דאס וואס די זאגסט סטעיטמענטס פון "רבינו סר מן הדרך" איז סתם טעראר, די קבוצה יודן זענען אפשר די איינציגסטע וואס די לעצטיגע 20 יאר לערנט מען מידי שבת בשבתו ביי שלוש סעודות בעיון רב, דרכו ושיטתו פון רביה"ק זי"ע, ווצב"ש על הגאולה ועל התמורה, גחלי אש, ויואל משה, וכו'.

* אויב געפעלט דיר נישט דעם דרך, דאן זאג דו אדרבא וואס איז "יא" דער תורה'דיגער דרך אראפצונעמען אין אונזער היינטיגן מצב דעם בלוט-דורשט'יגן כעס פון די אראבער, וואס די ציונים זענען גורם מידי יום ביומו בשם כל ישראל.

אדרבא לאמיר הערן דיין גאנג...?!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 04:11 לינק ישיר 
הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א שטעלט אוועק דעם תורה'דיגן שטאנדפונקט !!!!

* classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" width="425" height="344" xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרה"ג מהר"א כהן שליט"א - "פרא פאלעסטין" שבת מאנטשעסטר ראללי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext