צו זאגן אז דער וועג פון הכנעה ארבייט נישט, איז ח"ו כפירה אין תורת משה, אין די עצה פון יעקב אבינו ע"ה וואס האט זיך געביקט, געהאלזט, מתנות, וכו' פאר עשיו דעם רשע דעם רוצח.
ווען אין היינטיגן מצב וואלטן אלע ארטאדאקסישע יודן זיך מאחד געווען אויף איין פראנט מיט "הכנעה" צום אראבער, וואלטן אזעלכע קאריקאטורס נישט צעשטאנד געקומען.
ליידער טוט מען דאס נישט, און אויב אפאר יחידים זענען זיך מוסר נפש צו זיין שליחי ציבור, מוציא זיין כל הקהל פאר אומזיסט בלי שום תשלום גמול, דעמאלטס ווערט אחדות אין כלל ישראל, סאטמאר-מזרחי \ איד-בלאט \ פרום-פריי - זיי שליסט יעדער אויס פון ציבור.
נוא וואס קען מען ערווארטן דער אראבער זאל טראכטן אויפן פרומען יוד ?!
|
|