| נשלח ב-31/12/2009 18:05 |
|
| |
ברעיקינג: "יש בזה דין רודף" !!!
איינער האט מיר אריינגעשיקט אין אימעיל א בריוו וואס עטליכע פון די גרעסטע תלמידי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האבן געשיקט פארן בי"ד אורח מישור זיי מחזק צו זיין אין ליכט פון די שרעקליכע טעראר שטיקלעך וואס זיי גייען דורך פון די קווינס בחורים פאר זייער חוצפה פון טון די גרעסטע עבירה שבתורה: שיקן א הזמנה, ל"ע ורח"ל. צווישן די אונטערגעשריבענע זענען פאראן עטליכע וועלכע שטייגן איבער בחכמתם וצדקתם אלע דריי "שלשה רועי בקר" וואס האבן ארויסגעגעבן דעם רשעות'דיגן און עם הארצ'ישן 'פסק' קעגן הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, נאר זיי פארמאגן נישט אזויפיל מער פונעם שמינית שבשמינית ווי יענע רועי בקר. איך בין בכלל נישט דער וואס זאל מעיד זיין אויף קיינעם פון די גדולי התורה וועלכע זענען אונטערגעשריבן אויף דעם בריוו, נאר אויף איינעם וויל איך זיך אפשטעלן, הגה"צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, מיט וועמען איך בין פערזענליך נאנט נאך פון מיינע יארן אין די ישיבה גדולה, און כ'בין טיף איבערצייגט אז ווען נישט דער איד זאל אזוי אפווייכן פון כבוד און פירסום כבורח מפני האש - אזש דער נייער פאסטן אלס דיין אין ביהמ"ד דברי חיים אין קרית יואל האט מען אויף אים ממש ארויפגעצווינגען נאך לאנגע יארן וואס ער האט עס בשו"א נישט געוואלט אננעמען, און כפי השמועה האט ער דארט ממש באוויזן וואונדער - וואלט ער היינט צו טאג געווען פון די גרעסטע משפיעים בדורינו! צווישן אנדערן ברענגען די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א ארויס אינעם בריוו אז דורך ארויסגעבן אזא רשעות'דיגן 'פסק' כאילו הרה"ח ר' דוד עקשטיין האט א דין מסור, האבן די שלשה רועי בקר באקומען א געהעריגן דין "רודף"!
איך לייג שוין ארויף דעם בריוו.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 31/12/2009 18:16:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 18:13 |
|
| |
 ס'גייט מיר נישט ארויפצולייגן געהעריג, כ'לייג ארויף א יוסענדאיט לינק, ווער ס'קען זאל עס ביטע אהערברענגען געהעריג.
מכתב הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א
תוקן על ידי געגאנגען ב- 31/12/2009 18:15:46
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 18:20 |
|
| |
איך מיין אז די ביהמד הייסט בית דוב נישט בית נחום דוב
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 18:32 |
|
| |
קען זיין, וויפיל איך ווייס איז די בריוו נישט אפיציעל ארויסגעגעבן געווארן און מ'האט עס דערפאר נישט געהעריג מגיה געווען (איך פערזענליך קען זיך נישט צופיל אויס מיט די דארטיגע בתי מדרשים).
א דאנק פארן ארויפלייגן.
תוקן על ידי געגאנגען ב- 31/12/2009 18:32:45
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 19:23 |
|
| |
1) פארוואס האט דוד נישט געשיקט די הזמנה פון די בי"ד דקהל יט"ל (במבצר הכוללים) בנשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א ?
2) פארוואס האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל נישט אינטערגעשריבן אויף די קול קורא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 19:39 |
|
| |
ווייל ווען ער שיקט ווען פון דארטן וואלט איך אלץ א ארוני געזאגט אז ער האלט נישט ביים גיין צו די"ת יעצט בין איך אבער איבערצייגט אז ער וויל יא גיין
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 21:02 |
|
| |
איך זע די אלטע ליצים האבן זיך ווידער אויפגעוועקט, זיי קענען נישט גלייבן אז סאיז דא אפשר א ווייטע מציאות אז זיי זאלן רח"ל מוזן גיין צו דין תורה, רח"ל רח"ל רח"ל.
און זיי נעמען צוריק זייער אלטע מהלך פון גיסן פעך און שוועבל אויף די אלע תלמידי חכמים וואס וואגן זיך צו זאגן א ווארט אנדערש ווי זיי האבן פארגשריבן. וויל איך זיי פרעגן איין זאך, ענק קענען אפילו די מענטשן אויף וועמען ענק וואגן זיך אזוי צו ש רייבן?
איך האלט קלאר אז סמוז זיין אז דאס זענען פראסטע עזות פענימער קווינס בויעס וואס הייבן נישט אן צו וויסן מיט וועמען מהאנדלט דא. קיין איין עלטערער מענטש וואס האט געלערענט אין סענדז סטריט וואלט זיך נישט געוואגט צו רעדן אזוי מיאוס קעגן אזעלכע אידן ווי ר' מרדכי דוד קאהן אדער ר' אלימלך לאנדא, פון די געווייקסטע סאטמארע חסידים, וואס זענען נאך אין סענדז סטריט געווען מסלתה ומשמנה מיט וואס סאטמאר האט אייביג שטאלצירט!
טשאטער און ר' קויפמאן קענען זיך פארשטעקן פאר יעדן איינציגן פון די אונטערגעשריבענע תלמידי חכמים, און אפילו שארמאשער רב קען זיך ווייט נישט פארמעסטן מיט רוב פון די וואס האבן אונטערגעשריבן דעם מכתב חיזוק!
די בעסטע געפעלט מיך נאך ווי זיי שרייען אז דאס זענען איינגעשטעלטע... דאס קומט פון א פארטיי וואס שרייט שוין באלד צען יאר אז מען מוז גיין מיט א דין תורה נאר צו פעיראלל דיינים...
דער שארמאשער מיט טשאטער מיט ר' קויפמאן זענען נישט קיין נוגעים בדבר גארנישט, הא?! זיי זענען נישט בעל דין'ס וואס זענען געווארן דיינים, און רופן זיך גאר "בית דין"?! זיי זיצן נישט אויף פעריאלל פון זלמן לייב וואלדמאן מיטן טרויעריג בארימטן מסור, הא?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 22:11 |
|
| |
נוטראלער
ווען דער דיין שרייבט אונטער וואלסט דאך געשריגן איינגעשטעלטער, די בילד אין בלאט פאריגע וואך ווי ער טאנצט מיט דוד עקשטיין איז מער ווערט ווי דער אונטעשריפט, דאס ווייזט פאר די גאנצע וועלט אז מען לאכט פון ענקערע שלשה רועי בקר
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 00:52 |
|
| |
זענען געקומען עטליכע תלמידי חכמים אין געשריבן ''א מכתב חיזוק פאר'ן בי''ד' אין די מוסרים והולכים בערכעות זענען אזוי ווילד...... א אשכול מיט 5 בלטעטער ווי יעדע קווינס בחור גיבט אויס זיינע קללות אין בויך וויי מורא האבענדיג אז די זאך קען ח''ו אנקומען צו די''ת.....
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 03:44 |
|
| |
ברעיקינג: נפתלי שיסט צוריק!
כ''ק אדמו''ר נפתלי בלומענפעלד שליט''אמיט כ''ק אדמו''ר הגה''ק נחמן שטויבער שליט''א און זייער בי''ד'ס שריפטשטעלער המשגיח אהרן ווייס ארבעטן יעצט אויף א בריוו
(KiddingJust )
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 01/01/2010 03:44:56
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 03:48 |
|
| |
ניטאמאל פאר דזשאוק איז עס גוט סיי וועלכער קעכער אדער מענידזשער איז מער פון דעם פוסטן בלימענפעלד
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 03:51 |
|
| |
יעדעס ווארט איז איבריג, איך און דו ווייסן וויאזוי וואלסט אים געשעצט ווען ער וואלט געהייסןהרה''ג רבי נפתלי בלומענפעלד שליט''א ר''מ בק''י
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 11:37 |
|
| |
וועגן דעם טאקע איז ער נישט ר''מ אין ק''י ווייל ער איז וואס ער איז וד''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 17:49 |
|
| |
די חשובע רבנים שרייבען קלאר און זייער בריוו:
והנה אם כי שורש הסכסוך הינו דיני ממונות, ובוודאי שאין בידינו להכריע בזה, כי ע''פ דין תורה צריך לדון בזה רק מי שאין לו נגיעה בזה כמבואר בחו''מ סמן ז סי''ב
די חילוק צוווישען ערליכע יודן מיט להבדיל די זאליס און בני יואל, איז שטארק בולט מיט די דאזיגע ווערטער,
דער ערליכע יוד, איז צו געבינדען צום שו''ע, צו די הייליגע תורה, און אז די תורה זאגט אז א נוגע איז פסול לדין ולהעיד, איז עס אים אלס יוד מחייב, און ער רעד נישט אריין אונעם גאנצען סכסוך, ער ווייסט אז ער איז אויף פעראל שטייט ער ווייט פונען סוכסוך,
און ביי להבדיל אלף אלפי הבדלות די זאליבאנעצער מיט זיייער קאלעגעס די בני יואל, איז עס פינקט פארקערט, וואס מער נוגע ער איז, אלס מער באגלייבט איז ער, לויט די נייע תורה פון די דאזיגע עבריינים, זענען צוויי ברידער געהעריג כשר אלס עדות, די גאנצע דין פון נגיעה, האט ביי זיי נישט קיין באדייט,
די טיטול רעפארמערמער איז דאס פאסיגסטע אויף די דאזיגע עבריינים,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 18:07 |
|
| |
פארוואס דערציילסטו נאר א האלבע מעשה? פארוואס דערציילסטו נישט די אלע פון ענק אליינס וואס האבן נישט אונטערגעשריבן, ביז דער מסור האט נעבעך געמוזט בלייבן מיט אלי' סימאן שלמה זאבעל און יוסף לייב קאהן?
וואס איז די מעשה מיט ר' געציל? ר' סופר? ר' ליפשיטץ, ר' שטויבער, און אלע אנדערע דיינים וואס האבן דיך געזאגט אין פנים אריין אז דו האסט עובר געווען אויף די תורה און זיי גייען נישט זיין נותן יד לפושעים?
דערצייל דערצייל, אונז וויל מיר הערן אלעס!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:19 |
|
| |
וואלסט חשק געהאט אז הגאון הגדול רבי געציל שליט"א זאל ענטפערן די דריי פורים משוגעים.
ווען אבאמא וועט ענק ענטפערן די בריוו וואס עטץ האטס אים געשיקט, די זעלבע טאג וועט דאס פאסירען...
די בני המן מיינען טאקע אז מיר וועלן נעמען הגאון הגדול רבי געציל שליט"א און זאל זיך מטפל זיין מיט די משוגעים.
די דריי משוגעים זענען אפילו נישט ווערט, אז דער דיין שליט"א זאל אפילו א קוק טאן אויף זיי.
די געהויבענע אידן וואס שרייבן די צעטיל אויבן, איז אויך שוין גאר איבער די ווערדע צו ענטפערן די דריי משוגעים.
איך וואלט גענומען אזאנע ווי דער גאלדענגעטער, לאשאנץ, מענדעלע ווייס, בראדער, שפאטיווקער, וכו' זיך מטפל זיין מיט די משוגעים.
|
|
|
|
|