| נשלח ב-3/1/2010 02:27 |
|
| |
פלאקערט: משה לוזער בלייבט אין דערהיים
דער געוועזנער גבאי משה בן פראדל האט נעבעך געמיזט בלייבן מיט בושות וחרפות אין ווילי אויף דעם שבת, נישט קענעדיג פארן קיין קרית יואל מיט זיין תלמיד רז"ל.
די מעשה ציט זיך שוין א גאנצע וואך עס פלאקערט און עס ברענט, שמואל טייטלבוים, ליפא קרויס האבן געמאלדען פאר משה , אז ער קען נישט מיט קומען קיין קרית יואל אויף שבת, ווייל די זאליס אין קרית יואל ווילן אים נישט זעהן פאר די אויגן, אויך די בני יואל ווילן אים נישט זעהן.
ממילא קען ער נישט מיט קומען אין ער דארף בלייבען אין דערהיים, משה האט געברענט ווי א פאקל, ער האט געסטראשעט מיטן ארגסטן, ער האט אריין גענומען שמשון שפאטיווקער אינעם בילד, א גאנצע וואך האט שמשון געמאכט פאני קאלס צו ליפא קרויס, און שמואל טייטלבוים.
משה האט געזאגט דענערשאטג נאכט אז ער פארט און שמשון פארט מיט, אבער פרייטאג צופרי איז ער געוואור געווארן אז שמואל טייטלבוים האט אנגעדרייט א אפאר אינגעלייט, וואס האבן געמאכט א מיטונג דארנערשטאג נאכט אז טאמער משה קומט, דעמאלס טראגן זיי אים ארויס, זיי גייען אים נישט לאזן פירן די זאך, און אוודאי נישט שטיין אויבן אן, זיי זענען גרייט אפילו אויף מכות, אבער משה אראפ.
משה איז געוואור געווארן דערפון, זיינע קינדער זענען אריבער צו אים און געבעטען אז ער זאל נישט פארן ווייל ער גייט האבן בזיונות וחרפות, און עס קען קומען צו בלוט פארגיסונג, משה זעהענדיג אז ער האט שניט קיין ברירה איז ער געבליבען אין ווילי ווי א סוטה, ער האט אויסגעקוקט ווי איינער וואס זיצט שבעה נאך אלע זיינע קינדער.
משה שווערט ביטער נקמה, ער ברענט פאר כעס, ער וויל נישט איין זעהן אז שמואל ט"ב האט אויסגעפירט, און משה איז אפילו ביי די זאליס היסטאריע.
משה בן פראדל איז אויסגעשפילט אפילו ביי די זאליס, ער איז א טויטער מענטש, די איינציגסטע זאך וואס ער קען נאך אפטאן די זאליס, איז ווען ער שטארבט נישט צו ליגן אין פאלאקס מיט די מאנגאס...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 02:39 |
|
| |
איך גלייב שווער אז שמשון יאנקל האט געפלאנט צי פארן אויף קרית יואל אויף שבת. ווייל שמשון יאנקל טיילט דעם יאפטשיק יעדן מוצאי שבת אין ראדני ביי מלוה מלכה, ווי די גרעסטע פרעסערס פין די שטאט קומען זיך צאם פאר דעם יאפטישק מענטשן וואס זענען נאר איינמאל געווען אין ראדני ווען שמשון יאנקל טיילט דעם יאפטשיק זאגן אז שמשון ליגט מיט די רמ"ח איברין אין דעם פרעס.
מי שלא ראה יאפטשיק לא ראה פרעס מימיו.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 03:09 |
|
| |
משה'ס גוטע צייט'ן האבן זיך גע'ענדיגט, מער נישט די בעה"ב פון די וועלט, קען מער נישט איינטיילן פאר קיין איין רב, רבי, מו"ץ, דיין איינגעשטעלטע וואס צו טוהן. פשוט עבר זמנו בטל קרבנו, אדער אויף פויליש "נעמא". ניט דא.
אוי איז דאס זיס, עס קען נישט זיין בעסער, דער אומ-מענטש וועלכע האט געפירט גאנץ סאטמאר אין א בלוט באד אדאנק זיין נער'ישע תאוות השררה, איז גע'ענדיגט.
ער האט פארלוירן זיין גאנצע POWER וואס ער האט געהאט. אפילו סטראשן זלמן לייב אזער ברענגט צוריק רבינ ושליט"א קען ער אויך נישט, ער קען אים מער נישט סטראשן אז ער ברענגט צוריק רבינו שליט"א צו זיין טאטע וועלכע האט אזוי געבענקט נאך אים.
עס דערמאנט מיר ווען רבינו בעל ברך משה זי"ע האט א שידוך געטוהן מיט זיין עלצטע איר אייניקל מיט הרב יואל גלאנץ שליט"א, האט משה גבאי אריינגעלאזט רבינו שליט"א און די גאנצע משפחה, אפנעמען די מזל טוב. ווען מ'האט געפרעגט משה נאכדעם וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן די אמת ווי אזוי די אהבה פונעם הייליגן טאטע צו זיין געליבטע זוהן שפראצט פון אלע זייטן, און ווי אזוי ער שעפט נחת. ווי אזוי האסטו עס צוגעלאזט?
האט ער גע'ענטפערט: קודם כל איך האב נישט גע'חלומ'ט אז עס וועט זיין בילדער פון דעם. און צווייטענס, איך האב געוואלט ווייזן פאר זלמן לייב און שמואל קאמפאט, "איך בין נאך בעה"ב, ווען איך וויל קען איך מאכן ריוויינד, און צוריקדרייען די טעיפ פון ווי איך האב עס אפגעשטעלט".
והנה, רבינו ז"ל האט צוגעמאכט זיינע הייליגע אויגן אויף אייביג , משה איז מער נישט בעה"ב אויף סאטמאר און אויפ'ן מנהיג הדור. האט משה געהאפט צו זיין כאטשיק בעה"ב אויף די שונאים פונעם רבי'ן. און יעצט טראךךךךך!!! דאס אויך נישט.
הדא היא דכתיב, געגעסן פארשטינקענע פיש, און פון שטאט ארויסגעווארפן.
תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 03/01/2010 03:11:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 04:54 |
|
| |
עס איז איינגעפירט אין די גויש'ע -און אפי אין די אנגלא-אידישע וועלט, אז א גוטע שרייבער גיבט ארויס ''פיקשען ביכער'' (פיקטיווע פאלשע מעשיות), און די אינטערעסאנטע פאקט איז אז זייערע פאלשע ביכער אויף וואס זיי שרייבן מיט קידיש לבנה אותיות ''נאוועל - פיקשען'' גייט נאך בעסער ווי זייערע עכטע מעשה-ביכער!רבי יונה איז נישט שלעכט אין פיקשענס, אין פאקט איז ער להבדיל אזוי ווי קול-מבשר, יעדע צופרי און יעדע נאכט ערליך - אפי' מוצאי שבת! די איינציגסטע זאך וואס ער פעלט איז ארויפצולייגן אויף זיינע אשכולות די וויכטיגסטע ווארט ''פיקציע''!
ווער ווייסט אפשר מיט עס, וואלט זיך זיינע געבעקסן וואס בלייבן אייביג ליגן, זיך פארקויפט ווי הייסע לאקשן?!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 04:58 |
|
| |
טיפעקל זאלי, ער קען לייקענען אז די וואך איז בכלל געווען שבת ויחי, באלט ווער ער שרייבן אז די וואך איז געגאנגען במדבר...
משה גבאי איז געווען די וואך אין ווילי, יעדער האט אים געזעהן ער האט געשאלטן און געשמיפט, קומט דער זאלי און שרייבט לא דובים ולא יער, ער איז גאר געווען אין ק"י...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 05:01 |
|
| |
אה....... ער איז געווען אין ווילי?! איז דאך די מעשה יא אמת, וואס זאגסטו נישט אזוי תיכף....? דא לאכט מען
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 05:09 |
|
| |
די לאכסט, אבער משה דער געוועזענער גבאי וויינט...
איך האב הנאה אז עפעס ביסטו שוין מודה אז ער איז נשיט געפארן און געליבען אין ווילי.
שרייב אז מען האט אים געקענסעלט די טיקעט צו פארן מיטן פליגער קיין ק"י...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 05:24 |
|
| |
דא זאגט רז''ל פאר משה גבאי ''דו בלייבסט דא!!!'' {יונה איז געשטאנען אינבעק און מיטגעהאלטן, כיטערע הא? גוד דזשאב}
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 15:37 |
|
| |
רבי יונה ערשט'נס אַ דאנק פאר'ן מעלדן אז האדמו"ר מהרז"ל איז געווען אויף שבת צוגאסט אין מאנארא צווייטנ'ס די זאלוינים שעמען זיך אבסעלוט נישט מיטן באזייטיגן ר' משה פ"מ ער האט שוין גענוג אפגעטהון אין זיין לעבן ענדערש זענען די זאלוינים פארנומען צו קעשן דאס וואס ער האט יא אויפגעטהון....
אבער וואס יא, דו מיינסט אז מיט דיין שרייבן דא אז דער משב"ק ר' שמואל ט"ב איז דער אנדרייער דערפון וועסטו עפעס אויפלאקערן עפעס אַ פייט צווישן דעם געוועזענעם אינעם איצטיגן גבאי, האסטו אַ גרויסן מיסטעיק ר' שמואל איז נאך אזוי קלוג ווי דיר און ער וויסט זייעהר גוט וויאזוי דאס צו פארמיידן
יא ר' משה פ"מ זאל טאקע בלייבן אין וומ"ס און מתקן זיין אביסל זיינע צוויי צענדליגע יארן פון מעשים תעתועים אנטקעגן רבנים דיינים ת"ח און קהילות קדושות צווישן תש"מ-תש"ס אולי וועט ער נאך האבן עפעס אַ שטיקל כפרה....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 22:44 |
|
| |
משה גבאי טרעט אליין אפ, ווייל אונזער עולם דארף אים נישט, מיר דאנקן אים ווארעם אויף וואס ער האט אונז דערליווערט.
ער איז גענוג קליג אליין אפצוטרעטען איצט ווען אנ"ש זענען זייער ברוגז אויף אים.
בפרט פארוואס ער האט נישט געלאזט רבינו שליט"א מוחה זיין אויף די סגירת פונעם ביהמ"ד בית יואל דורך די מסירות.
אהרונים עטץ קענטס אים צוריק נעמען.
הי איז פאר סעיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 22:56 |
|
| |
אינטערסאנט!
ביי די זאלי'ס אין מקוה און אפילו אין אנדערע אשכולות זאגן נישט די זאלי'ס אז משה איז זיי א שונא אדער משה דארף אפטרעטען וכו' מען הערט דאס נאר פון 'זאליס וואס דרייען זיך דא'...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:00 |
|
| |
לאז די אהרונים זיך אויסטשוכענען, זאלן זיי זיך פרייען מיט דעם.
אנשטאט שרייבן א גאנצען טאג חלה דעקל
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:02 |
|
| |
אין אזא פאל זאגט מען "אבי נישט צווישן אידן".
אזא טעראריסט איז ער נאך היינט-צו-טאג? נאר אונטער א ניק אויף הייד פארק מעג מען רעדן אויף אים?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:28 |
|
| |
יא יא חברה (אינקלאדינג שכלדיג פאפיטעס) איי העוו פאר אלל אוו יו סעד ניוס: ''משה איז העיר טו סטעי!!!''
נישט אז ענק ווייסן עס נישט, נאר איך וויל ענק זאלן איבערחזר'ן און אראפשלינגען דעם ביטערן פיל...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 23:59 |
|
| |
"די זאלוינים שעמען זיך אבסעלוט נישט מיטן באזייטיגן ר' משה פ"מ ער האט שוין גענוג אפגעטהון אין זיין לעבן"
"יא ר' משה פ"מ זאל טאקע בלייבן אין וומ"ס און מתקן זיין אביסל זיינע צוויי צענדליגע יארן פון מעשים תעתועים אנטקעגן רבנים דיינים ת"ח און קהילות קדושות צווישן תש"מ-תש"ס אולי וועט ער נאך האבן עפעס אַ שטיקל כפרה...."
שיין דערלעבט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2010 00:07 |
|
| |
דאס דערמאנט מיר די ביטערע קללות וואס די זאליס האבן געשאלטן משה גבאי, ווען ער האט געגעבן די אינטערוואו פאר די אויסגעשפילטע צייטונג שעה טובה. די ביטערע קללות נמרצות, די שעלטעריי, די אנזעץ ווי אזוי משה האט ארויסגענומען מיט א קליינע נאדל דאס גאנצע ליפט פון די באלון מיט'ן נאמען היתכן? ווי אזוי קען די רבי געבן אן אינטערוואו פאר משפחה? אט די באלון האט מיעוס געפלאצט ווען משה האט געגעבן זיין נערישן (ער איז טאקע משוגע, אדער ער מאכט זיך נאר??) אונטערוואו דארט.
די ווערטער וואס זיי האבן אים באשאנקן, איז גאר נישט אנדערש ווי די ווערטער וואס איך האב געזאגט חוה"מ פסח תשנ"ט. שיין זיך דערלעבט
|
|
|
|
|