| נשלח ב-28/12/2009 03:29 |
|
| |
זאליס ב"פ: רביה"ק זי"ע נישט בעל הבית!
היינט איז געווען טישן אויף בענק ביי די דין תורה אין ב"פ, דאס איז געווען ווען די הנהלת המוסדת בראשות רבי אהרן וועלץ שליט"א האבן געזאגט ביי די דין תורה, אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז די פולקאמער בעל הבית אין די מוסדות, און רבי אהרן וועלץ איז נאר איין איינגעשטעלטער, אזוי ווי עס איז געווען ביי מרן רביה"ק בעל דברי יואל, און מרן רביה"ק בעל ברך משה.
און אזוי ווי דער אמת איז.
ווי א עראפלאן קראך האט עס געלאנדעט אויף די זאליס, שניאור קליין האט אנגעהויבען צו שרייען קולות אז טאמער מען ברענגט דא אריין איבער די רבנות דעמאלס לאזט ער איבער די דין תורה און קומט מער נישט צוריק, און רז"ל האט אים בפירוש געזאגט אז טאמער מען רעדט איבער רבנות אדער פון סיי וועלכע זאך חוץ בארא פארק, זאל ער איבער לאזן די דין תורה.
בי"ד האט געזאגט אז זיי זעהן נישט פארוואס מען טאר דאס נישט אריין ברענגען, און זיי קענען לכאורה נישט גיין ווייטער, ווייל מען דארף דן זיין צו רבינו שליט"א איז בעל הבית, מען דארף צוריק גיין ווי די שורש פון די מוסדות קומען, און ווער עס האט עס מייסד געווען.
און דאס איז זיכער אז רביה"ק בעל דברי יואל האט געגרידערט די מוסדות און ער איז געווען בעל הבית, דארף מען קוקן ווער עס האט עס פון אים איבער גענומען, און ווער האט די כוח פון אים היינט.
דא איז אויפגעשפרינגען שניאור קליין, און געשריגען מיט עזות און חוצפה, אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נישט בעל הבית געווען אין די מוסדת!!!! און ער האט עס נישט געגרינדערט!!! נאר יונתן פייערווערקער, ממילא באלאנגט עס היינט פאר יעקב בערקאוויטש...
ווי שעמט זיך נישט אזא יונג צו זאגן אזא זאך!!!
אוי לאותה בושה!!!
נאך זיך ארום הרג'נען פאר 4 שעה איבער די נושא, האט שניאור געזאגט אז טאמער מען גייט זיך נעמען רעדן איבער די נושא, דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה, עס איז געבליבען אז מען וועט ווייטער זיך ארום טענה'ן ביי די נעקסטע זיצונג.
ווי עס קוקט איצט אויס האלט עס ביי דעם, אזוי ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט, אז די זאליס וועלן אוועק גיין פון דין תורה, ווייל דין תורה איז ביי זיי חזיר טרייף, איצט גרייטן שוין די זאליס צו גאנצע זעק מיט תירוצים פארוואס זיי האבן איבער געלאזט די דין תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 04:53 |
|
| |
מען האלט שוין באלד 5 שעה פונעם ענדיגען די דין תורה.
די זאליס האלטן נאך אין מיטען באקן א ווערסיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:21 |
|
| |
זאגסטו דו קענסט נישט פארשטיין וואס עס נעמט זיי אזוי לאנג, דיר נעמט עס אינגאנצן אפאר מינוט.....
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:22 |
|
| |
עס האט גענומען גאנצע 5 שעה אזוי לאנג ווי דין תורה האט זיך געצויגען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:26 |
|
| |
אה כ'האב געמיינט דו ביזט מער געלונגען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:38 |
|
| |
ר' מרדכי באבד האט גרויסע חשכות, ער וויל ווערן רשכבה"ג, זיין פלאן איז אריין צו שלעפען גאנץ סאטמאר זאל ווערן געפסק'נט ביי אים.
דאס וועט נישט פאסירען, כפי הוראות דייני דקהלתינו ובראשם מרן הראב"ד שליט"א, אז דאס קען נאר געפסקנ'ט ווערן דורך דייני דקהלתינו, באבד איז נישט קיין דיין פון סאטמאר.
איז טאמער באבד וועט אונז הייסן טרעטן אויף די הוראה ודעת תורה פון דייני דקהלתינו, וועלן מיר דאס נישט טאן, נאר פאלגן די הוראה פון רבני דקהלתינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:40 |
|
| |
פאפיטעס, האו עבאוט א פשרה? לאמיר סעטלען אויף ר' מענדל זילבער, ר' געציל בערקאוויטש, און ר' ישראל דוד הארפענעס אלס דיינים. איז עס גענוג סאטמאר פאר דיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:46 |
|
| |
אלע 3 זענען אהרונים, און נאר 1 איז א סאטמאר דיין.
ר' געציל זענען מיר מסכים אז ער זאל זיין איין דיין אבער ער קען נישט באצאלט ווערן פון די אהרונים.
חוץ דעם קען נישט ר' ישראל דוד פסק'נען ווייל ער איז א איידעם פון איין תובע שמואל אויבערלענדר.
חוץ דעם קען נישט ר' מענדל זילבער זיין א דיין ווייל ער ווערט אהרונים רב אין לאנדאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:49 |
|
| |
פאפיטעס ביזט ווארט זאגער? איך קען באשטיין סיי ר' ישראל דוד הארפענעס אפי' זיין שווער איז אבערלאנדער און ר' מענדל אפי' ער ווערט לאנדאן'ער רב
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:50 |
|
| |
און שיער פארגעסן כ'בין מסכים אויף ר' געציל אפי' ער ווערט באצאלט פון די ארונים!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:51 |
|
| |
אלעס וואס מיר דארפן איז אביסל טינט פון ר' אהרנ'ס קליינע פעדער אז ער שרייבט אונטער שטרי בירורין אדער ווי מ'רופט עס אויף ענגליש 'ארביטרעישן', מיר קענען שוין צו גוט דעם בחור, נאכן די''ת וועט ער זיך נעמען לערנען ''מתוך...''
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:58 |
|
| |
מען רעדט אזא דין תורה ווי אין ב"פ, ווי מען האט נישט געדארפט קיין חתימה פון ר' אהרן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 05:59 |
|
| |
(היידפארק איז קראנק, איך לייג דא איבער מיין גאנצע תגובה.)
פאפיטעס, וואס מיינט סאטמאר? וואס מיינט דיין? זעליג. גלייב מיר, הלואי וואלסטו געווען דער ווארטזאגער... ליידער ביז היינט זענען ביי ענק פאפיטעס והדוגלים בשיטתו די ווארטזאגער, ווען נישט וואלט שוין דער סכסוך פון לאנג געווען ביי דין תורה, וב"פ יוכיח.
ווי שוין געזאגט צענדליגער מאל וועט כ"ק רבינו שליט"א אונטערשרייבן די מינוט וואס דער אויסגעקליבענער בי"ד פארלאנגט עס פון אים. מ'קען זיך נישט אויסנעמען פון פאראויס קיין תנאים איבער זאכן וועלכע זענען א טייל פונעם עצם דיון.
עניוועי, כ'וואלט נישט געדארפט העלפן פאפיטעס פארקריכן פון די ארגינעלע טעמע פונעם אשכול, און כ'וועל בל"נ זיך מער נישט צוריקקערן דא צו די אלטע אויסגעדראשענע טעמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 06:00 |
|
| |
טאקע ב.פ. יוכיח ווי שווער איז געווען צו ברענגען דעם אהרן וועלץ'ן צו די''ת, און קוק אן אנשטאט לאזן בי''ד פסק'ענען איז ער נאר ביזי אריינצושלעפן ווי מער פארוויקלטע ענינים וו.צ.ב. ווער איז רבי אין סאטמאר, וואס איז נישט מעלה אין מוריד לגבי דעם דיון דינן דארט, ומשם ראי' ווען ער ווייסט אז ער איז גערעכט לכשלעצמו, וואס דארף ער צוקומען אז בי''ד זאל זאגן אז ר אהרן איז רבי און דורכדעם, אפי' ער איז נישט גערעכט (-דהיי' ארויסצולייגן 2 חברי הנהלה אין די צייט וואס ער איז איינגעשטעלט אונטער זיי -) קען אים ר' אהרן מאכן בעה''ב?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 06:05 |
|
| |
כ'האף כאטשיק אז ווען קיינער זעט נישט לאכסטו א גוטס אויף דיינע אייגענע געבראטענע שטותים.
זענען נישט ענק געווען די וועלכע האבן אלעמאל געשריגן אז דער רבי איז בעה"ב אויף די נכסי הקהלה? שפירסט נישט וואספארא חוזק דו ביזט ביים שרייבן אז עס "איז נישט מעלה און נישט מוריד לגבי דעם דיון דארט"?!
אדרבא, דאס איז דער גאנצער דיון! דער ציל און צוועק פון די גאנצע דין תורה איז אך ורק ווער ס'זאל זיצן אויבנאן ביי די חומש סעודה!
אונז האמיר נישט געקענט פאפן אפילו באראש אדער די אנדערע געריכטן, וועמען ווילסטו פאפן ביים היימישן ציבור?!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 08:48 |
|
| |
טאמער דאס איז די דיון צו די רבי איז בעל הבית, קען עס נאר געפסקנט ווערן דורך די דייני הקהלה, כפי פסקם דייני דקהלתינו ובראשם הראב"ד שליט"א און הגה"צ ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל ראב"ד ירושלים.
וואס האבן שוין גלייך נאך די לוי' מכתיר געווען כ"ק רבינו מהרז"ל שליט"א, נאכן אויסהערן עדות נאמנים אז דאס איז געווען די רצון פון בעל ברך משה.
ממילא טאמער עס קומט צו דעם איז די גאנצע בארא פארק דין תורה אויס, ווייל עס איז שוין געפסקנט.
|
|
|
|
|