די ריפובליקאנער האבן שוין געלאזט מעלדן אז די דעמאקראטן וועלן גארנישט האבן פון אויפהאלטן די אפיציעלע רעזולטאטן פון די וואלן אין פאל פון א בראון געווינס - כדי צו קענען שנעל שטימען אויף דעם העלט קעיר ביל - מיט די טענה אז לויט'ן געזעץ, וועט פאול קירק, דער איצטיגער צייטוויליגער סענעטאר, ווערן אויס סענעטאר מארגן נאכט ניין אזייגער, וואס וועט אטאמאטיש אוועקנעמען דעם זעכציגסטן סענעטאר אפצושטעלן א ריפובליקאנער פיליבאסטער.
דאס איז יעדער מודה אז דער 'סוף פסוק' איבער די מארגענדיגע וואלן, ווענדט זיך בלויז אין דעם "טורנאוט" וואס די קאנדידאטן וועלן קענען צושטעלן צום שטים-בודקע. א זאך אויף וואס ביידע קאנדידאטן לייגן אריין זייער לעצט ביסל ענערגיע.
נשלח ב-19/1/2010 19:09
טויזנטער מאסאטשוסעטס איינוואוינער מארשירן אצינדער צו די שטים-בודקעס איבערן סטעיט, כדי אפצוגעבן דעם שטימע אויף א זיץ וועלכער האט ביז עטליכע וואכן צוריק געווען קלאר ביי יעדן אז דאס וועט אויף קיין ספק נישט ארויספאלן פון דעמאקראטישע הענט.
דער באקאנטער פאולסטער דזשאן זאגבי זעהט פאר זיך א קאוקלי געווינס, אין דעם סטעיט וואס האט שוין נישט ערוויילט קיין ריפובליקאנער סענעטאר אין קרוב צו פערציג יאר.
גאנץ אמעריקע האלט מיט דער פארמעסט פון דער נאנט. די שטים-בודקעס וועלן פארשפארט ווערן היינט נאכט 8:00.
טויזענטער פארטייאישע ארבייטער און וואלונטירן טוען אצינדער אריינלייגן זייער גאנצער קאפ און מח ארויסצוברענגען די מאקסימום שטימען וואס שייך לטובת זייערע קאנדידאטן.
אובאמא'ס שנה ראשונה האט זיך שוין גע'ענדיגט... ער דארף וויכטיג זיכן א שלום בית מאכער, צו ראטעווען זיין שלום בית..
נשלח ב-21/1/2010 01:39
שטייענדיג א טאג נאך די וואלן קענען די דעמאקראטן זיך נאכנישט צוזאמנעמען די גלידער נאך דעם נעכטיגן קלינגעדיגן פראסק וואס האט אפגעהילכט אין אלע קארידארן איבער די פאראייניגטע שטאטן.
א דירעקטער צומישעניש טוט זיך באזונדער אפ איבער העלט ריפארם, די פארטיי ווייסט נאך נישט ווי אנצופאנגן און ווי צו ענדיגן. נאכן זיין זיכער מיט א רואיגער העלט קעיר ביל ביז צוויי וואכן צוריק, און נישט האבן קיין שום סיגנאל פון סיי וואס פאר א ראוד בלאק אויפן שטראז, שפירן זיך די דעמאקראטן אצינדער ווי מען זאל איינעם אויפשיסן די רעדער ביים שמייסן הונדערט מייל א שטונדע.
דער דעמאקראטישער סענעטאר האט קלאר געזאגט אז סענאט גייט נישט ווייטער גיין מיט דעם ביל ווילאנג דער נייער פארטרעטער פון מאסאטשוסעטס געפינט זיך נישט אינעם טשעמבער. פרעזידענט אבאמא האט צוגעשטומט אז מ'קען נישט לאזן די מאסאטשוסעטס וויילער מיט די מויל אינדרויסן.
די ריפובליקאנער - פון די אנדערע זייט - קענען נישט צוזיך קומען פון פרייד. נאכן האבן גענצליך אויפגעגעבן אויף דעם העלט קעיר ביל, און שוין נאכן זעהן דעם פארלוירענער קאמף שוין פון די אונטערשטע שפיגל, מיט א ריזיגער פראגע צייכן אויב זיי וועלן בכלל האבן מיט וואס צו גיין צום טיש אין די היי יאריגע וואלן, האבן די מאסאטשוסעטס וויילער זיי ווי גע'שאק'ט ס'הארץ פאר א באוואוסטלאזער פארשוין אויפן בעטל, מיטן האבן א פרישער שאנס צו לאזן הערן זייער מיינונג - אבער דאסמאל מיט פאקטישע רעזולטאטן דירעקט פון די וויילער.