| נשלח ב-11/1/2010 18:42 |
|
| |
ברעקינג: פארמעגליך2 אן ארוני וואס שפילט זאלי (!)
עס הייבט אן ארויפצושווימען אז דער נייער ניק פארמעגליך2 איז א כיטערער שפילער, אן ארוני וואס שפילט זאלי, און מאכט זיי פרייליך, און אין די זעלבע צייט רייסט ער פון זיי לעבעדיגע שטיקער.
די קלוגערע זאליס קענען נישט קומען זיך פון דעם דארעכפאל וואס דער פארמעגליך2 טוט מיט זיי.
1) ער דעקט אויף אבער ז. געלב האט געהאט צו טאן מיט
2) ער פארציילט אלע שמוציגע זאכן וואס די זאליס האבן אלס אפגעטאן ביז היינט.
3) ער נעמט זיך איבער די מיטעלמאן משפחה, און דערביי דעקט ער אויף אז קיינער פון זיי באלאנגט נישט ביי רז"ל. פון די קרוב צו 1200 מיטעלמאנ'ס איז קיינער נישט ביי זיי.
4) דערביי טוט ער כיטערע אראפלייגן די מעכטיגע השפעה וואס דער בלאט האט, און וויאזוי דער מצב איז דארט.
און אלעס טוט ער אונטערן מאנטל פון פארמעגליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 18:46 |
|
| |
תגובה צו פארמעגליך'ס צווייטער בריוו, אשכול נומער 2
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 18:52 |
|
| |
שומי שמים מען נעמט די ''הייליגע נאמען'' פארמעגליך, וואס האט אריין געבלאזען א שטיקעל, חיות און די טיף דעפרעסטע, דערשלאגענע זאליס, און מען מאכט דערפון דאס גענאר,
שומי שמים,
וואו ווייט די ''חלה דעקליך'' האבן זיך דער קיילקעלט,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 18:52 |
|
| |
לאמיר ענק מסביר זיין וואס דא גייט פאר.
דער פארמעגליך איז געווען א ראציג יונגל וואס אין חדר איז אים גערינען די נאז אין אלע יונגלעך האבן עם געטשעפעט אין געלאכט פין עם
דער מיטלמאן יונגל אין זיין קלאס איז געווען דער ארויפגעקוקט יונגל (אזוי ווי מיטלמאן יונגלעך זענען געווענליך) אין יעדער האט אים ליב געהאט אין געטרייט צו זיין זיין פרענד
דער ראציגער פארמעגליך האט זיך געשואוירן נקמה אין קוים געקענט ווארטן אז ער זאל חתונה האבן אז ער זאל קענען נקמה נעמען אין די מטלמאנ'ס
יעדע יונגל האט אמאל אזעלכע נקמה געפילן קעגן זיין רבי וכדו' ער קען קוים ווארטן אז ער זאל אליינס זיין א טאטע אין קענען נקמה נעמען אין זיין רבי. אבער יעדע יונגל וואקסט דאס אויס. דער ראציגער פארמעגליך איז עס נישט אויסגעוואקסן
פארמעגליך, קענסט האקן אין זעצן קעגן די מיטלמאנ'ס אבער א ראציג יונגל ביסטו געווען אין א ראציג יונגל בלייבסטו
תוקן על ידי לאגיש ב- 11/01/2010 18:53:14
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:00 |
|
| |
לאגיש און יונה מאכטס אפ.
יונה שרייבט: פארמעגליך אן ארוני וואס שפילט זאל, און דערפאר האקט ער אויף די מיטעלמאנ'ס, צו מאכן דעם שפיל.
לאגיש זאגט ניין. פארמעגליך איז א זאלי, וואס איז געווען א ראציג יונגל.
אלזא וואס איז ער?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:00 |
|
| |
די זאליבאנער קיקען זיך ארום, און זען זיך ארום גענימען מיט דאס אפפאל פון כלל ישראל, די לעפקעס מיט יאקאבאוויטשליך, וואס יעדען טאג ווערט נתגלה א צווייטער סקאנדאל, אויף זיי, זנות, גניבה, רציחה, אד''ג,
ווערן זיי באנימען פון קנאה געפילען, הייבן זיי אן זיך ארויסצוהייבען, כאילו זיי האבן די קליגע איבערגעשפיצטע ''וויטשליך'' וואס קענען גוט גנב'ען און שווינדלען, און און סאטמאר איז דא די גראדע מעכליך, וואס ווען די תורה זאגט לא תגנוב דאן איז לא תיגנוב, ווען די תורה זאגט לא תנאף, דאן איז לא תנאף, ווען די תורה זאגט ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני עכו''ם, דאן איז לא לפני עכום,
יצא עניכם, אשרינו מה טוב חלקינו,
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:02 |
|
| |
און די זופניק'ס???
דער זופניק מיט א "פ" איז נישט קיין מפיל קינד.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:21 |
|
| |
בכלל כ'ווייס נישט ווי נאך ס'איז דא א פלאץ ווי אזוי ערנסטע פראצענט האט אייגענע פיטער אויפן קאפ וויפיל משפחות האבען דארט שמיציגע סקאנדאלען ממש ווי נאך איז דא אזוויפיל פעלער פין משפחה געשלעגן אזש טאטע מיט קינדער וכו', כידוע וכו' וכו'
א ווינדער אז זיי נעמען זיך צו אזא שיינע משפחה ווי די מיטעלמאן'ס?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 20:33 |
|
| |
אייזעק, וואו האסטו מיר געזען שרייבן אז פארמעגליך איז א זאלי?
איך האב געשריבן אז ער איז געווען א ראציג יונגל
ביודעי ומכירי קאמינא
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:00 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:17 |
|
| |
איז שוין אמאל געווען אין די היסטאריע פין כלל ישראל, אז די שוואכע בקצה המחנה זאלען האבען די עזות חוזק צי מאכען פון אזא ערליכע גאטפארכטיגע משפחה וואס פירט זיך מיט אזא שטאלץ אויפען אלטען אויסגעטרעטנם דרך ישראל סבא מיט אן תמימות אין ישרות, ס'ווייזט נאכעמאל מיט וואס פארא כת מהאט ליידער ציטון וואס וועלען זיך פאר גארנישט אפשטעלען, אין שרייבען אפיציעל אינז מאכען חוזק פין ישרות, פון ערליכקייט, פון שמע בני מוסר אביך, רח"ל זיך אנרייצען עס איז שוין נייע צייטען ווארפטס שוין אוועק די אלטע תמימות, לכאורה איז אביסעל שווער צי פארשטיין וואס דער געמיינער שרייבער צילט דא מיט זיין גיפטיגע השחתה אין ליצנות ער רעדט זיך לכאורה נישט איין פאר א מינוט אז עס וועט אים געלונגען אריבער צישלעפן פון די משפחה אפי' געציילטע צי די נידריגע כת מיט ליצונת אין שאטנזירונג, אז זיי זאלען זיך נעמען מלעיג זיין על תורה ולומדיה ח"ו פין איין מינוט אויפען צווייטען, אדער זאלען זיי זיך נעמען ארעסטירען אין יו"ט אידען ח"ו, [אויך א מעשה פין ר' שמואל ווידער, מ'האט קיינמאל נישט איינגעשפארט 26 אידען בעצם יו"ט, אין מ'האט זיי קיינמאל נישט געקלאגט אין די געריכטען, קיינער פון זייער כת האט נישט אינטרגעשריבען אין יו"ט מיט א פעדער אן ארעסט באפעל,-אוי מאכט ער מעשיות- ] ער האלט דאך אויך נישט-לכאורה-[ער האט דאך זייער א הויכען איי קיו] אז מווארפט אוועק די קנאות פלוצלינג אין זיי גייען גיין צי די ציוניסטשן קארט זיך אויסציגלייכען ווען מ'האט א סיכסוך שומו שמים אין זיי זאלען גרייט זיין צי באקומען דין מסור רח"ל נאר כדי זייער איי קיו זאל ווערען געמאסטען אביסעלע העכער ביי די פינסטערע כת, ער ווייסט דאך אויכעט אז זיי זענען שטאלץ מיט אידישקייט אין מיט די תורה. ניין דאס קוקט נישט אויס ווי א בלויזער מיסיאנערישער שטיק אזא מין פארוואס מען ווערט גיט באצאלט, אין בכלל דארף מען פארשטיין טאמער זייער איי קיו איז אונטער זיראו [פארן נישט וועלען מיטגיין אין שפאן מיט די השחתה] וואס שטייט ער אין ווארט מיט זיי, וועלעכער קליגער מענטש פראבירט זיך צי טענה'ן מיט א צוויי יעריג קינד אין נאך שרייבען גאנצערטע בריווען, מיט אזא הויעכן אינטעליגנציע. ,אין פארגעשריטענקייט. אין טאמער האט ער יא ליגענט געזאגט אין האלט עכט נאך יא אז זייער נידריגען איי קיו איז שוין גארנישט אזוי זיראו דאן רעדט ער זיך איין אז א נארמאלער מענטש כאפט נישט לעכרליכקייט אז יא, ר' שמואל ווידער נ"י רעדט זיי כסדר איין מעשיות אז עטרת אברהם מאכט נישט אויסגעהאלטענע חתונות אין אז זיי האבען אויסגעריסען פיאות פון איינעם וואס איז געקומען צום ברך משה זי"ע אין קעמפ, אין עפעס א געבאקענע מעשה אז יוסל וואלדמאן האט זיך אויפגעשטעלט פאר די טרייפענע טעלעוויזיע באשמוצען ערליכע אידען, -מדמה זיין אדמו"ר מסאטמר זי"ע צי כו.. פאר 60 מיליאן גוים רח"ל, [פארפאלען ר' שמואל האט די פאך] אין די סיבה פארוואס מ'גלייבט עס, איז נישט ווייל די כת פראקצעטירען די השחתות אויפען נאר ווייל מרעדט זיי גיט איין, דער ר' שמואל האט אויסגעטראפען אז די כת האט אריינגעברענגט הינט אין כולל רח"ל פאר אימשילדיגע אינגעלייט אבער באמת איז די מעשה נישט געווען קיינער געדענקט עס נישט ס'איז נישט דא קיין בילדער די לומדי כולל האבען נישט געהאט קיין צער, נארמאלע באזעסענע מענטשן האבען זיך דעמאלטס נישט אפגעלאזט אין אפגעשאקעלט פין די כת עה סתם ר' שמואל'ס מעשיות. האלט טאקע די געמיינער לץ, אז א מענטש מיט אביסעל שכל אין מח כאפט טאקע נישט אז ר' שמואל איז נאר א מעשיות מאכער א שרייבער קענסט אים נישט גלייבען אבער איך א זאלי מיך זאלסטו גלייבען איך מאך נישט קיין מעשיות איך בין נישט סתם עפעס א הייד פארק שרייבערל איך ווייס וואס איך רעדט איך מיין דאך נאר ענקער טובה וואס מיינט דער לץ מ'כאפט נישט זיין ביליגער פרוב ער האלט טאקע אז מ'מיינט אז דא שרייבט א דיין אין נישט א ביליגער הייד פארק שרייבערל א פוסטער לץ וואס באקט מעשיות אין לשון הרע'ס אויף ערליכע אידן א יעדן שטיק צייט. אלא מאי קען גאר זיין .ניין. ער מיינט נישט אינגאנצן אז די משפחה מיוחסת -אדער אנדערע ערליכע משפחות- (ער ווייסט ניטעמאל פון די חשוב'ה משפחת גרינוואלד וואס איז אויך א געוואלדיגע שטאלץ און מוסטער פאר סאטמער אין פאר אלא ערליכע אידען צי קוקען אן נאכמאכען) גלייבן צי קוקן אפי' זיינע גיפטיגע שרייבעריי[וואס זיינע דירעקטע משלחים האבן געהאלפען אויסארבעטען] ער מיינט גאר צי פארתמ'ן די קעפ פון געציילטע אידען נאכשלעפערס פון די כת וואס טיט נאך אמאל וויי ווי מזעט וויאזוי מ'ארעסטירט אימשילדיגע אידען בעצם אזא הייליגע יו"ט מיט פאליצייאישע ווענס טראגט מען זיי ליידער אריין אין די ערגסטע תפיסות צי די גרויס צער פון די משפחות, די נאכשלעפערס האבען נאך אביסעל קשיות איוף די פירערס פון די כת הידועה, במילא מוז ער זיי פארסאמען מיט נאך א דאזע ליצנות, אין אונטער נעמען אזא געמיינער טאקטיק ווי מאכען ליצנות פון א אימשילדיגע ערליכע משפחה צי ווייזען פאר די געציילטע נאכשלעפערס קוקטס אן וואס מ'גייט מאכען פון ענק אויב עטץ גייט'ס נאך האבען ספיקות אין די כת השחתה מ'וועט גיט ליצנות מאכען פון ענק אונז וועלן מאכען פראפעגאנדע מיט ביליגע שרייבערלך, אז עטץ זענטץ טיפשים מיט אן נידריגען איי קיו. הו וועט עטץ זיין א חוזק בעסער זאלט איר גלייבען אין אונזערע לשון הרע'ס אין שמוץ דאן ועט איר הייסען חברה, אבער אויב נישט וועלען מיר נעמען הייד פארק שרייבער'ס אין ביטער ליצונות מאכען פון ענק פארען נישט גלייבען אלע לאקשען וואס אונז טרייען צי פארקויפן א יעדען טאג אויף סאטמער אזוי געניט איך ווייס נישט וואספארא איי קיו זייערע פארסאמטע קעלבלעך האבען נאך ליידער נאכדעם וואס מ'פיטערט זיי טאג טעגליך אזאלעכע שטותים אין געבעקסן ליצנות אין שקרים, אבער אפשר וועלען זיי איין טאג דאך איינזען אין וואס פארא בלאטע מ'האט זיי אריינגעפירט נעבאך מיט גיפטיגע דעמאגאגיע אין פראפעגאנדע יארען שוין ווער ווייסט. מ'טאר ח"ו נישט לאכען פין די אלע אריינגעשלאפטע זיי זענן נעבך א ביטערע רחמנות זאל זיי אודאי די אייבישטער העלפן ארויס קריכן פון דארטען. -אין נישט אזוי פיינט האבען ערליכע גאטפארכטיגע אידן,- אין זאלען אודאי נישט העלפען שטיפן די מרכבה פון אזא ביטערע מחלוקה אין אזאלעכע וואס גייען ליידער ליידער אין די טרייפענע בג"צ שומו שמים.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 23:28 |
|
| |
איך זאג ענק נאכאמאל, פארמעגליך גלייכט אויס אלטע חשבונות וואס ער האט מיט מיטלמאן וואס איז געווען די ארויפגעקיקטע יונגל אין זיין קלאס
ער קען נישט פארגעסן וויאזוי מען האט אים אריינגעלייגט אין א באקס אין געקאלערט אין די שניי אין אלע קינדער האבן געלאכט פין עם
נאך היינט איז פארמעגליך א איד א ראציגס, אבער אויף היידפארק מיינט ער אז קיינער ווייסט נישט ווער ער איז אין ער קען שרייבן וואס ער וויל
|
|
|
|
| נשלח ב-12/1/2010 00:18 |
|
| |
עס קען טאקע זיין אז ער איז געווען א ראציג אינגל אין חדר די נאז איז אים גערינן די העמעד צישלאכעט האלב אינדרויסען, אין ער איז נאך אפשר יעצט ראציג מיט רויטע בעקעלך.. אין סקאטש טעיפ אויפען גלעזער, אין ער איז נאך אנגעפילט מיט קנאה אין שנאה אנטקעגן זיין אלטען חדר, אין אפשר דערפאר האט ער אויסגעקליבן זיך ציצושטעלען צי די געמיינע כת אין זיין זייער אפיציעלע שרייבערל אין בעקער אויף הייד פארק
אבער דאס מאכט נאך אלס נישט קלענער די שפלות אין עזות פון די כת ליצים, וואס זיי וואגען זיך מיט א געמיינער פריב זיך צי פארמעסטן אין חוזק מאכען פונעם אלטען אויסגעטראטנעם דרך וואס די אידן פירען זיך נאך זייט מתן תורה מיט שטאלץ א וועג פון ערליכקייט אין ישרות א וועג פון תמים יהיה עם ה' אין צי זאגען בשאט נפש פאר זייערע קעלבער קוקטס נישט אויף די ערליכקייט אין אפגעהיטענקייט, לאמיר וויטער אנגיין מיט שווינדעל אין גניבה אין קרומע דרכים
|
|
|
|
|