משוגעים: שבת התוועדות אין עזה
די וואך איז געפראוועט געווארן די שבת התוועדות פון די משוגעים וואס ריפען זיך נטורי קרתא, עס איז פארגעקומען אין עזה.
כידוע האט מרן רביה"ק זי"ע זיי אנגעריפען "מחריבי קרתא", און געזאגט אז זיי זענען ארגער נאך פון די ציונים, און זיי מאכן אלעס חרוב.
די שבת איז דורך זייער ווארעם... מוצאי שב"ק ווי א דינער האט זיי באטראפן אז זייער חבר ר' דוד שמחה האכהייזער פון מאנסי, די גבאי פון משה בער בעק איז נפטר געווארן.
ר' דוד שמחה איז געווען פון די וויזניץ'ער מורדים, און איז געווען אדוק ומקושר צו משה בער בעק, מען האט אים געזעהן ביי אלע פארטעסטן מיט די אראבערס, ער איז נעבעך געווען א צובראכענער איד, אפגעשליסען און אפגעריסען.
ר' דוד שמחה איז נפטר געווארן, און פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך, זיין משפחה איז געגאנען צו די בני יואל, זיי האבן פארלאנגט $650 די קאסט פונעם גראבן א קבר ביינאכט.
אזוי ווי די זאליס זענען געוואור געווארן דערפון האבן זיי אנגעהויבען איין לייגען וועלטן אז מען זאל אים לייגן אין פאלאקס לאט מיט די מאנגאס, די זאליס האבן איבער געדרייט א וועלט, די משפחה האט מתחילה נישט געהאט קיין חשק, נאר זיי האבן געזאגט פאר די זאליס אז זיי האבן נישט קיין פעני, און טאמער מען גיט זיי אומזינסט מען בעט זיי גארנישט דעמאלס לייגן זיי אים אין פאלאקס.
די זאליס האבן זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און צוגעזאגט אלעס אומזינסט, אויך האבן די זאליס צו געזאגט צו באצאלען די טהרה, קבורה, תכריכים וכו'.
די משפחה זעהענדיג אז עס איז א שעת הכושר, און ווי שטארק די זאליס פייגערן פאר א נפטר, האבן זיי אנגעהויבען צו בעטן געלט פון די זאליס, אז מען זאל זיי באצאלען פארן גוף, נאך זיך ארום אמפערן האבן די זאליס זיי געגעבען $1000 פארן גוף, חוץ פון באצאלען אלע הוצאות קבורה וכו'.
אזוי איז ר' דוד משה אנגעקומען צו פאלאקס לאט, ווי ער איז באגראבען געווארן צווישען די מאנגאס.
ליצים זאגן: איצט קען שוין מחמוד אחמדינג'אד די פרעזידענט פון איראן קומען רוהיג קיין אמעריקא נישט מורא האבן אז טאמער ער וועט שטארבן וועט ער נישט האבן ווי צו ליגן...
בילדער פונעם שבת התוועדות אין עזה

 |
|
|