בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/1/2010 22:40 לינק ישיר 
ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!

 

כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א האט נאך חדשים לאנג פארהאנדלונגען צוזאמגעשטעלט א בית דין וואס ביידע צדדים האבן מסכים געווען זאל דן זיין אויף סאטמארע נכסים אין בני ברק אריינגערעכנט שיכון קרית יואל מוסדות יטב לב די זאלן און האטעל פון שיכון און בתי מדרשים פון סאטמאר,

דער סכסוך האט זיך אנגעהויבן ווען משה חיים ווייס האט אריינגעגעבן אין די משרד החבורות פון מדינת ישראל אז ער איז דער מנהל און האט מערער געווען אויף די הנהלה פון ר' עזריאל גליק און אנדערע אלטע חברי הנהלה, די הנהלה האט געעפנערט און געפיילט א דעקלערעשאן מיט א היתר פון צוויי בתי דינים, (שלשה רועי בקר לשיטת מהר"א) די ארונים האבן פארלוירן און געריכט און די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ בלי רשות בית דין, און ווידער פארלוירן,

נאכדעם וואס זיי האבן פארלוירן האבן זיי געזאגט אז זיי זענען גרייט צו גיין לדין תורה, אבער נישט געשיקט קיין הזמנה, זיי האבן געוואלט נאר גיין צו בתי דין פון בני ברק,

די הנהלה האט פארגעשאלגן זבל"א מיט דריי שלישים באמצע, א בית דין של חמש, די ארונים האבן דאס נישט געוואלט, זיי האבן נאר געוואלט א זבל"א מיט איין שליש און דוקא א שליש פון בני ברק, זיי האבן גענומען א בורר א ציוניסטיש געשטימטער קלויזענבארגער חסיד, ר' אברהם יעקב כהן, און דער בורר האט אפגעווארפן דריי פארשלאגן פון שלישים, פון חשובסטע בתי דינים אין די וועלט, בית דין עדה החרדית, בית דין מחזיקי הדת אנטווערפן, בית דין כדתיא לאנדאן,

אויף די בקשה פון סאטמאר בית דין צום גאב"ד אז ער זאל אויסקלויבן די שלישים, און ח"ו נישט לאזן קיין רבנים וואס גיין צו בחירות, האט דער גאב"ד זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט און משפיע געווען אויף די בני ברק'ער צו אפלאזן רא"י כהן און גענומען רי"ז גראז פון ניו יארק פאר זייער בורר,  די הנהלה האט גענומען דעם טשאקעווע רב אלס זייער בורר,

די צדדים האבן מסכים געווען אלס שלישים הגאון ר' מרדכי באב"ד און הגאון ר' אברהם ברוך ראזענבערג, אבער אויפן דריטן שליש האבן זי זיך נישט געקענט דורכקומען, די הנהלה האט געוואלט אז די צוויי שלישים זאלן אויסקלויבן א דריטן אבער די בני ברקער האבן געוואלט דוקא א בני ברק'ער וואס איז פון רב וואזנערס בית דין,

דער סוף פסוק האט דער גאב"ד מציע געווען א דיין פון עדה החרדית הגאון ר' נפתלי פרענקל און ביידע צדדים האבן מסכים געווען, דער גאב"ד האט געבעטן הגר"נ פרענקל ער זאל מסכים זיין צו זיין דער דריטער שליש, און חפץ ה' בידו הצליח, און ווי עס קוקט אויס וועט זיך אנהויבן דער דין תורה בקרוב,

אולי וועט דער ירושלים'ער רב יעצט מסכים זיין צו רעדן צו ר' אהרן ער זאל מסכים זיין זיך צושטעלן צו דין תורה איבער אלע סאטמארע קהלות ומוסודת און צולייגן אביסל טינט אויף די שטרי בירורין מיט זיין נאמען.....




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/1/2010 22:46 לינק ישיר 

האט שוין הגז"ל אינטער געשרעבן שטרירי בירורן אז די זאגסט אז ר' אהרן איז דער פראבעלם
טאמיר יא ברענג עס אהער ! 

ירא הקהל וישפוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/1/2010 01:14 לינק ישיר 

 אגוטע וואך

אן זיך צו אראפלאזן און פארמעסטן מיט באלאנד ווער פונקטליך איז דער הולך בערכאות הציוני און ווער איז דער וואס דין תורה איז ביי איהם א עבירה און מוקצה מחמת פחד.

איז אבער יא אפשר כדאי צו רעאגירן אויף די גרויסע "ברעקינג-נייעס" אז דער גאב"ד ירושלים שליט"א האט צוזאמגעשטעלט א בי"ד של חמש.

וויל איך אייך מגלה סוד זיין אז די "פרישע נייעס" איז שוין האלט אפאר מאנאטן, דער גאב"ד ירושלים שליט"א האט שוין צוזאמגעשטעלט אט די דאזיגע בי"ד של חמש מיטן זעלביגן קערפערשאפט פון רבנים פארגאנגענעם "חודש תמוז תשס"ט".

דאס איז געווען נאך וואס ווי באקאנט זענען די די רבנים פון ב"ב שליט"א ובראשם פוסקי דורינו בעל שבט הלוי שליט"א און מרן הגאב"ד שליט"א ארויסגעקומען פארגאנגענעם ג' אייר תשס"ט מיט א שארפן דע"ת צו די צד התובעים בערכאות הציוני אז די סכסוך מוז געברענגט ווערן זאפארט צו א בי"ד, און דאן האבן זיי זיך געוואנדן צום גאב"ד מיט אן אויסרייד אז זיי וואלטן גערן געוואלט זיך שטעלן צו די"ת נאר זיי שטערט דעם בורר מצד מוסדות סאטמאר ב"ב הגאון ר' יעקב אברהם כהן שליט"א ווייל ער איז א קלויזנבורגער.... און אויב מ'נעמט אראפ דעם בורר חתמ'נען זיי גלייך אויף שטרי בירורין, צו זייער גרויסן שטוינונג  האבן די הנהלת המוסדות טאקע אראפגענומען דעם בורר - אויפן בקשה פונעם גאב"ד ועלכער האט געוואלט דערמיט זיך ערצייגן האם יש אמת בדבריהם צו האלטן זיי טאקע ביים זיך שטעלן צו די"ת, און דאס איז געווען חודש תמוז ווען דער גאב"ד האט זיי פארגעלייגט אט דעם בי"ד של חמש.

און זינט דאן האבן ווידער די צד התובעים בערכאות הציוני כדרכם אפגעשטופט מיט פארשידענע אויסריידן חדשים לבקרים, ווי צום ביישפיל אז זייערע הויכע קעפ פון אמעריקא גייען פרעזענליך אריבערקומען צום גאב"ד און רעדן פנים אל פנים איבער די גאנצע ענין פון די בי"ד, אזוי האבן זיי חוזק געמאכט לאנגע וואכן און חודשים ביז היינט.


איי וועט איהר פרעגן מה היום מיומיים וואס איז אצינד געשעהן?

דא האט פאסירט א שטארקע זאך וואס האט זיי געכאפט אין א פאסטקע און ס'פרעסט זיי אביסל צו די וואנט,
ווי פאלגענד:
ווי באקאנט האבן די צד התובעים בערכאות מיט זייערע אפגעריסענע אגענטן אין ב"ב אפגעקויפט א לאט צו בויען דירות אין די געגנט פון רמת אלחנן אויף דרום זייט פון די שטאט ב"ב, די לאט האבן זיי אפגעקויפט פאר גרויס געלט דורך הלוואות פון זייערע שטיצער אין אמעריקא אינצווישן האבן זיי אנגעהויבן צו ארבעטן איבער די פערמיט'ס אויף די לאט און עס האט זיך אנגעהויבן צו ציען, אזויווי די מצב אין אמעריקא איז געווארן פויגל'דיג האבן די מלווים אנגעהויבן צוריקצובעטן זייערע געלטער זענען זיי געגאנגען שנעל און ארויסגעשטינקען אז זיי גייען שוין פארקויפן דירות פאר זייעהר א ביליגן פרייז און כל הקודם זוכה זיי האבן אנגעהויבן צו נעמען געלט פון זייערע מענטשן.

אבער דא האט זיי אפגעווארט א פאטש אין פנים אז די שטאט-ראט פון בני ברק האבן זיי לעצטנ'ס שטרענג געמאלדן אז ביז ווילאנג זיי פאלגן נישט אויס די דעת תורה און הוראה ברורה פון די רבני ופוסקי הדור שליט"א זיך צושטעלן תיכף צו א בי"ד וועלן זיי נישט באשטעטיגן פאר זיי קיין פערמיט'ס בשום פנים ואופן, די שטאט-ראט איז נישט באוויליגט צו העלפן פאר אזאלכע איינוואוינער וואס זענען מסרבים לדין און ווילן נישט שליכטן קיין סכסוכים ביים בי"ד.

אויב האבן די צד התובעים בערכאות געמיינט אז ס'איז נישט מער ווי סתם א סטראשע און גארנישט מער, זענען זיי מיט צוויי וואכן צוריק געכאפט געווארן אין א שאק און קענען געלערנט מיט די ווארהייט דערפון, דאס איז געווען נאך וואס די שטאט-ראט האט ארויסגעגעבן א צו הריסה אויף די געביידע וואס דער ספרד'ישער טאלער האט זיך געבויט אן קיין פערמיט, דער טאלער איז געלאפן וויינען און בעטן על נפשו אבער ס'האט איהם געהאלפן א מכה מ'האט איהם ארפגעטראסקעט זיין געביידע לאור השמש, ער האט פון יעדן אין די שטאט-ראט געהערט אז כל זמן זיי שטעלן זיך נישט צו די"ת ווילן זיי נישט הערן פון זיי.

אלזא, ווען ס'איז כלתה אליהם הרעה דער גאב"ד שליט"א קוועטשט פון איין זייט און דא שטייט מען סטאק אן קיין פערמיט'ס איבער די דירות אין בני ברק וואס טוהט מען? בלית ברירה זענען זיי שנעל געלאפן צום גאב"ד שליט"א און אנגעהויבן צו דרייען אז זיי ווילן אפשר שוין יא הערן וועגן די בי"ד של חמש וואס ער לייגט זיי שוין פאר - ווי דערמאנט - זייט חודש תמוז.

דאס איז די גרויסע בערקינג-נייעס...


אבער ביזדערווייל האבן זיי נאכנישט גע'חתמ'ט אויף גארנישט און עס האלט נאך אן די שרעקליכע חילול ש"ש.

עס איז צו האפן אולי אפשר וועט אצינד אריינגיין אין זיי א הרהור תשובה און זיי וועלן דאסמאל טאקע יא באוויליגן אויסצופאלגן די פארלאנג פונעם גאב"ד און חתמ'נען אויף שטרי בירורין כהלכות גוברין יהודאין ויקוב הדין את ההר, און אזוי וועט זיך אפשטעלן די שרעקליכע תביעה אין ערכאות הציוני, און עס וועט זיך אפשטעלן די אכזריות פון בא'גזל'ען דאס ביסן פון מויל פון די צענדליגע כלי קודש אינערהאלב די סאטמארער מוסדות אין ב"ב.

ונזכה ונחי' ונראה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 02:11 לינק ישיר 


אומגלויבליך, אבער הלוואי איז דאס אמת
דוכט זיך מיר אז אלע ערליכע אידן פון ביידע זייטן אין סאטמאר וועלן בענטשן אזא לאנג-ערווארטע טריט
ספעציעל אז דערמיט וועט מען זיך שוין אפשאקלען פון די ציוניסטישן געריכט און אפשטילן די בזיון און חילול השם
ווייל לאמיר באמת אריינטראכטן צו איז דען געווען נאך אזא נידעריגע און אומווערדיגע שריט פאר סאטמאר ווי די בזיון ?

לדעתי דארף מען שוין נעמען פארלעסליכע ערנסטע מענטשן פון ביידע מחנות און דאס צואיילן וואס שנעלער עס זאל נישט פארוואסערט ווערן דורך מענטשן וואס האבן דערביי פריוואטע געלט\נקמה-אינטערעסן........

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 02:36 לינק ישיר 

לדעתי איז עס סתם א קאפ פארדרייעניש פון די זאלי'ס ווייל זייער פירער גייט דאך קיין א"י בקרןב און וואוסענדיג אז סווארט עם אפ דארט גרויסע בזיונות פארן גיין אין בג"ץ דערפאר פרובירן זיי יעצט צומאכן א שטיקל אנשטעל ווי כאילו מגייט און זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה

נאכאמאל הלוואי איז עס אמת אבער לויט מיין עקספיריענס מיט די באנדיטן איז עס סתם פוסטע גערעדעכצער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 03:00 לינק ישיר 


לעקסינגטאן אז עס באדערט דיך אז אדמו"ר מהרז"ל גייט אי"ה פארן קיין ארץ ישראל און האבן כבוד מלכים
קען איך דיר גארנישט העלפן אפשר נאר טרייסטן

אבער צו קומען (פראבירן צו) איינרעדן אז מהרז"ל שטייט אונטער די גאנצע זאך מיט די ציוניסטישע בג"ץ איז שקר וכזב,
און קיינער וועט דיר במיילא קיינמאל נישט גלייבן מיט אזוינע הבלים, ווייל וואס האט ער דען דערפון צו פעלט דען איהם עפעס אין אר"י, ענק אליין שרייבטס אז ער גייט בויען דירות אין ב"ב, און ער האט דארט אויך אַ שיינעם כולל איז מה לו ולזה ?
ער וויל דאס אויפטזעכליך נישט 'אזויווי זיין חשוב'ער זוהן הגה"צ רבי חיים צבי שליט"א סאטמאר-רב אין ירושלים האט דאס שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט' עס האט נישט מיט איהם און ער שטימט נישט צו דערצו.
איך וועל נישט לייקענען עס איז דא מערערע ביי די זאלוינים וואס זעהן דערין אַ נקמה אין בני ברק וואס איז באקאנט אלס בלינדע בעיס פאר מהר"א, אבער מיט מהרז"ל זעלבסט האט דאס נישט גארנישט און פארשטייט זיך אז אויך נישט מיט זיין נסיעה קיין ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 06:03 לינק ישיר 

לעקסינגטאן כתב:
לדעתי איז עס סתם א קאפ פארדרייעניש פון די זאלי'ס ווייל זייער פירער גייט דאך קיין א"י בקרןב און וואוסענדיג אז סווארט עם אפ דארט גרויסע בזיונות פארן גיין אין בג"ץ דערפאר פרובירן זיי יעצט צומאכן א שטיקל אנשטעל ווי כאילו מגייט און זיי זענען גרייט צו גיין צו דין תורה

נאכאמאל הלוואי איז עס אמת אבער לויט מיין עקספיריענס מיט די באנדיטן איז עס סתם פוסטע גערעדעכצער!


דער בני ברק'ער ניק האט דאך נארוואס גענדיגט זאגן אז מ'איז שוין לאנג אנגעקומען צו א הסכם. טא וואזשע פארפירסטו???

זשיהאער: אויב מ'גייט שוין צו דין תורה א לענגערע צייט, פארוואס האלטסטו און איין ברעטשען אז די זאלי'ס זענען הולכי לבג"ץ???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 19:21 לינק ישיר 

שוין ווייטער ווייסט שכלדיג וואס אונז באדערט און וואס ס'גייט זיין,
ביסט אזוי זיכער אז ר' זלמן לייב גייט האבן כבוד מלכים?
איך מיין אז ער גייט האבן ביזוי בזיונות!, און נישט נאר איך מיין
אזוי, נאר דער מהרז''ל בכבודו ובעצמו ציטערט זייער שטארק אז
די רבנים וועלן עהם פארווארפן זיין אריין גיין אין בג''ץ און נישט
צו גיין צו דין תורה, איז דען עפעס א צופאל אז פונקט יעצט ווען ער
גרייט זיך אויף די נסיעה קומט ארויס א שמועה אז ער איז גרייט
צו גיין צו דין תורה? דער צוזאמענשטעל פון די 5 דיינים איז דאך
נישט קיין נייעס און עם כל זה האט קיינער נישט געהערט דערפון
ביז יעצט, און ווער האט דאס געמאלדן, נישט קיין אנדערער ווי דער
זאלי באלאנד, סא, די פאליטיק דערפון איז זייער בולט.

אבער לדעתי וועט דאס עהם העלפן א קדחת, ווייל ארויס פון בג''ץ
וועלן זיי נישט גיין ווייל דאס איז דאךביי זיי איינס פון זייערע עשרת הדברות,
ווידער גיין צו דין תורה וועלן זיי זיכער נישט, ווייל דאס איז דאך יהרג
ועל יעבור, וואס דען, זיי וועלן שלעפן וויפיל זיי קענען, האפנדיג מיט
דעם שטיל צו מאכן זייערע קריטיקערער און בין כך ובין כך וועט ער
פארן צו די בר מצוה, האבן שיינע בילדער פאר כל העולם כולו,
און זיך דערנאך גיט אויסלאכן, אבער זאלן די זאליס וויסן, אז דער
דרוקעריי ארבייט שוין פול פארס אויף די ריזיגע פלאקאטן, איי וועלן
מיר אנגרייטן א שיינעם בג''ץ קבלת פנים,


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/01/2010 20:14:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 19:30 לינק ישיר 

jhhouar

איז א פראסטער שקרן, עס איז נישט קיין מציאות שבעולם אז די שטאט ראט זאל קענען אפהלאטן פערמיט'ס פאר א געוויסע שטח ווייל די מבקשים געפינען זיך אין בית משפט איבער א צווייטע שטח (אפגעזען צו זיי געפינען זיך דארט ברצון צו שלא ברצון). דאס איז פראסט אויסגעזויגן פון פינגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 19:53 לינק ישיר 

באלאנד טייערער איך האב פאר דיר צוויי קליינע אבער וויכטיגע הערה'לעך:

1. דו שרייבסט אז די סכסוך אין ב"ב האט זיך אנגעהויבן נאך וואס מ"ח ווייס האט מערער געווען אויף די הנהלה פון עזריאל גליק "מיט די אנדערע אלטע חברי הנהלה"...
לאמיר דיך פרעגן ווער זענען די אנדערע חברי הנהלה וועמען די ווילסט אזוי נישט ארויסשרייבן ? איז עס נישט אפשר פארצופאל ר' זלמן לייב בכבודו ובעצמו ? אוודאי יא, איז פארוואס שעמסטו זיך ארויסצושרייבן אז מ'האט איהם ל"ע תובע געווען אין די בג"ץ הציוני ? זייט ווען איז א בושה צו זיין א נתבע ?

2. די ווילסט איינרעדן מיט דיין גאנצן כח המשכנע אז די סאטמאר'ע מוסדות אין ב"ב זענען גאר די תובעים אין בג"ץ הציוני און דיין ר' זלמן לייב-בן פראדל-זרילע זענען נעבעך די נתבעים (אומזיסט דיין פרואוו ס'איז נישט דא ווער ס'זאל לאכן)
לאמיר דיך פרעגן ווער שרייבט ריכטיג וועמען זאל איך ענדערש גלייבן דיר אדער די רבנים פון ב"ב מיטן גאב"ד און שבט הלוי שליט"א וואס שרייבן קלאר אין די דעת תורה פון חודש אייר צו ענקערע אוממענטשן ארויסצוגיין פון ערכאות און זיך שטעלן צו די"ת ?

אלנפאלס האב איך אויף ענק די מליצה ישרה אז עס איז כאטשיג א בושה וחרפה ביי ענק די שוידערליכע טריט וואס ענקער רבי האט געטהון מיטן אריינגעבן א קלאגע אין די בג"ץ הציוני טרענטנדיג בשאט נפש אויף די תורה הק' און צוטרעטנדיג מיט חילול ה' די גאנצע שיטה הק' און ספר הק' ויואל משה, יא יא ענק זענען גערעכט ס'איז א חרפה און א שאנדע לדראון עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 19:57 לינק ישיר 

נפל צום ערשט זאלסטו פארשטיין וואס דו האסט צוגעשריבן און דערנאך ערקלער דאס פאר'ן עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 20:08 לינק ישיר 

איינער האט מיר צוגעשריבן א מליצה אין לשה"ק:
"יבואו אלו הקוראים אותו בעל ויואל משה - ולא יבגדו במה שכתוב בספר ויואל משה"

אין אנדערע ווערטער עס איז די העכסטע צייט אז ר' זלמן לייב זאל אראפנעמען זיינע נעגל פונעם ספה"ק ויואל משה און ארויסציעהן זיין קלאגע פון די בג"ץ הציוני אנטקעגן די סאטמאר'ע מוסדות אין בני ברק

מ'רעדט נישט פון גזל"ן מיט א אכזריות דאס ארעמע ביסן פון מויל פון די ארטיגע מלמדים און מגידי שיעור שוין לאנגע מאנאטן
מ'רעדט נישט פון גזל"ן מיט א אכזריות טויזנטער דאלער רענט פון די אינגעלייט אין ב"ב וועלכע האבן נישט קיין דירות
מ'רעדט נישט פון פאלגן די תורה הק' ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם - לפני דייני ישראל

מ'רעדט יא פון שוינען די כבוד פון רביה"ק זי"ע -
מ'רעדט יא פון אויפהערן די חילול השיטה הקדושה -
מ'רעדט יא פון אויספאלגן די בפירוש'ע דעת תורה פון די גדולי רבנים ופוסקי הדור שליט"א

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2010 20:43 לינק ישיר 

ליין איבער וואס jhhouer האט געשריבן וועסטו פארשטיין וואס איך האב גענטפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 21:45 לינק ישיר 


מר. אויש פליז זיי נישט ווילד

איך האלט ווי דיר (זעה אויבן) אז בג"ץ איז טמא קיינער האט ב"ה נאכנישט געטוישט די שיטה פון מרן מסאטמאר זללה"ה
אבער מען דארף הערן יענעם צד אויך און זיי טענה'ען חי וקים אז מצד אדמו"ר מהרז"ל וואלט דאס שוין לאנג ערלעדיגט ביי בי"ד
נאר ר' משה פ"מ וועלכער איז אויך איינגעשריבן אין דעם קאמפעני איז דער וואס פיהרט דאס אלס אקט פון נקמה קעגן די ארוינים אין בני ברק,
איז במיילא נפל היסוד ונפל הבנין דיין שרייבן דארף זיין געוואנדן צו זיין ריכטונג, אפשר וועסטו אויפטהון ביי איהם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 22:38 לינק ישיר 

שכלדיג, איך ווייס נישט ווער עס האט דיר געשטעלט אלס פירשפרעכער פון די זאלי'ס ווייל איך האב היינט גערעדט צו עטליכע זאלי'ס און זיי זאגן אנדערש פון דיר.

דיינע לעצטיגע פראיוון צו שטעלן א טאן אז די זאליס רייזן זיך מיט משה גבאי איז שוין צו דורכזיכטיג, פראבירט אויף א קלוגערן אופן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 23:16 לינק ישיר 

נפל כתב:
jhhouar

איז א פראסטער שקרן, עס איז נישט קיין מציאות שבעולם אז די שטאט ראט זאל קענען אפהלאטן פערמיט'ס פאר א געוויסע שטח ווייל די מבקשים געפינען זיך אין בית משפט איבער א צווייטע שטח (אפגעזען צו זיי געפינען זיך דארט ברצון צו שלא ברצון). דאס איז פראסט אויסגעזויגן פון פינגער.
 



די מציאות איז אז דער ראש העיר האט זיי געזאגט אז ווי לאנג זיי שרייבן נישט אינטער שטרי ברורוין איז נישט דא קיין פערמיט
פארן נייעם שיכון
נא נא די הייליגע זאליס האבן דאך א עצה
האבן זיי גסטראשעט דעם ראש העיר אז זיי גייען עם קלאגן אין בג"ץ הציוני
האט ער זיי געזאגט אין בעיה
אבער קיקטץ אהער אויף דעם שטח קען מען נאר בויען בערך 15 דירות
 ענק ווילען איבער מאכן די זאונינג אין בויען דא גאנצע פערציג דירות
איז אזוי אויב גייען ענק מיר קלאגען אין בג"ץ פארגעסן ענק פין ריזאונינג 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: בני ברק סכסוך גייט צו דין תורה!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext