| נשלח ב-3/1/2010 17:59 |
|
| |
ערשטע חתונה אין קרית יואל אן די שט"ראף" בקרוב!
די וואך איז געקומען די בשורה טובה אז בקרוב גייט בעהש"י גאנץ קרית יואל ענדגילטיג פטור ווערן פון די שרעקליכע טעראר וואס דער שטראף לייגט דארט ארויף די לעצטע 25 יאר!
אין די נעקסטע פאר וואכן גייט באנייט ווערן די נייע זאל פון בני יואל און סגייט דארט פארקומען די ערשטע חתונה אין קרית יואל וואו די סאו קאולד "מרא דאתרא" אדער איינער פון זיינע שלוחים וועט נישט זיין סידור קידושין!
די טעראר עפאכע איז פיינעלי אינגאנצן פארטיג! נאו מאור פייניגן ערליכע אידן!
אזויווי די טעראריסטען האבן שוין לאנג געסטראשעט מיטן ערגסטן אויב מווייזט די רויטע שמאטע פון סידור קדושין, און וואס זיי האבן שוין געוויזן ביי די ילד אז זיי האלטן זיך נישט אפ אפילו פון אפענע רציחה ווי דער מסור דוד עקעלשטיין האט לעצטענס מודה געווען ברבים, איז דערווייל נאך א סוד ווען די חתונה גייט זיין, אבער גרייטס ענק ארונימלעך! איט וויל סאן בי אווער! ווערי סאן!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 19:22 |
|
| |
דאס איז זיכער אז מען דארף לערנען טאנצן די טעראריסטן אבער... איך וואלט פארט נישט געוואלט זיין דער חתן אדער אפילו פון די שושבינין אויף די ערשטע אזא חתונה
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:03 |
|
| |
קודם כל זיי מיר ביטע מסביר ווי אזוי מען האלט א חתונה בסוד... ווען רופט מען דעם עולם, 3 מינוט פאר די חופה?
צווייטנס האב איך געהערט אז ר' אהרן איז סיי ווי נאר מסדר קידושין אויף חופות וואס ווערן געשטעלט פארנט פון זיין דירה דעריבער מיין איך אז די שמחה איז אביסל שפעט און איבערגעטריבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:27 |
|
| |
לולא, לאמיך דיך פרעגן א פראגע, און איך ערווארט א אויפריכטיגן ענטפער, אויב גיט מען פאר א אהרוני א טשויס פון צושפארן דעם קרעטשמע אינטערן בית המדרש הגדול אדער דאס קומט מיט א מעכטיגן פרייז, אז די בני יואל מאכן זיך אויף א אייגענעם זאל ווי זיי וועלן נעמען א אייגענעם מסדר קידושין צו וואלטן מיר דאס אנגענומען אדער נישט?,
דו שפעקאלירסט?, איך וועל דיר העלפן, מיר וואלטן דאס געכאפט מיט צוויי הענט, מיינסטו אז פאר אונזער רבי איז טאקע א יחוס צו זיין מסדר קידושין ביי די קרעציגע בני יואל?, זיכער אז נישט, אבער אלץ דער מרא דאתרא האט ער דאך נישט קיין ברירה, און ער דארף צו גיין, אבער ווי איר ווייסט איז ער דארט געווען כאילו קפאו שד, יא!, איך שעם זיך נישט מודה צו זיין, עהם איז דאס זייער נישט באקוועם געווען, און פאר די בני יואל/זאליס איז נאך מער ביטער געווען, זיי האבן זיך געביסן די ליפן, אבער קיין צופיל ברירות האבן זיי נישט געהאט, אדער זענען זיי אוועק געלאפן קיין מאנסי צו מאכן די חתונה, אדער האבן זיי זיך צו געשטאפט די נאז און אזוי געטובלט,
אבער יעצט, ווען די מחוצפים וואס זענען במילא בועט בכל התורה כולה, זיי רייסן ארויס גאנצע פרשיות פון די תורה, גאנצע סימנים פון שולחן ערוך, גייען עפענען א זאל, ווי זיי וועלן וועלן נעמען אייגענע פורקי עול צו זיין מסדר קידושין, איז דאס לכאורה א שטיקל גאולה פאר רבינו שליט''א, און די מסדרי קידושין וועלן זיין צו שאנד אין צו שפאט ביי די גאנצע וועלט, יעדער וועט זיי באשרייען אלץ מחוצפים ואס גייען אקעגן א מרא דאתרא, דאס אליין איז שוין א געואלדיגער געווינס, און אז מען באקומט נאך א באונוס, אז מען האט פאר מאכט דעם מושב לצים אין די בעק פון בית המדרש הגדול איז די שמחה פיל גרעסער, איך פארכט מיך נאר אז די ערליכע בני יואל וועלן נאך אלץ רופן רבינו שליט''א צו זיין מסדר קידושין אין זייער נייעם זאל נו, וואס וועט ער דעמאלטס טוהן?, לכאורה וועט ער שיקן אהין איינעם פון אונזערע דיינים עהם צו פארטרעטן, אבער דאס איז זיין פראבלעם, און איך בין זיכער אז ער וועט זיך א עצה געבן, אבער די שמחה רבה פון אפשפארן דעם קלאב, וועט בכלל נישט פארמינערט ווערן מיטן עפענען דעם זאל, אדרבה ס'וועט נאך צו געבן צו די שמחה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:40 |
|
| |
שכלדיג, שכל'דיג געענטפערט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:41 |
|
| |
יאנקעלע דיין פראבלעם ווערט ווען בני יואל האט א חתונה זאל און אוהל פיגא עפנעט זיך צוריק, סוף כל סוף וועלן בני יואל האבן ביידע.
נ.ב. אויב איז דאס טאקע אזא אפקומענישט פאר דיין רבי פארוואס טאקע גיבן ענק נישט ארויס א זאל נאר בתנאי אז ער איז מסדר קידושין?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:57 |
|
| |
די הלכה איז סידור קידושין געהערט פארן א מרא דאתרא.
אין אלע שטעט ווער עס האט זיך ארום געשפילט דערמיט, האט זייער ביטער אפגעשניטען רח"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 20:59 |
|
| |
יענקלע'11 האסט געבויט אַ שיינעם פשעטיל אבער אויף וואקלדיגע יסודות (ווי נפ האט ערווענט) ווייל ווער ווייסט וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיט די בית פיגא, לאך נישט קיינמאל פאר'ן ענדע פון אַ קארט-קעיס והעבר יוכיח
אבער דאך מוז איך דיר געבן קרעדיט דו שרייבסט כללית'דיג זייעהר צו די זאך און זייעהר צום פוינט און אנדערע ווערטער דו בארירסט זייעהר קלוג און ריכטיג (נישט גופטיג) ביזן פינטל, איך לייג שוין לאנג אַ אויג אויף דיינע ווערסיעס ווייל לדעתי קומט דאס נאכ'ן הערן אסאך פון ביידע קרייזן אין סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:00 |
|
| |
נייפעלע, ווילאנג דער ווערץ הויז איז אפגעשפארט על בריח ומנעול, און דער זאל איז אויך נאר "ס'גייט" זיין, האלטן מיר זייער גיט, לדעתי גייט דער מושב לצים קלאב זיך נישט אזוי שנעל צוריק עפענען, איך מיין אז יעקב מאיר פערענץ וועט פריער האבן א וואלד אויף זיין האנד ווי דאס וועט זיך עפענען, על כל פנים היום יום, זענט איר טיף במחתתיך, מיט א זאל צו אן א זאל, איר האט געכאפט א פליק וואס איר קענט אייך נישט אזוי שנעל זעהן ארויס דערפון, און עפענען א נייעם זאל וועט גארנישט פארמינערן דעם פראסק וואס איר האט געכאפט, דער ברך משה זי''ע מוהט זיך פאר אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:04 |
|
| |
די ערשטע חתונה וואס איז געפלאנט איז אן אייניקל פון ר' יוסף דוד הירש, זיין זוהן וואס איז א איידם ביי ר' אפרים שמואל פעלדמאן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:06 |
|
| |
וויפיל דער 'ברך משה' מוהט זיך פאר די אהרוינים דורך אויס סאטמאר איז זייער קלאר... דאס עפענען פון בית פיגא איז נישט געוואנדן נאר לויט די איצטיגע קארט קעיס, ווייל אפילו אויב בני יואל פארלירט האבן זיי נאך 10 וועגן צוריק צו עפענען. דאס עפענען איז סך הכל א שאלה פון צייט, איך געדענק נאך ווען איר האט געשווירן (פונקט ווי איצט) אז 'חרדים' וועט זיך נישט עפנען
די אהרוינים האבן שוין באוויזן א גאצע ליסטע פון חיי שעה פארדינסטן (ווי דאס איצטיגעג אפשטפארן בית פיגא) און צוריק באקומען לאנג שטייענדע פארלוסטן (ווי א נייע חתונה זאל פון בני יואל)
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:08 |
|
| |
על הגאולה איך האפ דו האסט גענומען רשות פון ביידע צדדים אויף די חתונה צו פארענטפליכן זייערע נעמען ברבים ווייל אויב נישט ביסטו באגאנגען אַ געפערליכע טריט וואס קען טייער קאסטן...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:11 |
|
| |
יישר כח שכל'דיג, אבער זייער א קנאפער ענטפער, ווייל מיט עתידות און מיט העטעך פעטעך, קענסטו נישט אפפרעגן א עקזעסטירעדיגער געווינס, לאמיד דיך פרעגן, אויב חלילה וחלילה, גייט זיך טאקע עפענען דער זאל, (וואס וועט מסתמא געשעהן), און עס וועט זיך טרעפן א באנדע מחוצפים, (א באנדע מיינט: צוויי מחותנים, חתן וכלה און א מסדר קידושין, כולם מחוצפים) וואס וועט זיך מסתמא אויך טרעפן, און (א העטעך פעטעך) ס'וועט ל''ע געשען א אומגליק פון דעם חתונה, (איך בין אויך ענטייטלט צו א העטעך פעטעך), וואס וועט דעמאלטס זיין, נישט קיין קרעטשמע, נישט קיין חתונה זאל, דאפעלטע לאזערס!, יו גאט מיי פוינט?, וואס עס גייט זיין ווייסן מיר קיינער נישט, "והעבר יוכיח" איך רעד נאר כהיום יום, דער ווערץ הויז איז אפגעשפארט, דער נייער זאל איז נאך נישט אפן, און אפילו ס'וועט זיך יא עפענען איז דאס נישט קיין שום אומגליק ככתוב לעיל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:20 |
|
| |
יענקל'11 זיי מיך נישט חושד ח"ו אז איך גיב רעכט אויף ארויסצוגיין קעגן אַ מרא דאתרא אין יסודות'ידגע ענינים, ספעציעל ווען מען גייט בויען אַ נייעם שטוב און מען איז אנגעוואנדן אין אסאך סייעתא דשמיא און עס איז אַ שאד דאס צו פארפאטשקען מיט פאליטישע טריק'ס רח"ל, עס אזל קלאר פון מיינע רייד נישט אויסזעהן קיין מינדעסטע חיזוק צו אזא וועג איך האב דיר נאר מעיר געווען אז זאלסט נישט רעדן מיט אזא פארזיכערטן טאן פון די פארמאכן די בית פייגא שוהל פאר ווען די קעיס איז געפארטיגט
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:21 |
|
| |
יענקעלע, אויב וועט העטעך פעטעך רח"ל ח"ו 'נישט' געשען א אומגליק, ביסטו א ערענסטע רחמנות...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2010 21:23 |
|
| |
ר' אפרים שמואל פעלדמאן איז נישט קיין שונא, טא דאס מיינט אז ער וועט אויף די חתונה נישט גיין?
|
|
|
|
|