בית פורומים כל העולם כולו

ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/1/2010 07:46 לינק ישיר 
ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס

נאך אן אסיפה איבער די "פעקין" קאטשקע, וואו עס האבן זיך באטייליגט הרבנים הגאונים הצדיקים
הגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל ובעל אגלי דבש
און הגאון רבי משולם פאלאטשעק שליט"א, בעל מגד יהודה
בעלי מכשירים פון שחיטה המהודרת דקרית יואל
הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ נייטרא ומראשי התאחה"ר
הרה"ג ר' יצחק שטיין שליט"א, חבר הבי"ד קארלסבורג

און ס'איז אויפגעברענגט געווארן אן ערעור אויפן פארמער, וועלכער קען מעגליך שיקן ביי א גרויסן שיפמענט פון די כשר'ע און מסורה'דיגע "פעקין" קאטשקעס, אויך אנדערע מיני קאקטשקעס וועלכע ענדלען זייער צו די פעקין, און ס'איז נישט זיכער צי איז דאס טאקע פעקין און ס'איז כשר בוודאי, אדער אפשר איז עס דאס אן אנדער סארט.

די שוחטים ובודקים פון קרית יואל האבן קלאר מעיד געווען אז זיי זענען 100 פראצענט זעכער אז די קאטשקעס וואס זיי האבן געהאט איז געווען זיכער פעקין, און נישט עפעס אנדערש, און דאס האבן זיי אלעמאל גע'שחט'ן.

די רבנים בעלי מכשירים פון קרית יואל האבן באשלאסן אז טראצדעם וואס די שוחטים האבן א שטארקע נאמנות, דאך וועלן זיי זיך האלטן צום פאליסי, צי זיכער מאכן 100 פראצענט אז די ערעור האט נישט קיין שום האפט, און די עופות זענען טאקע קלאר פעקין, און אז דער פארמער האט יא נאמנות אז ער האט נישט אויפגעטוישט.

מ'האט אפירגעונמען אלע רעסיטס, אינוואויסעס און מ'האט טאקע באשטעטיגט אז מ'האט באשטעלט דוקא פעקין און אז דער פארמער רעכנט די פרייז פאר די פעקין. אבער מיט דעם אלעם זענען די רבנים פון קרית יואל בעלי המכשירים דאך געגאנגען לפנים משורת הדין, און געמאכט א ריקאל, און געזאגט אז מ'זאל "דערווייל" אראפנעמען פון די שעלווס די קאטשקעס און ביז מ'וועט נישט מברר זיין זאל מען עס נישט עסן.

למעשה ווי עס קוקט אויס זענען אלע שלאכטהייזער אין זעלבן פעקל.
אלע וועלכע נוצן קאטשקעס פון די פארמערס, דארפן יעצט חושש זיין אז מ'האט זיי אויך אריינגעריקט עפעס אנדערש וואס קוקט אויס די זעלבע.

לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן איז די ערעור ווי פאלגענד:
עס הייבט זיך אן ביי די העטשערי (ווי די פיצי אייער ווערן געבוירן) אז דער העטשער מישט צונויף פארשידענע פעקין סארט קאטשקעס און אזוי קומען די נייע קאטשקעלעך ארויס עטוואס אנדערש פון זייערע עלטערן (דאס איז דער ספק).

דערווייל ווייסט מען נאך אפילו נישט צי מען מישט בכלל.
מ'ווייסט נאך נישט בכלל נישט אז ס'איז דא 2 סארט פעקין.

מ'ווייסט בלויז אז מ'דארף מברר זיין.
מ'ווייסט אז מ'ווייסט נישט. דאס אלעס



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 17:44 לינק ישיר 

לויט וויפיל איך האב געהערט פין א קראנטע מקור, האט האון רבי געציל געזאגט אז להלכה פעלט נישט אויס די ריקאל, ווייל וויבאלד מ'ווייסט זיכער אז ס'נישט מוסקאווי, דארף מען להלכה נישט חייש זיין אז דער גוי האט דא בטעות אויפגעטוישט.
אבער מהר''א האט אין א טעלפאן קאנפערענץ דינסטוג פארטאגס פין פאלם ספרינגס מיט רבי געציל אין רבי משולם שטארק פארלאנגט אז לפנים משורת הדין זאל מען מאכען א ריקאל, ווייל אז די בית השחיטה הייסט מהודרתזאל מען נישט ארויסלאזען א זאך וואס איז נישט 'מהודרת'.
מ'האט יעצט געשיקט עטליכע סעמפלס פין די פלייש צו א לעב, אין מ'האפט ביז מאקס' 2 (ס'קען נעמען ווייניגער אויך) וואכען צו וויסען די פינקטליכע רעזאלאטס.
די בית השחיטה האט אויך איינגעלייגט א עד אין די צייטונג וועגן די ריקאל, ווער עס קען זאל עס ביטע אריינסקענען
---------------------
לויט ווי ס'האלט יעצט האבען די אנדערע בית השחיטת נישט געמאכט קיין שום ריקאל, וויבאלד להלכה פעלט נישט אויס


תוקן על ידי דיןתורה ב- 13/01/2010 17:45:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 18:04 לינק ישיר 

ר' יצחק שטיין האט עס לכתחילה מתיר געווען אין מהדרין.

חומרות און לפנים לפנים לפנים לפנים משורת הדין האט ער נאר אויף קרית יואל.


איך ווייס אויך אז די דיינים זענען געווען קעגן די ריקאל, וויבאלד די שוחטים זאגן קלאר אז ס'איז פעקין און נישט מוסקאווי.

רבי געציל האט אויך צוגעברענגט א תשובה אבני צדק (מהגה"ק בעל יטב לב זצ"ל) אלס א ראי' לדבריו אז מ'דארף נישט מאכן קיין ריקאל.

דער רבי האט געזאגט אז למעשה רעדט מען פון א קליינע מספר עופות, און מ'קען דאך ווארטן ביז מ'וועט זיך איבערצייגן אין פארם (העטשערי) וויאזוי מ'האט מרביע געווען די קאטשקעלעך.


די שאלה איז נאר אויך דעם הפקר יונג ר' יצחק שטיין, פארוואס מאכט ער נישט קיין ריקאל אויף זיינע קאטשקעס.
פארוואס טראסט ער יא דעם פארעם.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2010 21:48:10




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 18:12 לינק ישיר 

דעם בריוו פון בית השחיטה איבער די ריקאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 18:15 לינק ישיר 
דער בריוו פון בית השחיטה איבער די קאטשקעס

בית השחיטה בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 18:18 לינק ישיר 

לייג עס ביטע איבער, אדער פארעכט עס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 18:53 לינק ישיר 

רעביאנקעל, קענסט עס נישט זעהן?
איך קען עס ליינען געהעריג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 18:58 לינק ישיר 

איך זעה בלויז א גרויסע קעסטל אין א קליינע רויטע עקס אויבן-לינקס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 19:14 לינק ישיר 

דא האט איר
היידפארק מאכט פראבלעמן ארויפצולייגען
http://twitpic.com/xxl0x
תוקן על ידי - rebyankel - 13/01/2010 19:21:25

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 19:27 לינק ישיר 

שומרשמיטה האסט בטעות געניצט דיין זאלי ניק...

יעצט זענען די אהרוינים שוין אויך מודה אז עס איז דא א חשש אז מען האט גע'שחט'ן טריפה'ס, עס איז נאר פלאי פלאים פארוואס די "מהדרת" מאכט א ריקאל נאר נאכדעם וואס זיי האבן זיך דערוויסט אז ר' יצחק שטיין פלאנט אריינצושיקן א קאטשקע פון "מהדרת" צו א לעברעטארי...

נאך איז אינטערסאנט, און ברויך א תשובה, פארוואס האט "מהדרת" נישט געמאכט א ריקאל אויף די טשיקען נאכדעם וואס זיי האבן מודה געווען אז עס האט געהאט א פראבלעם מיט צומות הגידין...

נ.ב. איך מיין אז אין די מהודרדיגע זאלי בוטשער'ס פארקויפט מען בכלל נישט קיין קאטשקע פלייש.


תוקן על ידי נפל ב- 13/01/2010 19:27:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 19:38 לינק ישיר 

נפל, און וואס טיט פאפא בית השחיטה בנוגע די קאטשקעס???

אז די ווייסט נישט קענסטו פרעגן דיין חבר'ס שוואגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 19:52 לינק ישיר 

נפל כתב:
שומרשמיטה האסט בטעות געניצט דיין זאלי ניק...

יעצט זענען די אהרוינים שוין אויך מודה אז עס איז דא א חשש אז מען האט גע'שחט'ן טריפה'ס, עס איז נאר פלאי פלאים פארוואס די "מהדרת" מאכט א ריקאל נאר נאכדעם וואס זיי האבן זיך דערוויסט אז ר' יצחק שטיין פלאנט אריינצושיקן א קאטשקע פון "מהדרת" צו א לעברעטארי...

נאך איז אינטערסאנט, און ברויך א תשובה, פארוואס האט "מהדרת" נישט געמאכט א ריקאל אויף די טשיקען נאכדעם וואס זיי האבן מודה געווען אז עס האט געהאט א פראבלעם מיט צומות הגידין...

נ.ב. איך מיין אז אין די מהודרדיגע זאלי בוטשער'ס פארקויפט מען בכלל נישט קיין קאטשקע פלייש.


תוקן על ידי נפל ב- 13/01/2010 19:27:57

 


דער מפוקפוקדיגע  (מהודרדיגע ) בוטשער פארקויפט 'יא' קאטשקע - נפל וועט קיין מיסטעיק נישט אויסלאזען קיין תגובה לויטער שקרים

די שחיטה מהודרת האט נישט 'מודה' געווען אז זיי האבען צומת הגידין, זיי האבען 'מגלה' געווען אז אין די ''העטשערי'' פין ווי 'אלע' עופות קומען מאכט מען עפעס א פעולה וואס דאס מאכט א פראבלעם מיט צומות הגידין 'אין לויט אסאך פוסקים מיז מען בודק זיין יעדע עוף פינקט ווי אין אירופה.

אין לויט הרב שטיין'ס ווערסיע, האט מען ג'שחט'ן מאסקאווי קאטשקע וואס איז קלאר אן א מסורה, וואס אין דעם בלייבט ער דער לוזער אין שטאט,
די פראבלעם וואס מ'רעדט יעצט, איז גאר א צווייטע, אין דארט וועלן די קאטשקע פין אינטערנעשענאל האבען די זעלבע פראבלעם אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז די חשש איז אמת


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2010 21:50:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 20:03 לינק ישיר 

אויב איינער עסט "ממליחה ואילך" מעג ער לכתחילה עסן אפילו די נישט מסורה'דיגע מוסקאווי !
און דאס האט אויך דער הפקר יונג הרב יצחק שטיין מתיר געווען


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2010 21:50:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 20:13 לינק ישיר 

צוריק צום אלטען מהלך?

עה... נישט אמת בכלל די גאנצע מעשה, די זאלי'ס האבן דאס אויסגעטראכט... א וואך דערויף... עה, יא עפעס א חשש איז דא און מיר נעמען קער דערפון... א וואך דערויף... אמת עס איז געווען א פראבלעם אבער "אלע" האבן דעם זעלבן פראבלעם...

דאס איז שוין אויסגעדראשן, יונה\יאנקל פאר א קארגע וואך צוריק האבן ענק נאך גע'טענה'ט דא מיט זיכערסטן פעססטקייט אז לא דובים ולא יער די זאליס האבן עפעס אויסגעטראכט... יעצט ווען די מציאות ווארפט אייך אין פנים און ענקער אייגענע דיין הייסט ארויסווארפן די פלייש (ריקאל בלע"ז) קומט איר צוגיין מיט פרישע מעשיות מיטן זעלבן פעסטקייט וואס איר האט געניצט פאריגע וואך צו לייקענען די גאנצע פרשה... איך האב אייך דעמאלטס נישט געגלייבט און איך גלייב אייך היינט אויך נישט. די חילוק פון דעמאלט'ס און יעצט איז אז יעצט איז שוין דא נאך וואס גלייבן אייך שוין נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2010 20:26 לינק ישיר 

די טריפה'נע 82 בוטשער, האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די גאנצע זאך.

ווייל זיי האבן נאר א הכשר ממליחה ואילך, טא וואס פארא קאטשקע מען ניצט, באלאנגט פאר ממליחה ואילך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2010 21:00 לינק ישיר 

ווארט נאר אויף די רעזאלטס פין די לעב
וועסט געוואר ווערן וואס פאר א לוזער הרב שטיין איז, וועסט זעהן וואס פאר מאסקווי דער הרב שטיין איז

ס''ה איז דא די שאלה אויב מ'האט געמישט די פעיקין, ס'נישט קיין הלכה'דיגע שאלה
ס'איז א שאלה פין מהודרת.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/01/2010 21:51:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ריקאל איבער ספק פעקין קאטשקעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext