באשרייבנוג איבער חזן הרב פנחס גאלד
קרעדיט יודיש וועלט
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=10116#p305691
ווער בין איך בכלל אראפ צומאלעווען אדער צו רעדן און מסביר, און ניצן מיין ארימע פעדער אראפצולייגן דעם געהויבענעם און ווארעמע קבלת שבת וואס מיר האבן די וואך מיטגעהאלטן מיט'ן וועלט בארימטן חזן פינטשיק,
חזן פינטשיק פאר זיך וואלט פארדינט בלעטער אויף בלעטער נאר אויף צו פראבירן מסביר זיין זיין שטימע,
זיין ארויף ציען איז נישט צום באשרייבן, זיין קול איז אום און די הענט זיך צו שפילן דערמיט וואו א פידל ביים קלעזמיר, ס'דינערט ווען ס'ברויך און ס'איז דין און וואונדערליך ווען ס'ברויך, ווייניג וואס מ'הערט היינט אזאנס,
לאמיר נישט כאפן, עמער פראבירן גיין צושטייטלעך,
ווער שירה איז דארף איך פאר קיינעם נישט מסביר זיין,
ווען גאלד,גוטמאן,אדלער,גרינוואלד,פריעד
קומען זיך צוזאם אינטער איין דאך, מיין איך דארף קיינער נישט ניצען עפעס אויסערליכע כח הדמיון צו פארשטיין אז דאס איז געוועהן א היט פון א דאווענען,
מ'ליינט און די אמאליגע ביכער וואו מ'האט אראפ גערופן א חזן און שטאט, און די חזן האט זיך מיטגעברענגט זיין קאפעליע, אטא דאס איז דא געוועהן,
חזן פינטשיק איז פארופן געווארן צו קומען מהנה זיין דעם עולם מיט א קבלת שבת, און מיט זיך האט ער מיטגעברענגט פינעף לייבן.
די קבלת שבת איז נישט געקומען אזוי אינטער די פיס, אויף דעם האט זיך די קאפעליע געגרייט פאר טעג, און יעדע דעטאל איז אויסגעשמוסט געווארן, און ס'האט זיך טאקע באמערקט ביים דאווענען, יעדע ריר האט געקלאפט,
די חברה האבן זיך געשטעלט ארום די חזן און אזא האלבע רינג, ס'האט געגעבען א בליק וואו זיי זענען דא אום צו באשיצען,
אנגעפאנגען האט זיך עס מיט די טראדישינעל לכו נרננה...
ווען שירה שטייט פון אונטען און ברימט אינטער די לאו און די היי הארמעני.. הערליך....
שפעטער איז געקומען שירו לה' איז אויך געוועהן אויף די בחינה, די חזן האט מהנה געוועהן און שירה האט אונטער געברימט,
אזוי איז עס געפארן ביז בעמוד ענן, דארט האט גוטמאן פון שירה איבערגענומען די שטיקעל, ער האט אראפגעלייגט זייער זייער א שיין שטיקעל, ביי די לעצטע פאר ווערטער האט די חזן צוריק גענומען און אריין געפלאכטן זיין שטימע, ס'איז געוועהן א געלוגענע דריי,
מזמור לדוד הבו לה' איז געוועהן פסוק ביי פסוק, פארשטייט זיך באגלייט מיט די הערליכע ברימעריי פון די קאפעליע,
אויסגעלאזט האט די שטיקל אונזער חזן מיט שירה בענעזאם, שיין איז נישט די ווארט פאר דעם,
לכה דודי איז יעדע שטיקעל געוועהן אן עקסטרע ניגון, שיינע אלטע שטייטע ניגונים, (איך געדענק נישט אלע אבער אנגעפאנגען האט זיך די ערשטע שטיקעל מיט די שלום עליכם ניגון פונעם רבי'ן ז"ל, וואס זאל איך איך זאגן... שירה איז פייייןןן...
מזמור שיר ליום השבת האט אויסגעלאזט פריעד, איך ווייס נישט צו איינער דא האט אום שוין אמאל געהערט דאווענען, אבער ווען ער דאווענט צוגיסט זיך עס און די ביינער, אזוי הארציג, אזוי זאפטיג, סופער...
ה' מלך האט אונזער חזן אראפגעלייגט איינס און אזעלעכס, דער עולם איז געזעצען מיט אפענע מיילער,
און יעצט גיימיר צו צום היט פוינט,
און דאס איז רזא דשבת,
שירה האט דא אראפגעלייגט א דזשאב וואס איך האב און מיין לעבן נישט געהערט,
גוטמאן האט דא איבער גענומען די זאך, זיין שטימע איז א חידוש, זיין דרייען מיט די שטימע איז נאך א גרעסערע חידוש, אדלער האט געזונגען די היי הארמעני, און גוטמאן האט חזן'סט עפעס אויסטערליש, ס'האט זיך געשפירט וואו אויף אן אנדערע פלאנעט, צומאכענדיג די אויגן האט זיך געשפירט וואו איינער פירט דיך אוועק און א ליידיג פעלד וואו די זין גייט אונטער און מ'איז מקבל דעם שבת מיט א מתיקות....
ביי די שטיקעל פון כדין שירותא האט חזן פינטשיק צוריק גענומען דאס ווארט, און אריין געפלאכטען א הערליכע ענדינג, ס'האט אויסגעזעהן וואו דאס איז א חלק פונעם ניגון, אויפגעוועקט האט מען זיך ווען מ'האט געדארפט ענטפערן ברכו...
ביי ופרוש איז ווייטער געוועהן חזן מיט שירה,
ושמרו האט זיך אנגעפאנגען מיט די באקאנטע ושמרו ניגון, און נאכדעם האט די חזן איבער גענומען, און ארויףגעצויגן מיט זיין שטימע אזש ביז די ווענט האבן געציטערט,
ויכולו, האט שירה מיטן חזן אנגעפאנגען צוזאמען,
מזמור לדוד איז געוועהן מיט א ניגון געזינגען דורך שירה, הערליך שיין,
און מיט דעם האט זיך געענדיגט אונזער קבלת שבת, יעדער איז אהיים מיט א שמייכל און מיט עפעס א אויסטערלישע זיסע טעם און מויל,
אן אמת'ער קבלת שבת, אה... אלע טעמים,
דיסקלעמער: ס'קען זיין אז איך האב אביסל אויף געמישט מיט די שטיקלעך, ווער ס'האט געזינגען וואס, אבער בערך אזוי,
און טאקע דא וויל איך מיך אויסדריקן א הארציגן דאנק פאר איינע פון די חברי הקרעטשמע הרוצה בעילם שמו, וואס האט מיך פאראויסגעזאגט און געשטיפט צו קומען דאווענען, וואו גערעכט איז ער ווען ער האט מיר געזאגט אז מיט פינטשיק און שירה וועסטו קיין חרטה נישט האבן, וואו גערעכט,
 |
|
|