יא, אמת, די קווינסער בויעס זענען זייער פיינע בחורים, זיי זענען הולכים בדרכי רבם, במלא מובן המילה, אזוי ווי זייער רבי האט זיי אויסגעלערנט אז גניבה איז נישט קיין עבירה, להיפוך ס'איז גאר א מצוה חשובה, זענען זיי דאס מקיים ווי נאר זיי קענען.
אין סאטמאר בית המדרש אויף 10טע עוועניו, איז דא א גוי א ארבייטער וואס קומט יעדן טאג, ער גייט אריין אין בוילער רום, (דארט האט ער זיין לאקער) טיט זיך איבער און הייבט אן צו ארבייטן, די פאריגע וואך דאנערשטיג, דער גוי ארבייט כרגיל און האט באקומען א טיפ פון א מתפלל אפאר דאלאר, ער גייט אראפ צים בוילער רום און וויל אריין לייגן די פאר דאלאר אין זיין בערזל, ער גיט א קיק און זעהט אז דאס בערזל איז ליידיג, ער איז זיכער געווען אז ווען ער האט זיך איבער געטוהן איז דארט געווען 200 דאלאר, דער גוי האט געמאכט א ויצעקו, ער שרייט געוואלד אז ער האט דארט געהאט 200 דאלאר וואס ער האט זיך אפגעשפארט און אז עמעצער האט דאס געגנבעט, דער גוי האט געשריגן און געטומעלט אז ער דארף דאס געלט פאר רענט, און אויב האט ער דאס נישט האט ער נישט ווי צו שלאפן, דער שמש ר' חיים הערש פאלאטשעק נ''י האט עהם געגעבן קודם א הונדערטער ער זאל זיך בארוהיגן ער זאל קודם ווייטער ארבייטן און עהם פארשפראכן אז מען וועט חוקר ודורש זיין און געוואויר ווערן ווער דער גנב איז געווען, מען איז געגאנגען איבער קיקן די סעקיוריטי מאניטער ווידיאו פון בית המדרש זעהן צו מען זעהט דארט עפעס און צו מען קען געוואויר ווערן ווער דער גנב איז.
מורי ורבותי, שומי שמים, עס קומען צוויי קווינסער בחורים זיי גייען ארום פארקויפן א ראפל פאר קרן חתנים דקווינס, מען האט זיי אויפגענומען בכבוד גדול, זיי נישט ארויס געווארפן, מאנכע אידן האבן זיך אפילו באשטייערט און די דאזיגע צוויי בחורים גייען אראפ און זיי האבן דרוכגעפירט די גניבה, פון ווי איך ווייס? וועט איר פרעגן! איך האב געזען א קאפי פון דעם ווידיאו איך האב זייערע נעמען, מען זעט קלאר ווי איינער גיט אכט אז די גניבה זאל געלינגען, און דער צווייטער גייט אריין אין בוילער רום אויף א צוויי מינוט און ער קומט ארויס מיט די הענט אין וועסטיל טאש און גיט א שמייכל און זיי שפאצירן אוועק כאילו לא הי',
זאל דאס זיין א מודעה ואזהרה פאר די צוויי בחורים, מען וויל אייך נישט מבזה זיין, און מען וויל נישט מבזה זיין אייער משפחה, מען דארף צוריק דאס געלט, און אויב ביז 3 טאג באקומט מען נישט צוריק דאס געלט גייט מען שיקן דעם ווידיאו פאר די הנהלה פון די קווינסער ישיבה און נאכער וועט מען טוהן וואס מען דארף צוטוהן, פון דעם קען יעדער זעהן וואס פאר א פיינע בחורים עס לערנען אין קווינס,
אויב קען עמעצער ארויף לייגן די תגובה אויף זאלי-פארק פורום וואלט איך אפרישיאעיטעט ווייל איך האב דארט נישט קיין רשות כתיבה און איך וויל אז דאס זאל אנקומען צו די בחורים.
 |
|
|