לכבוד ידידי היקר הר"ר "געגאנגען" נ"י.
ס'איז נישט ריכטיג ווען מען באהאנדלט, ענינים וואס איז נוגע צו די "הצלה" פון כלל ישראל, צו קידוש שמו ית', סתם צו האבן א פרייע פעדער און שרייבן לאזונגען:
· אפגעריסענע משוגעים
· שעדליכע רודפים
· פארלאנגן אטענשאן
איך מיין אויף עסקנים פון זק"א, חברים, שומרים, הצלה, ביקור חולים, משביע, מתעסקים, וואלסטו אין וויסטן חלום נישט אזוינס געשריבען, פשוט ווייל די פארשטייסט אז ווען א מענטש חלש'ט דארף מען רופן "הצלה", און ווען מען האט א פלעט רופט מען "חברים".
פארוואס זאלסטו נישט פארשטיין, אז גאנץ כלל ישראל איז יעצט אנגעוויזן אויף איין גרויסן
ארגאניזירטן "הצלה" קאל
צוליב די שרעקליכע סכנה און חיה"ש וואס דער ציונות האט אנגעווערטשאפט.
אדרבא, טייערער ר' געגאנגען נ"י.
מאך די א בעסערן דזשאב, פון די "אפגעריסענע משוגעים", די "שעדליכע רודפים", די וועלכע "פארלאנגען אטענשאן", לאז די דיך ארויס אויף די יארכע אין די שרעקליכען צובוזשוועטן מיטל מזרח, פראביר די אראפ צונמען די געוואלדיגע סכנה, וועלכע לאקערט ח"ו אויף דיר, דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע ברודער דורכ'אויס גאנץ כלל ישראל.
נעם דיך צו דער ארבייט, אונטער סיי וועלכן נאמען עס גליסט דיר, אן קיין "משוגעת", אן קיין "רדיפה", אן קיין "אטענשאן", איך וועל זיין פון דיינע גרעסטע שטיצערס אי"ה.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך !!!!