היסטארישער אוצר אין שטוב פין סאטמאר רבי'ן אויף יוז סטריט
סאטמערע חסידים איבער די וועלט האבן אויף גענימען מיט גרויס פרייד אז מען האט געטראפן גאר היסטארישען אוצר
פינעם סאטמערען רבי'ן מהר"א שליט"א אין זיין דירה אויף יוז סטריט, דער אוצר איז שוין איבער 40 יאר אלט.
ווען די רבי שליט"א האט זיך ארויס געצויגן אויף קרית יואל פאר 30 יאר צוריק האט ער געלאזט אסאך זאכן אין זיין דירה אויף יוז סטריט, ער האט איבער געלאזט
5 בענדער חידושים על הש"ס
תורות פינעם בעל דברי יואל וואס דער ברך משה האט אפגעשריבן
2 היסאטרישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל וואס זיי שרייבן צי אים
דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די הורמנא בזה"ל "בראותי שהתורה מחזורת על אכסניא שלה יצאתי מגדרי "
בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי
אין נאך אינטערסאנטע זאכן.
די רבי שליט"א האט במשך די יארן פרובירט אויף צי זיכן די כתבי יודת אבער ס'איז געווען אן ערפאלג
ער האט שוין דעראויף אויף געגעבן.
די לעצטע פאר וואכן האט מען אנגעהויבן איבער צי בויען די אויבערשטע דירה אויף יוז פארן רבי'ן
אין מען האט געטראפן אסאך אלטע באקסעס פארשטיפט אויבן אויף א קלאזעט
אין מען האט זיי אנגעגרייט ארויס צי ווארפן אין די מיסט, ווייל וויפיל מען האט געקוקט האט מען געזעהן אז ס'טראגט גארנישט קיין ווערט.
דער מסבב כל הסיבות האט צי געפירט אז א יונגערמאן האט אנגעהויבן צי נישטערן אין די באקסעס
ער האט זיך פשוט נישט געקענט גלייבן וואספארע אוצר ער האט געטראפן.
ער האט דאס אריין געטארגן צים רבי'ן, די רבי איז געזעצן שעות פארטיפט אין די תורות, וואס ער האט געשריבן יארן צוריק.
כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה.
נשלח ב-24/12/2009 19:13
איך הער אז נעקסטע וואך הייבט מען איבער בויען די געוועזענע דירה פון ר' זלמן לייב אין בארא פארק, וואס מיינט איר גייט מען דארט טרעפן באהאלטן אין קלאזעט?, כל המחלל שם דשמים בסתר נפרעין ממני בגלוי.
נשלח ב-24/12/2009 19:38
איך וועל נעמען רשות הדיבור צו דערציילן וואס איך האב געהערט מכלי ראשון, ווייל איך זעה אז די מעשה האט שוין א שטיקל בארד.
די אופן המציאה איז נישט נוגע דא, איך וועל נאר צוקומען צו דעם וואס מען האט געטראפן.
8 העפטן חידושי תורה פון די ל' יארן (על התורה).
אסאך צווארפענע צעטלעך פון חידושי תורה וחידושי סוגיות.
א כת"י פון ברך משה ווי ער האט פארצייכנט א תורה פון רבין ז"ל אין שעראן ספרינגס אין די כ' יארן.
2 היסטארישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל. (דאס איז לפי הידיעה די איינציגסטע כתב הורמנא פון שאפראנער רב, ווייל ער פלעגט נישט געבן קיין הורמנא פאר קיינעם, און ביים רבין שליט"א שרייבט ער אז קענענדיג דעם זיידן דעם עצי חיים, און ער האט געזען די הורמנא פון טשאקעווער רב, איז ער געווארן נייגעריג צו זען צו התורה מחזקת על אכסניא שלה, און ער שרייבט דארט דעם לשון אז ער גייט ארויס מגדרו צו געבן א הורמנא זעענדיג זיין געוואלדיגע גאונות ובקיאות).
הסכמות אויף זיינע חידושים פון הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, ולהבחל"ח הגאון בעל מנחת יצחק, והגאון בעל עטרת יהושע ז"ל. (אלעס אין די ל' יארן) בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי און נאך אינטערסאנטע זאכן.
נשלח ב-24/12/2009 19:59
באזוכנדיג אין "די אידישע וועלט" האב איך געזען אז איך האב פארזען געוויסע זאכן, בין איך מעתיק ווי דארט באריכטעט
וויליאמסבורג: אין ליכט פון די רענאוואציעס בבית אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויף היוזסט. איז וואונדערליך אנטדעקט געווארן גאר טייערע און ווערטפולע חפיצים וועלכע זענעןמיסטריעז פארשוואונדען געווארן פאר באלד דרייסיג יאר פון ווען דער רבי האט זיךגעצויגען קיין קרית יואל אנצונעמען דאס ארטיגע רבנות.
עס רעדט זיך פון אפריוואטע זאמלונג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן מרן הברךמשה מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט אלס אינגערמאן זייענדיג דער סיגוטער רב פון וומ"סגעוואונט אויף 152 היוז סט. העכער דעם סיגוטער ביהמ"ד, מיט די צייט זענען די זאכעןבאהאלטן געווארן און שפעטער פארפאקט געווארן מאין רואה ביז מיט דריי וואכען צוריקווען עס איז אונטערגענומען געווארן רענאוואציעס אויף די דירה און די אנטיקען זענעןאפגעשוינט געווארן פון מיסט (!) דורך א נייגעריגער חסיד.
דער זאמלונג איזכולל צווישען אנדערע; 1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטעררב 2) די אריגינעלע מכתב מיט די חתימת ידי קדשו פונעם רבי'ן זי"ע אויף דאסאיבערדרוקען דעם ספר תולדות אדם מזקינו פאר זיין פלימעניק מהר"א 3) חידושי תורהמרביה"ק זצ"ל וואס מרן הברך משה ז"ל האט אפגעשריבען נאכען וויילען עטליכע שבתיםבמחיצתו בקרית חוצות בשעראן ספרינגס 4) פארשידענע כתבי ידות וועלכע ווערן נאך דיטעג איבערגעקוקט דורך מומחים וואס דער רבי אדמו"ר מהר"א האט געזאמעלט אין די אינגעיארען 5) פינף העפטן חידו"ת פון מהר"א געשריבען בימי חורפו בהסכמת המנח"י הרמ"אפריינד זצ"ל ולהבחל"ח הגאון בעל שבט הלוי שליט"א 6) צוויי מכתבי הורמנא פאר'ןרבי'ן מהר"א; איינס פונעם שאפראנער רב ר' שמעון ישראל פאזען זי"ע בעמח"ס תורת א' (דאס איינציגסטע וואס ער האט געגעבן על אדמת אמעריקא ווי ער שרייבט "בראותי איךשהתורה מחזרת על אכסניא שלה, יצאתי מגדרי") און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' שמואל אברהם זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.
די מעשה גייטצוריק מיט א דריי וואכען ווען הרב ר' שמואל שלמה טעללער מעורכי ספר ומשה היה רועהומגיד מישרים בק"ק סאטמאר, האט זיך פאראינטערעסירט ביי איינע פון די ארבייטער אויפןפלאץ צו עס איז נישט פארהאן דארט קיין היסטארישע זאכען. דער אינגערמאן האטאוועקגעמאכט זאגנדיג "נאר אלטע טשעקס און שטרות פון מכירת חמץ וכדו" הרב טעללער האטגעבעטן אז ער זאל אים דאס אוועקלייגען ווייל עס קען דאך זייןאינטערעסאנט.
יענער טאג איז דער דערמאנטער אינגערמאן (נאמען געהיט איןרעדאקציע) צוריקגעגאנגען צו די דירה און צו זיין שטוינונג איז דער קעסטל געליגעןצווישען די זאכען אנגעגרייט געווארען צו גיין אין מיסט, ער האט דאס זאפארטאריינגעשטעלט צו זיך אין קאר און דאס געליפערט צו ר' שמואל שלמה'ן.
צוםערשיטערונג פון ר' שמואל שלמה, האט ער אונטען פונעם קעסטל געפונען די דערמאנטעהיסטארישע אנטיקען (דער שטעקן איז עקסטער געפונען געווארן) וואס ער האט שיין מסדרגעווען און ארגענעזירט, ביום ג' דחנוכה הבעעל"ט האט ער דאס אריינגעטראגען צום רבי'ןאדמו"ר מהר"א להשיב אבידה לבעלים, וועלכער איז געווען גאר מרוגש טרעפענדיג זיך מיטזאכען וואס ער האט שוין נישט געקלערט ווידער צו זעהן.
ביים רבי'ן אין שטובהאט איינער אנגעמערקט צו דאס גייט אריין אין די שאלה פון המציל מזוטו של ים, אבערעס איז אנגעוויזען געווארן דורכן רבי'ן פון תוס' און ראשונים אין ב"מ אז וויבאלד דיחפיצים זענען למעשה נישט ארויס פונעם רשות פונעם בעה"ב הייסט דאס נישט קיין אבידהבכלל.
סאמארער חסידים האבן אויפגענומען די נייעס מיט גרויס סאטיספאקציע אוןשמחת הנפש, וואוסענדיג אז די חפיצים האבן גאר א טייערען שאץ און ווערט לכל קדשי ביתסאטמאר.
ברוך משיב אבידה
נשלח ב-24/12/2009 20:15
איז די כתב יד פין הרב הגאון ר' פנחס עפשטיין ז:ל דא ?
איך הער אז נעקסטע וואך הייבט מען איבער בויען די געוועזענע דירה פון ר' זלמן לייב אין בארא פארק, וואס מיינט איר גייט מען דארט טרעפן באהאלטן אין קלאזעט?, כל המחלל שם דשמים בסתר נפרעין ממני בגלוי.
ווי קימט איינס צו די צווייטע, ער איז ב''ה נישט 'קאמפעטישען' פין סאטמאר, ער קומט נישט אריין דא
נשלח ב-24/12/2009 21:44
קאן זיין אז דאס איז אן השגחה פרטית אז דאס זאל קיין קרית יואל נישט אנקומען אין זיינערצייט, כדי דאס זאל נישט רח"ל פארברענט ווערן אין די שריפה פון אלע ספרי קודש און חדושים.
והי' המחנה הנשאר לפליטה.
נשלח ב-24/12/2009 22:00
wow
ס'ווערט אנדעקט אז ר אהרן האט גע'גנב'עט ירושה בחיים!!!!
1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטעררב
טאקע חשובע כתבי ידות די כתבים זענען לכאורה אסאך ווער ברחניות ובגשמיות אבער הלאט איר נישט אז מען טרייבט איבער דא? וואס די חפצים זענען ניצול געווארן פון א ווועלט מלחמה? סך הכל איז דאס געלגעבן ביים רבי'ן אין דירה נאר מען האט נישט געדענקט דערוועגן און יעצט איז דאס אפיר געקומען... מה כל הרעש?
נשלח ב-24/12/2009 22:47
דאס הייסט א מציאה? איך האב אויך געטראפן מיין אלטע "היסטארישע" טיש-בעקישע וואס כ'אב אוועקגעלייגט פאר 18 יאר צוריק אין מיין בוידעם, ב"ה געטראפן היינט, א סענזאציע!